בית פורומים כל העולם כולו

פייער דעפארטמענט וויל אפשפארן גרויסע סאטמארע שול!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/10/2007 15:24 לינק ישיר 
פייער דעפארטמענט וויל אפשפארן גרויסע סאטמארע שול!

אינמיטן די געהויבענע הקפות שמח"ת איז די פייער דעפארטמענט אריבערגעקומען מיט איין בהלה אז זייער בילדינג שאקעלט זיך! אפילו די גרויסע ביהמ"ד איז געבויט אויף די הארטע ערד האט מען אין די פייערלעשער בילדינג געפילט ביז די פיפטע שטאק וואו טויזנטער אידן טאנצן בדביקות, און זיי האבען זיך דערשראקען אז זייער בילדינג גייט צאמפאלען. זיי האבען געוואלט אפשפארן די בילדינג אזוי ווי משטייט און גייט, אינמיטן יו"ט.
מהאט באלד אריבערגערופן ר' ארי' לייב גלאנץ און ר' נפתלי משה אינדיג און זיי זענען זיך דורכגעקומען מיט די פייער דעפארטמענט, וואס האט שוין אינמיטן געהאט אראפגערופען א אינספעקטאר פון די בילדינג דעפארטמענט, סהאט געקאסט אסאך כח אבער סאיז ב"ה נישט געלונגען פארן שטן צו צושטערן די הייליגע מראה פון טויזנטער און טויזנטער אידען וואס טאנצן אינאיינעם ביי די פייערדיגע הקפות. איך קען מיך נאר פארשטעלן וואס זיי האבען געפילט ביי די זעקסטע הקפה...


_________________



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פייער דעפארטמענט וויל אפשפארן גרויסע סאטמארע שול!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext