| נשלח ב-9/10/2007 17:29 |
|
| |
ווען איז די קומעדיקע בחירות?
ווער ווייסט ווען איז דער קומעדיקע געלייגענהייט וואס מען קען וועלן ביי בי"ד פאר איינער פון די צדדים?
אויך וויל איך וויסען, אויב איך קען צוריק ציען פון מיין חתימה, דהיינו, איך האב געחתמ'ט לטובת מיין רבין (כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצוקללה"ה), אבער לאחר מעשה בין איך חושש, אפשר האב איך פוגע געוועזען ביים רצון פון זיין בן הבכור כ"ק האדמו"ר זצ"ל, עכ"פ יעצט וויל איך צוריק ציען אין נישט משמיע זיין קיין דעת, כאילו איך וועל נישט. (ביי מיין חסידות וועטמען מיר גארנישט נישט טוען וועגן זיי האבין שוין געזעהן אז איך האב געחתמעט).
_________________
באבוב איז צוויי, א מחלוקת איז יא דא, מיר גייען מיט רבותינו שליט"א ביזען סוף. דער עולם איז העפי?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 18:34 |
|
| |
זייט ווען איז מרן מהרנ"ץ זי"ע געווען א בכור??
תוקןעלידיהאליגאנערב-09/10/200718:34:25
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 09/10/2007 18:59:51
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:04 |
|
| |
מרן מהרנ"ץ זי"ע איז געווען דאס עלסטע קינד!!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:09 |
|
| |
אבער ער איז נישט געווען קיין בכור וד"ל
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 19:22 |
|
| |
צו באקומען א ירושה דארף מען נישט זיין א בכור!!
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 20:03 |
|
| |
האליגאנער טייערע!
איך בין פינקט א באבאווער ווי די, איך בין געהרט צום זעלבען רבין, צום זעלבען פארטיי, די געלט באקום איך אויך פונעם זעלבען מוסד און אזוי ווייטער, אבער מכאן און ביז רעדן אויף הייליגע רב ז"ל (בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה) איז די דרך זייער זייער ווייט. נישט נאר ווייט, בעסער געזאגט, בכלל נישט ביים וועג. איך האלט נישט פון די אלע ארחי פרחי ביי אונז וואס רעדן בגאווה ובוז און מאכן ליצנות פון דעם צדיק אמת, וואס כולא עלמא האלט אז ער האט גארנישט פוגם געוועזען און גארנישט געמיינט זיך. נאך א פרט, כדאי זאלסט וויסען און אלע אונזערע חברים וואס געהערין צו אנזערע כתה, אז אסאך פון איז שפירען זיך זייער נישט אומעטום מיט דאס וואס ביי אונז האט מען כביכול אויס געמעקט שמו הקדוש. וד"ל.
_________________
באבוב איז צוויי, א מחלוקת איז יא דא, מיר גייען מיט רבותינו שליט"א ביזען סוף. דער עולם איז העפי?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/10/2007 20:35 |
|
| |
ווער רעדט אויף הייליגע רב ז"ל?? דאס איז א אויפגעבאקענע פראפעגאנדע פון די קארטשינער - לא מיני' ולא מקצתי'.
_________________
|
|
|
|
|