| נשלח ב-1/10/2007 03:09 |
|
| |
זאליס: מלחמה כבידה קעגן עדה החרדית!
א שרעקליכע נקמה אקט האט ר' חיים הערש מיט זיינע טעראריסטן אונטערגענומען קעגן די בית דין צדק עדה החדרית בירושלים עיה"ק, בעיקר צוליב די כעס קעגן די עדה החרדית וואס האט געלאזט ר' זלמן מיטן צינג אינדערויסן און נישט גענטפערט קיין וואונטש בריוו היי יאר.
דאס מערסטע ברענען זיי מיט כעס אויף דעם וואס די אהרונים האבן געוואוסט פון דעם סוד שוין צוויי וואכן פאר ראש השנה, אז מען גייט זיך נישט שרייבן היי יאר, און פטור אן עסק, און ר' זלמן האט נעבעך געדינגען א שרייבער און געוואונטשן און געוואונטשן און געבליבן מיטן צינג אינדעראויסן.
משה גבאי און ר' חיים הערש האבן זייט נאך ראש השנה ווען זיי זענען געוואר געווארן אז עס קומט נישט קיין בריוו, האבן זיי געטאן כל פעולות אז בי"ד זאל די בריוו שרייבען, אבער בי"ד האט זיך אויסגעלאכט פון זיי.
דאס איז א חוץ די אלטע עונות, פון זיי נישט לאזן גיין אין בני ברק אינעם ציוניסטישען קארט, און מכבד זיין כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביי די באזוך אין ארץ ישראל.
האבן זיי איצט אין די סוכות טעג ערקלערט קריג קעגן די בדי"צ העדה החרדית!
וואו יעדער ווייסט איז היי יאר שנת השמיטה אין ארץ ישראל, ווי באוואוסט איז דא אן אלטע מחלוקה איבער פירות נכרים פון ירושלים צו עס איז מותר אדער אסור אלס חשש אמירה לעכו"ם, די עדה החדרית און מרן רביה"ק זי"ע האבן געהאלטן אז עס איז מותר, אבער די חזון איש אין די ליטווישע וועלט האלט אז עס איז אסור.
איז יעצט געגאנגען ר' חיים הערש מיט זיינע חברים נחום אתיק און יצחק ווייס און אויפגעטאן א חידוש אז היי יאר טאר מען די פירות נכרים נישט ניצן ח"ו, ווייל די אמירה לעכו"ם איז שטערקער און נאך אזלעכע שטותים, האבן זיי איינגעשפאנט ר' מנשה פילאפף און ר' מאיר יודא טענעבוים וואס האבן ביידע אפגעשריבן א לאנגע תשובה אז עס איז אסור היי יאר, און מען מעג נאר ניצן פירות חוץ לארץ.
ר' חיים הערש איז אריבער צו הגאון ר' יעקב בלויא שליט"א און ער האט אים פארגעלייגט זיינע שטותים, ר' יעקב האט אים אויסגעלאכט און אים געזאגט: איר רעדט שטותים און הבלים איר זענט אן עם הארץ!, ר' יעקב האט אים צוגעזאגט מיינט נישט ווייל איך לאז אייך נישט גיין אין בני ברק אינעם ציוניסטישען געריכט איז די נכרים פירות אסור, און די שטותים וואס איר זאגט איז די הלכה!
ר' חיים הערש איז ארויס פון דארט בחפוי אנגעגאסן פון קאפ ביז פוס, ער האט דערנאך אראפ געשיקט א משלחת צו די וועד הכשרות פון די עדה ר' דוד יואל וווייסט, ר' שלמה קליין, ר' ישראל יעקב פריעדמאן וואס זיי זאלן פארלייגן די טענות קעגן די פירות נכרים, - דוד יואל איז אינמיטען וועג נעלם געווארן און נישט אנגעקומען צו די עדה - די אנדערע צוויי זענען געוען אין די וועד הכשרות האט זייי פונקטליך מסביר געווען די ענין און זיי צונישט געמאכט, און זיי זענען ארויס אנגעזעצט, ר' חיים הערש האט גלייך אריינגעריפען יצחק ווייס אים אים געזאגט אז מען זאל תיכף עפענען א לאקאל וווי מען גייט פארקויפן נאר פירות חוץ לארץ און אזוי וועט מען זיי ווייזן בי"ד איינמאל פאר אלעמאהל.
מארגן נאכט האט ר' חיים הערש געריפן דער באקאנטער הבלין פון אוהל שרה, וואס ער איז בארימט מיט זיינע העסליכע פאשקאווילן און ארטיקלען קעגן מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, קעגן מרן בעל מנחת יצחק זי"ע, קעגן מרן רבי משה ארי' פריינד זי"ע, וואס ער גייט קומען קיין סאטמאר און מסביר זיין אז די שיטה פון רביה"ק זי"ע איבער שמיטה איז געווען אזוי ווי ר' חיים הערש זאגט, למעשה איז א גרויסער פייט איבער אים ר' משה ארי' מענטשן האבן אראפ געריסען די צעטלען אז ער גייט רעדן, און עס איז א גרויסע מלחמה צו ער זאל רעדן צו נישט.
יעצט הייסט עס אזוי ווי ר' חיים הערש וועט טרעפן א לאקאל צו פארקויפן זיינע פירות גיט ער ארויס קומען מיט זיין באמבע ברבים און ארויסגעבן הרב פילפף און הרב טענענבוים בריוון, און דער איד וועט אנהייבן א מלחמה כבידה קעגן די העדה החרדית.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 10/10/2007 2:51:51
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/10/2007 23:56 |
|
| |
איבערקערעניש אין סאטמאר!
לוסטיג און לעבעדיג, קולי קולות, פעטש פליען!
ר' חיים הערש האט אויסגעפירט און דער באוויסטער פאשקאווילען שרייבער הבלין פון אוהל שרה, האט יעצט גערעדט אין ביהמ"ד, ער האט אנגעהויבען צו גיסן פעך און שוועבל אויף מרנן בית דין צדק העדה החרדית, עס איז געווארן קולי קולות, - בעיקר האבן געשריבען די רמ"א מענשטן וואס האבן מיט אים א לאנגען חשבון איבער זיינע העסלכע מאמרים קעגן הגה"ק רמ"א פרייינד זי"ע -.
מען האט געמאכט יארמעליכע קולות אויף אים מען האט אים אוועק געכאפט די מייק און עס האט אנגעהויבען צו פליען פעטש, די טעראריסטען האבן זיך נישט געלאזט און צוריק דערלאנגט, הבלין איז ארויס געלאפן אין מיטן די דרשה מיט די נשמה אין די האנט, ווען דער עולם לויפט אים נאך מיט קולות.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 10/10/2007 2:54:08
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/10/2007 00:27 |
|
| |
איך הער נישט מער און נישט ווינציגער אז ווען רז"ל איז דארט געווען רב, און ס'איז געווען א שמיטה יאר, האט ער געגעסן די פירות נכרים אן קיינע פראבלעמען.
איצט אז ער זעט אז ער האט פארלוירן קאנטראל אויף די עדה, הייבט ער נאכגיין משה גבא'יס שיגאנען און מיינט אז די וועלט וועט אים נאכטאנצן.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 21:55 |
|
| |
אין ירושלים רעדט מען אז ר' משה וואלף זארגער נ''י האט יא גענומען פון די סחורה (מפני הטעם הכמוס) אבער ר' שלמה יודא הירש נ''י האט נישט גענומען אדרבה ער האט געזאגט אז מען זאל נישט נעמען דארט ווייל עס האט נישט קיין פארלעסליכקייט .
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 02:23 |
|
| |
דוד, די פיקטשערס זענען פון די פארברענטע פירות?
שקל שלם !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 18:06 |
|
| |
ר' משה וואלף זאגער שליט"א האט נישט געגעסען פון די פירות, ער זאגט פאר יעדעם אז עס האט נישט קיין הכשר.
ר' חיים הערשלע האט באפוילען נעכטן אז אין די זאל פון מוסדות זאל מען ניצן די פירות, די בדי"צ האט געזאגט אז טאמער ער נעמט אריין די פירות אין די זאל נעמען זיי אראפ די הכשר.
די זאליס אליין זענען שרעקליך צוטיילט איבער דעם ענין רוב זאליס שעמען זיך מיט די מערכה, און שימפען און שעלטן אויף ר' חיים הערשלע פארוואס ער האט זיך אריינגעלאזט אין די נערישע מערכה, און געפאלגט ר' יצחק ווייס און ר' נחום אטיק, וואס יעצט זעהט ער שוין נישט קיין וועג ארויס.
די בושות און חרפות וואס די שלשה שותפים ר' חיים הערש, ר' יצחק ווייס, ר' נחום אטיק, האבן דערפון איז עד לב השמים, די דריי זענען צושפאט און געלעכטער אין גאנצע שטאט .
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 22:10 |
|
| |
אז מען לייגט זיך מיט הונט שטייט מען אויף מיט פליי .
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 02:10 |
|
| |
נארמאל מאך איך מיך נישט וויסענדיג פון שור שנגחס פרוכטבארע פאנטאזיע, נאר דא מוז איך מיך אריינמישן זשאסט פאר די רעקארד.
זשוליאני שרייבט: איך הער נישט מער און נישט ווינציגער אז ווען רז"ל איז דארט געווען רב, און ס'איז געווען א שמיטה יאר, האט ער געגעסן די פירות נכרים אן קיינע פראבלעמען.
איצט אז ער זעט אז ער האט פארלוירן קאנטראל אויף די עדה, הייבט ער נאכגיין משה גבא'יס שיגאנען און מיינט אז די וועלט וועט אים נאכטאנצן.
יעצט קען מיר איינער אויסזאגן וועלכע שמיטה יאר איז רבינו שליט"א געווען רב אין ירושלים? ער איז אהינגעפארן תשנ"ח איבערצונעמען די רבנות, און רבינו הגה"ק הברך משה זללה"ה האט אים אהיימגערופן תשנ"ט איבערנעמען די רבנות אין וויליאמסבורג און עווענטועל גאנץ סאטמאר.
ווייסט איינער וועלכע פון די צוויי יארן איז געווען א שמיטה יאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 15:11 |
|
| |
ווילסט הערן א מעשה, אדער ווילסט פרעגן קשיות?...
|
|
|
|
|