|
|
| נשלח ב-7/10/2007 06:24 |
|
| |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 09:04 |
|
| |
עס איז נישט דא די פעדער וואס קען שילדערן די געוואלדיגע דערהויבענקייט און דביקות, בעת דער רבי שליט"א האט געטאנצן אלע הקפות בכל עוז ועוז למעלה מן הכוחות, מיט אן התלהבות עצומה, אן אומבאשרייבליכער התרגשות האט ארומגענומען דעם ריזיגן ציבור פון אלפי חסידי באבוב נערים וזקנים יחדיו, וועלכע זענען מיטגעשלעפט געווארן אין געהויבענע טענץ, די הקפות בליל שמחת תורה האבן געדויערט לאנגע שעות און פארענדיגט געווארן אום 5 אזייגער פארטאגס, ואשרי עין ראתה.
ביי שלש סעודות שבת בראשית איז פארגעקומען די גרויסע "נעילת החג" טיש, מען האט געזינגען די הייליגע ניגונים וועלכע זענען פארפאסט געווארן דורך די צדיקים לבית באבוב, און נאכער געטאנצן "אתה בחרתנו וכו', נאך מעריב האט א ריזיגן ציבור פון טויזענטער און טויזענטער געטאנצט אין די גאסן אויף די 15 עוו, ביז צום נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו אויפן נייעם יאר.
ויו"ט היו עושים בצאתו מן הקודש, מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן פון בית מדרש אהיים, מיט פאקלען און געזאנג, זינגענדיג דעם באבוב'ער ניגון "קול רנה וכו' דער רבי זאל לעבן א גוטע וואך, אלע חסידים א גוטע וואך...".
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 09:06 |
|
| |
יישר כח אויפן אנהייבן אינמיטן צוזאמנעמן די סוכה.
איך האב יעצט געהערט די ברכת הקודש נאכן באגלייטן, אין 'קול באבוב' ליניע, מויראדיג.
ברענגטס ביטע נאך באריכטן, און בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 15:32 |
|
| |
איך בין געוועזען ביי מו"ר כ"ק מרן הגה"ק ציס"ע עטרת תפארת ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א (איך מיין דער אמת'ער, דהיינו ר' בן ציון) און ס'איז געווען אין לשער ואין לתאר. אזא התקבצו מלאכים וואס אפי' ביים רב ז"ל (דהיינו מהר"ש) איז נישט געוועזען, ממש א מלאך בלבוש אדם.
חברה אונגער'ס, ביי אייך איז געווען חבדניקער בחורים, וואס איז פשט?
ס'איז א בושה און א חרפה אויף צו מאכן די חבדסקע אינטערנעט (שטורעם. נט) און זעהן דארט די געשריבעריי, חוץ פון וואס ס'איז א בושה פאר באבוב אליין, ס'איז אויך א בושה פאר אונגער'ס חסידים. וואס האט חב"ד מיט באבוב צו טוען, פארקערט דער הייליגער רב ז"ל מיט זיין קינדער דער רב ז"ל מיט זיין ברידער און ממלא מקום כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א האבין קיינמאל נישט געהאלטען נישט פון חב"ד און נישט פון זייערע רבי.
היתכן אז א באבאווער אייניקעל (הרב ר' מרדכי דוד נכד כ"ק אדמו"ר זצוק"ל חתן בנו הגדול כ"ק זצ"ל) איז מקרב דיע בריות משונות. און נישט נאר דעם, נאר איינער פון די טישען האט מען אויך געזונגען א חבדסקע ניגון, און אין חב"ד האט מען אזוי געפרייט מיט דעם אזוי ווי משוגעים.
צום סוף פסוק, איך מיין אז מקען רופען דעם חסידות בשם 'חב"ד' און נישט באבוב
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 15:48 |
|
| |
| חשיפה: האדמו''ר מבאבוב נשאר בארה"ב בהוראת הרבי |
 האדמו''ר מבאבוב זצ"ל
נציגות חב"דית מרשימה בניחום אבלים בבאבוב: הרב יעקב שוויי מרבני שכונת 'קראון-הייטס', חברי המזכירות הרב יהודה קרינסקי, והרב יהודה-לייב גרונר, הרב משה קוטלרסקי, הרב שלום דובער לוין, והרב יצחק וילהלם ערכו ניחום אבלים בבית האדמו''ר מבאבוב. האורחים מקראון-הייטס התקבלו בכבוד גדול ושוחחו עם האדמו"ר החדש מבאבוב, הרב בן ציון הלברשטם, שרגיל היה לבקר בספריית אגו"ח, והתיידד מאד עם הרב שלום-בער לוין, והרב וילהלם, גם הרב משה קוטלרסקי עמד לאחרונה בקשרי ידידות עם האדמו"ר החדש.
האדמו''ר סיפר בשם אביו שמיד שהגיע לארה"ב נכנס לחדרו הק' של האדמו"ר הריי"צ נ"ע וסיפר על כוונתו לעזוב את ניו-יורק. האדמו"ר הריי"צ נ"ע הרים את ידו הק' והראה לאדמו''ר מבאבוב זצ''ל באצבעו שהוא צריך להישאר בארה"ב, ובידו הק' סימן על שולחנו הטהור "'כאן". את הסיפור סיפר האדמו"ר גם לפני כמה שנים, בעת הסתלקות אביו הקדוש, וגם אז סיפר סיפור זה, שהוא יסוד גדול אצלו בהתפתחות חסידות באבוב בארה"ב. http://www.col.org.il/news_search.rtx?query=באבוב
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:07 |
|
| |
צו מיין טייערע שעפסיל!
איך מיין נישט דער הייליגער ריי"צ פון לויבאוויטש.
די ביסט דער גרויסע חכם פון מה נשתנה?
_________________
באבוב איז איינס', א מחלוקת איז נישט דא. מיר גייען מיט רבינו שליט"א ביזען סוף
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:09 |
|
| |
ליין נאכאמאל, אויב דו קענסט נישט ליינען:
האורחים מקראון-הייטס התקבלו בכבוד גדול ושוחחו עם האדמו"ר החדש מבאבוב, הרב בן ציון הלברשטם, שרגיל היה לבקר בספריית אגו"ח, והתיידד מאד עם הרב שלום-בער לוין, והרב וילהלם, גם הרב משה קוטלרסקי עמד לאחרונה בקשרי ידידות עם האדמו"ר החדש.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:10 |
|
| |
אויך איך מיין נישט דעם הייליגן ריי"צ, איך מיין דאס:
"האורחים מקראון-הייטס התקבלו בכבוד גדול ושוחחו עם האדמו"ר החדש מבאבוב, הרב בן ציון הלברשטם, שרגיל היה לבקר בספריית אגו"ח, והתיידד מאד עם הרב שלום-בער לוין, והרב וילהלם, גם הרב משה קוטלרסקי עמד לאחרונה בקשרי ידידות עם האדמו"ר החדש."
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:19 |
|
| |
די תשובה איז:
רבינו שליט"א איז א גרויסע אוהב ישראל כידוע, און אז אפאר חבדניקערס קומען עם מנחם אבל זיין עט ער זיי נישט פארטראבען.
אויך מיז זיי רבינו שליט"א הכרת הטוב, וואס ער פלעגט זיך ניצען מיט זייערע אוצר.
וואס קוקסטו, אויף די לשונות קדשם פון די נארישע שרייבערס פון חב"ד? די חבדסקערס זענען געקומען מנחם אבל זיין און רבינו שליט"א האט זיי פארציילט וועגן די הייליגע ריי"צ זצ"ל.
די אלע לשונות פון די לעבלערס זייערע דהיינו 'התידד מאד' וכדו' דאס רעדט נישט צו מיר
_________________
באבוב איז איינס', א מחלוקת איז נישט דא. מיר גייען מיט רבינו שליט"א ביזען סוף
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:20 |
|
| |
הרב בן ציון הלברשטם, שרגיל היה לבקר בספריית אגו"ח,
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:32 |
|
| |
ראביי סים!
איך זעה אז אויף די פריעדיגע הודעה מיינע בוסט מודה, ב"ה, יעצט לגבי 'היה לבקר בספריית אגו"ח', א ווי זעסט דא א פראבלעם?
כידוע, אז רבינו שליט"א איז א גרויסע ידען און חוקר בחסידות ובתורתה, און מסתבר אז א סאך מאל ווען ער האט עפעס געזוכט האט ער זיך געדארפט ניצען מיט די חבדסקע ספריה, ואס איז די פראבלעם?
אפשר האלסטו אז די פראבלעם איז אז מטאהר נישט נהנה זיין פון זיי, ניין, איך מיין נישט אז עד כדי כך האבין רבותינו הקדושים מקפיד געוועזען, און אפילו אויב יא, די הייליגע ספרי קודש דארט שטאמען נאך פון די אלטע לויבאוויטשע צדיקים.
זאלס'ט מיר זיין געזונט און שטארק
_________________
באבוב איז איינס', א מחלוקת איז נישט דא. מיר גייען מיט רבינו שליט"א ביזען סוף
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 16:33 |
|
| |
נאבעך היכל באבוב שרייבט
איך בין געוועזען ביי מו"ר כ"ק מרן הגה"ק ציס"ע עטרת תפארת ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א (איך מיין דער אמת'ער, דהיינו ר' בן ציון)
פאר וואס ביסטו מסביר וועמען די מיינסט? אלא מאי דער המון עם מיינט אז דער אמתער באבוב איז כ"ק אדמור" מבאבוב שליט"א און קיין הסברים
און ס'איז געווען אין לשער ואין לתאר. אזא התקבצו מלאכים וואס אפי' ביים רב ז"ל (דהיינו מהר"ש)
פאר וואס ביסטו מסביר וועמען די מיינסט? אלא מאי דער המון עם מיינט אז דער רב ז"ל איז בפשטות דער רוב ז"ל און דער מהר"ש איז דער פריערדעקער רוב ז"ל. און וויפעל די וועסט וועלען אויסמעקען דעם רב ז"ל מיט דיינע הסברים וועט דיר נישט גיין.
איז נישט געוועזען, ממש א מלאך בלבוש אדם.
נו.. נו...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 19:49 |
|
| |
א חילוק צווישען צוויי מחנות
מדרייט
זיך אין באבוב און מפאלט אריין דארט, א ציבור וואס איז אמאל געווען איינס,
און היינט
איז עס פשוט נישט צוצגלייכען איינס צום צווייטען, סאיז הימעל מיט ערד, וואס צוויי און האלב יאר מאכט א חילוק, למשל:
איך
קום אריין נאך יום כיפור אין באבוב פרעג איך א חבר מיינס, וואס הערט זיך מיט די
בחירות?
ער
קוקט מיך אהן מיט אזעלעכער מאדנע אויגין, כאילו כבין אראפ פון די לבנה, כאילו איך האב עם אויפגעוועקט פון שלאף! ער פרעגט מיך: האסטו געהערט עיו"כ אזא "ירצה צום עמך"? אדער
די התעוררות און השתפכות הנפש ביי "כל נדרי"? אדער
די מוראידיגען מעמד פון דעם "ראדישיצער ניגון" ביי נעילה? דער התלהבות ביי די הקפות?
ווער
רעדט אדער קלערט פון בחירות דא? וואס פאדייסטו מיר דעם קאפ מיט נארישקייטען?
איך
גיי אריין דארט און שטעל די זעלבע פראגע.
באפאלט
מען מיך באלד מהאט שוין 500, און 600. און זיי האבען אזויפיל און אזויפיל! (בדרך אגב, פין 52% רעדט שוין קיינער נישט) און פאר די געקויפטע עליי' $600.000 און
האסטו געהערט פון די 5 מיליאן דאלאר מי שברך פון דונער? דעם גיטען שפיצעל וואס מהאט זיי אנגעטין ערב יום כיפור מיט די כפרות? און האבטו געזען דער פיקטשער פון דעם ריזיגער עולם אין די סוכה?
אין
באבוב רעדט מען פון די הייליגע עבודה, די נענועים, די טישען, נייע ניגונים, א חן, א ווארעמקייט, א לעכטיגקייט פון א יו"ט, מהאט אפילו נישט קיין
צייט פון טראכטען פון עפעס אנדערש, מקלערט אפילו נישט וואס טיט זיך ביי זיי אדער דארט! דער
עולם פילט זיך אזוי געהויבען און קדושה'דיג, און מאיז פאר נימען מיט זיך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 20:54 |
|
| |
בן ציון " קדושה"
נו... נו....
|
|
|
|
| נשלח ב-7/10/2007 21:57 |
|
| |
מיר גייען מיט רבינו שליט"א ביזען סוף
די סוף ענקערע האלט שוין גאנץ נאנט..
|
|
|
|
|