בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון "זייער" יו"ט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/10/2007 23:31 לינק ישיר 
פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון "זייער" יו"ט?

אויף דעם האט איך געווארט, אז די אהרונים זאלן אנהויבן צו ווערן ביזי מיט די לעכטיגע יו"ט טעג אין סאטמארן הויף אין וויליאמסבורג, ווי איידער צו רעדן וואס פארא שיינעם יו"ט זיי האבן געהאט מיט זייער רבי'ן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2007 23:32 לינק ישיר 

אויף דעם האט איך געווארט, אז די אהרונים זאלן אנהויבן צו ווערן ביזי מיט די לעכטיגע יו"ט טעג אין סאטמארן הויף אין וויליאמסבורג, ווי איידער צו רעדן וואס פארא שיינעם יו"ט זיי האבן געהאט מיט זייער רבי'ן.


לכאורה איז עס דאך א פלא, זיי האבן דאך — כלשונם — דאס גרעסטע עולם, די מעכטיגסטע הקפות, די הייליגסטע טישן, א.א.וו. טא וואס אינטערעסירט זיי בכלל וואס עס טוט זיך ביים סאטמארער רבי'ן מהרי"י שליט"א וועלכער האט — כלשונם — אן אויסגעשפילטער עולם?


דאון א גרעסערע פלא איז, אז ווען אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין ראדני סטריט האט מען נישט געהערט רעדן פון די אהרונישע הקפות און מען איז געווען פארקאכט אין די הקפות, האט מען כסדר געזען אהרונים אריינשפאצירן אין ביהמ"ד צו זען ווי דאס ביהמ"ד איז ליידיג...


אויב האבן די אהרונים דאס שענסטע און בעסטע , פארוואס קרענק זיי אזוי ווען דער סאטמארער רבי'ן מהרי"י שליט"א האט "אויך עפעס" מענטשן..


אני כשלעצמי בין זייער צופרידן אז זיי זענען ביזי מיט יענעם און נישט מיט זיך, ווייל דאס ווייזט אויף עפעס טיפערס...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:00 לינק ישיר 

עפן אנדערע אשכולות פאר די שרייבסט עפעס.
יישר כח.

http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2276935&whichpage=3#R_7



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:22 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיך ווי שמערל איז געגאנגען אין מארק זעהן צי מע טשעפעט נושט מיט עיהם

קיינער רעדט שוין נישט פון דיין רבין אזא לאזער איז ער

עס איז שוין צייט צי ברענגען ר חיים הערשעלע אפשר וועט ער קענען ארויס זאגען א פסוק אן א גראז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 00:27 לינק ישיר 

וועגן דעם האט מען נישט גערעדט אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אין ראדני סטריט פון דיין רבי'ן ווייל ער איז א  לוזער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:34 לינק ישיר 

וואס ווייסטו וואס יעדער האט גערעט אין ראדני? ביסטו דען ארום געלאפן אין גאנצן שוהל הערן וואס יעדער רעדט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 00:35 לינק ישיר 

קושקע


יעצט האסטו מיך אפגעפרעגט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/10/2007 00:44 לינק ישיר 

ווייל ס'איז נישט דא קיין ווערטער אין מויל........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 00:50 לינק ישיר 

דאס איז וועס TENTTEROR שרייבט אין א אנדערע פורום

פשוט א יצאו עיניך פאר די ארונים, דידן נצח וויינגארטן אריין אהרן ט"ב ארויס

א איד וואס האט איבערגעלעבט די גרעסטע טעראר די גרעסטע רציחה אין סאטמאר, וואס זיין איינציגע עבירה איז געווען ווייל ער האט געהאלפן פאר יוסף וואלדמאן פירן זיין סוקסעספולן מלחמת יוסף קעגן די אהרונים
פאר דעם האבן זיי אים געוואלט ממש הרגנ'ען.
אבער דער באשעפער האט אים געהאלפן אז ער האט איבערגעלעבט זיינע רוצחים
און זכות פארן מסירת נפש פון זיין מלחמה קעגין די ארוינים, 
און ער שעפט יעצט נחת פון זיינע פירות פון זיין געוואלדיגע הצלחה וואס ער זעיט מיט זיינע אייגענע אויגען אין דעם גרויסן סאטמארן בית המדרש וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען! 
און עס איז בבל יראה ובבל ימצא קיין זכר נישט פון קיין איין ארויני נישט!
דאס איז זיין נחת
 און א קאמפלעט יצאו עינך פאר אהרן טייטלבוים וכת דילי
הרה"ג ר' יצחק לייב וויינגארטן אריין אין סאטמאר!
און אהרן טייטלבוים ארויס פון סטאמאר, קיין דריסת הרגל אין דעם הייליגן סאטמארן ביה"מ אין מוסדות סאטמאר, !!!!


און דאס איז וואס יענקעלע11 האט אים געענטפערט
מפני חביבות הלשון האב איך עס אהער געברענגט מיט'ן רשות פון יענקעלע

דו נאריש יונגעלע וואס דו  ביסט,
די גרעסטע ניצחון וואס די אהרונים האבן איז אז יצחק לייב ווינגארטן
און יוסעלע וואלדמאן טאנצן מיט זלמן לייב,
און רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער און רבי יוסף יושע גראס
מיט רבי אברהם שלום עפשטיין שליט"א,  וכיוצא בהם נאך טויזענטער און
טויזענטער חסידי סאטמאר מקדמת דנא טאנצן מיט רבינו שליט"א,
בו בזמן וען ישראל חיים מנשה פריעדמאן טאנצט אויף ראסס סטריט
זלמן לייב פיליפ טאנצט אויף קיעפ סטריט, און זלמן לייב טייטלבוים
טאנצט מיט ברוך מרדכי אקערמאן, יוסעלע וואלדמאן און יצחק לייב וויינגארטן
און די זעלבע צייט קומען זיך צוזאם טויזענטער אידן כאיש אחד בלב אחד בצילא דמהימנותא
כבוד קדושת רבינו הקדוש והטהור שליט"א
אין גרויסן "סאטמאר'ן" בית המדרש, און טאנצן פארן הייליגן באשעפערן
מיט אלע כוחות ממש עד כלות, דאס איז אונזער ניצחון,
יא, איך פארשטיי אז מיר טאנצן אויף "הופפער סטריט" און איר טאנצט
אויף "ראדני סטריט", אבער איך וואלט געטוישט ראדני סטריט מיט יוסעלע וואלדמאן
פאר הופפער סטריט מיט רבי יוסף יושע גראסס עני טיים,
זאג נאר טיפש'ל, וויפיל מאל האט דער הייליגער עצי חיים זי"ע געטאנצן הקפות
אויף "ראדני סטריט",  הא?, אדער דער הייליגער קדושת יום  טוב אדער דער הייליגער
ייטב לב זי"ע, וויפיל מאל האבן זיי געטאנצן אין "ראדני",
ווייסן טאקע נישט די צדיקים הקדושים ישראל חיים מנשה, זלמן לייב פיליפ און שלמה לייב
וויינבערגער אז הקפות וואס מען טאנצט "נישט" אין ראדני, איז גארנישט ווערט,
איך וועל דיר פארציילן אביסל היסטארי, עס איז געווען א סאטמארער רבי וואס מיר אהרונים רופן
"דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע" און די זאלונים רופן עם דער "בעל ויואל משה זי"ע"
עכ"פ, דער דאזיגער סאטמארער רבי האט געוואוינט אין די שטאט סאטמאר אין ראמעניע,
און געהאט דארט א שיין בית המדרש ווי ער האט געפירט זיין מלוכה, דארט האט ער
געפירט "מלכות סאטמאר" דארט האט ער געזאגט זיינע שלש סעודות תורות,
דארט האט ער געזאגט זיינע תקיעת שופר/כל נדרי דרשות, דארט האט ער געטאנצן
הקפות, וכו', ביז עס איז געקומען א היטלער ימ"ש, און האט עם ארויס געטראסקעט פון
זיין בית המדרש, און זייט דעמאלטס האט ער דארט קיין דריסת הרגל נישט געהאט,
וואס מיינסטו האט דער סאטמארער רבי געטוהן?, זיך געבויט א נייעם בית המדרש ערגעץ
אין אמעריקע אויף בעדפארד עוועניו, טויזענטער מייל אוועק פון זיין בית המדרש פון ווי ער איז אזוי מיאוס
געפלויגן, און האט דארט אנגעהויבן צו טאנצן הקפות און אויפבויען זיין נייע מלוכה'לע,
 וואס מיינסטו איז געווארן פון זיין אלטן בית המדרש?, קוהעלעך פאשן דארט,
יא, אין "זיין" בית המדרש וי ער האט "נישט" קיין דריסת הרגל דרייען זיך קוהען,
ער, דער גרויסער סאטמארער רבי האט דארט "נישט" געהאט קיין דריסת הרגל,
און גרויסע גראבע קוהען האבן זיך דארט געדרייט פארנק און פריי,
אין עם כל זה איז ער געבליבן דער "הייליגער סאטמארער רבי"
אבער אין א "ניי" בית המדרש, טויזענטער מייל אוועק פון דארט.
 יא, ווער מיינסטו איז געבליבן דער סאטמארער רבי?
דער פאסטוך פון די קוהעלעך, אדער דער וואס האט זיך געפענט א ניי בית המדרש
ווייט ווייט אוועק, ענטפער דו אליין!!!
סא, היסטארי ריפיטס איטסעלף, 
די קוהעלעך אריין אין ראדני!
און (רבינו הקדוש רבי) אהרן טייטלבוים ארויס פון ראדני,
קיין דריסת הרגל אין דעם הייליגן ראדני ביה"מ האט ער נישט,
נאר די קוהעלעך און קעלבלעך דרייען זיך דארט!!!!
אבער וואס מיינסטו? ווער איז געבליבן דער סאטמארער רבי?
דער וואס דרייט זיך און פאשעט דו קוהעלעך אויף "ראדני סטריט"
אדער דער וואס טויזענטער סאטמארער חסידים זענען זיך מסתופף בצל קורתו?
אפילו ס'איז אויף "הופפער סטריט".






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/10/2007 01:11 לינק ישיר 

יענקעלע, נישט אזוי בייז


אויב איז ראדני נישט קיין אישו, פארוואס האבן ענק 2 יאר איינס נאכן אנדערן דורכגעפירטא ראיאטן אין גרויסן ביהמ"ד אין ראדני און פארלייגט אלע כוחות אז ענקער רבי זאל דארט טאנצן די הקפות?

און לאמיר דיך דערמאנען אז נאך בחיי מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האבן די דיינים ווי הגה"צ רבי זלמן לייב פיליפ און הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער געפראוועט די הקפות אין די סאטמארער בתי מדרשים וואו זיי זענען משמש בדיינות און דערנאך געקומען אין גרויסן ביהמ"ד צו די  הקפות, און דאס זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט די לעצטע 2 יאר.

און איך וויל דיך אויך דערמאנען אז אויב דיין רבי מעג "פראווען" די הקפות טראצדעם וואס ער האט בלוט אויף זיינע הענט מיטן שיקן זיינע אייגענע קינדער צו קלאגן זיין הייליגן טאטן אין קאורט, זע איך נישט קיין פעלער ווען וויינגארטן "טאנצט" די קהפות אין ראדני

דו מיינסט אז איינעם אינטערסעירט נאך ענקערע אלטע לאקשן תורות. דער יו"ט אין סאטמארער הויף אין וויליאמסבורג האט געוויזן אז טויזנטער און טויזנטער סאטמארער תלמידים וחסידים לאכן אין די פויסטן פון דיין רבי'ן, און זענען ב"ה שוין נישט אויסגעשטעלט צו זיין לאנגיעריגע טעראר..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס רעדן נישט די אהרונים פון "זייער" יו"ט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext