| נשלח ב-12/10/2007 17:44 |
|
| |
ר' פסח'ס מיללער פלאמידיגע דרשה
ללמוד אני צריך,
דא האט דעם לשון קדשו ממש פון הרה"ג ר' פסח:
"א מנהיג מיז זיין נכנע צום דעת תורה, אויך א רבי וואס
איז א ת"ח און א ירא שמים, אויב איז ער אמתדיג ערליך, איז ער נכנע לדעת תורה, אונז ווייסין מיר אז דער רבי שליט"א פון דער קהילה האט טאקע אזוי געזאגט, אז
אפילו ער האט געהאט זאכען וואס ער האט געהאט עגמת נפש דערפון, מהאט אפשר נישט
געפסקענט לטובתו, האט ער מקבל געווען ברצון, ער האט געזאגט מדארף טוען דעם דעת
תורה!
דער לשון האט ער (רמ"ד) געזאגט: מדארף זיך מבטל זיין אינגאנצין צום דעת תורה".
עכ"ל
מוועט נישט ארויפ ברענגען דאס גיין באלד אין אנהייב אין די
ערכאות, לאמיר גיין ווען מ'זיצט שוין 2 יאר אין בי"ד, און בי"ד האט
געפסקענט לטובת "באבוב" קלאר און דייטליך. איז רמ"ד געגאנגען און
גענימען "באבוב" אין די ערכאות פון א בעקדאר**, און פארבירט איבער צודרייען דעם "דעת
תורה" , ביז די זאך איז געקימען ווידער און בי"ד, און בי"ד האט זיך
געהאלטען ביי זיינס און געפסקענט נאכאמאל לטובת "באבוב".
דא האט איר דעם לשון ממש פון הרה"ג ר"י גרובער (דיין) וועגען די מעשה פון בית-החיים:
וועלען מיר אנכאפען דעם בית עולם, דעם בית החיים, מ'איז
דארטען אריין געשלעפט געווארען אין די ערכאות, דארך אן אינטערטיר, דאס האט
אנגעקאסט רבבות, הונדערטער אלפים אין די ערכאות, ס'האט אנגעקאסט כוחות אין בית-דין
איין מאהל (פאר די ערכאות) און צוויי מאהל (נאך די ערכאות), סאיז נישט געווען
גענוג קיין פסקי דינים פאר זיי, מהאט נאך אלס פראבירט, מהאט פראבירט דעם בית-דין
משכנע צוזיין מיט לאויערס און מבלבל צוזיין.......
עכ"ל
ר' פסח מיללער, געט מיר ביטע צופארשטיין אייער סטעיטמינט
וועגען וואס רמ"ד האט געאגט, און פאקטיש וואס ער טוט? זענט איר אזוי נא'יעוו? זעט איר
נישט וואס גייט דא פאר? זעט איר נישט אז ער איז אחד בפה ואחד בלב!
דער תירוץ איז ת"ח שאין בו דעת.....אין בו דעת בתמי'? אלא אין בו יראת שמים! (**בעקלאמפיש דארך יעקל פיהרער און דעם
מענעדזער פון בית-החיים, יעדעס קינד ווייסט אז זיי האבען נישט צובאצאלען די פערטיל
מיליאן דאלאר וואס דער שפיל האט געקאסט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2007 18:45 |
|
| |
Brooklyni
Its friday the baking day
you poeple are so nervous about the situation that you to have to bake stories'
it would not help you anyway
About money one Eliyah in Yom Kiper is all Tin Torahs & Courts paid
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 03:43 |
|
| |
פונקט פארקערט!
רב"צ איז געווען דער וואס האט ארייגעשלעפט דעם "בית החיים " אין קארט, אלס ווייל דער רב"צ האט געוואלט ארויסווארפן ר' יעקב פירער פון די חברא קדישא, ווען דער רב"צ האט געמאכט וואלן אין 48 פאר די חברא קדישא, אריינצולייגן חיים אייזן,
רב"צ האט אנגעפאגן די גאנצע מערכה פונעם "בית החיים" און אריינגעשלעפט די גאנצע עסק אין הונדערטער טויזענטער דאללער הוצאות, אלס כדי ארויס צוווארפן ר' יעקב פירער פונעם חברא קדישא.
די פסק פונעם פון דער בית דין האט צוריק געשטעלט ר' יעקב פירער אין די חברא קדישא. (דעת תורה)
היינט צו טאג שטייט די חברא קדישא אונטער די אויפזיכט פונעם בית דין, אויב עס זאל זיך מאכן א פראבלעם, וועט בית דין נעמען א שטעלונג.
ובלע המוות לנצח
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 13:12 |
|
| |
מכלל הן אתה שומע לאו
רבי-חסידים ביסט שוין א שטיקל מודה במקצת, נער זיך נישט די ווייסט גאנץ גיט דעם אמת.
בי"ד האט געפסקענט און מהאט געוואלט איבערדייען דעם פסק דארך גיין אין קארט און בי"ד האט נאכאמאל געפסקענט
איך ציטיר נאנאכאמאל ר וואס ר'
פסח האט אליין געזאגט
"א מנהיג מיז זיין נכנע צום דעת תורה, אויך א רבי וואס איז א ת"ח און א ירא שמים,
אויב איז ער אמתדיג ערליך, איז ער נכנע לדעת תורה!
און מכלל הן אתה שומע לאו
אין בו דעת?... בתמי'?.. ... אלא אין בו יראת שמים
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 14:55 |
|
| |
ווער האט אנגעפאנגען צו טשעפענן מיט'ן בית החיים - דער רב"צ
ווער האט אריינגברענגט דעם בית החיים אין קארט - דער רב"צ
ווער האט געוואלט ארויסווארפן ר' יעקב פירער פון די חברא קדישא - דער רב"צ
דער פאקט האט דער בית דין געפסקנט אז ר' יעקב פירער בלייבט אין חברא קדישא, און די חברי הבית דין האבן דאס לעצטע ווארט אינעם בית החיים,
מיט די יעצטיגע חתימות, וואס עטס האט נישט אריינגעברענגט 80 % פראצענט פון באבוב, וועלן סייווי מוזען צוטיילט ווערן די נכסי באבוב און אויך דאס בית החיים,
האב געדולט, און ווארט אויס דעם פסק, דעמאלטס קענסט דו שרייבען, וואס דו ווילסט, און וועמען דו ווילסט, עס איז א שאד אין אזא זמן, ווען דער מצב זעהט נישט גוט פאר ענק, חוזק מאכן פון זיך אליינס, ווען די גאנצע וועלט שטייט און לאכט פון ענק, אז עטס אלעמאהל געשריגן אז 45 האט נישט מעהר 18 פראצענט.
קענסט שרייבען וואס דו ווילסט, קענסט אבער נישט דעליווערן וואס דו ווילסט, מיטן גאנצען טעראר צוזאמען, האטס עטס נישט קיין 80%.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 15:06 |
|
| |
The Truth Hurts
וואס איז געשעהן
פארוואס פארלאנגסטו מיטאיינמאל 80?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2007 15:26 |
|
| |
ווייל אזוי האט געזאגט דיין בורר גרויז און טוען גרובער ברבים אין ביהמ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 07:06 |
|
| |
ביסט חוזר אז ענק האבן נישט קיין 80% אין די זאגסט נאך אז "פארוואס פארלאנגסטו מיטאיינמאל 80?"
די היפאקראט!
ענק שלעפן יעקל פירער מיטן קעמפ אין קאורט אריין - אין שרייען מ'האט ענק געשלעפט אין קאורט
עטס שלעפטס אריין דעם בית החיים אין קאורט מיט פאלשע וואוטס אין שרייען מ'האט ענק געשלעפט אין קאורט
בקיצור א באנדע חאליגאנעס מיט היפערקראטן וואס פין אזויפיל מאל מעלה גרה זייערע אייגענע בלאף טוהן זיי שוין דאס איבערזאגן אין איבערקייען אהן אריינצוטראכטן וואס ער זאגט אין וואס גייט דא פאר!
if you will not wake up on time the beis din will do it with a cup cold water -
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 17:15 |
|
| |
רבי-חסידים זעסט אונז זענעו מיר זער מענטשליך מיט ענק סאיז גענוג אז עטס וועטס האבען 52% ווייל אזוי ווערט געברענגט אין גדולי אחרונים ס' יושר דברי אמת תשובה י'
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 17:29 |
|
| |
איך זעה אז ווי נענטער מ'רוקט זיך צום פסק ווערן עטס מער משוגע...
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 17:44 |
|
| |
דאס הייסט אז אויב אונז וועלן געווינען מיט נאר 75 פראצענט, איז עס א געווינס פאר ענק, ווייל אונז האבן נישט
געקענט אנציען 80 פראצענט, אפי' ענק פארלירן די נאמען מיט בנינים!
איך זעי אז ענק האבן שוין א פארטיגע סטראטעגיע גרייט ווי אזוי צו שרייען "דידן נצח" נאכן פארלירן אין די"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 18:59 |
|
| |
דאס הייסט אז אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז באבוב האט אין אפענע וואלן 42% - איז אפשר נישט קיין געווינס? וואס מיינט ביי דיר יא א געווינס?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 19:19 |
|
| |
אויב עטס האטס 42% "באשטעטיגט"
ביים בית דין, וועל איך זיין דער ערשטער מודה דא אויף היידפארק און אפי'
אין גאס אז עטס האטס א ערענסטע חלק פון באבוב און אז ס'קומט ענק א ערענסטע
חלק אין נכסי באבוב (צבי ארי'ס שרייען אז דאס ליגט שוין אין פראטאקאל פון
בי"ד איז נישט קוואליפייד - ס'מוז זיין פון א מקור מוסמך ווי למשל א כתב
בי"ד וכדומה).
אבער, אויב עטס האטס נאר 28% "באשטעטיגט"
ביים בית דין אדער ווייניגער (דאס מיינט אז מיר האבן אסאך מער ווי שני
שלישים) - ווער פון ענק וועט מיך מודה זיין אז עטס זענט גארנישט (בנוגע
לקהלת באבוב) און ס'קומט ענק גארנישט (מנכסי באבוב).
איך
רעד נאר דא מתורת רוב ומיעוט אויף וואס די וואהלען זענען געשטעלט געווארן
און נישט אויף דער מדובר פון ירושה. דא טענה'ט מען זיך איבער נאמבערס, און
איך וויל וויסען ווער דא האט דער קוראזש צו שרייבען אז ער וועט מודה זיין.
תוקן על ידי האליגאנער ב- 15/10/2007 19:22:06
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 19:38 |
|
| |
סתם א שאלה: פ"וו מיינסטו אז אויב 45 וועט האבן נאר 28 קומט זיי גארנישט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 20:09 |
|
| |
יעדער פארשטייט אז בנוגע צו נאמבערס איז מאנען נכסים מיט וויניגער ווי א דריטעל 33.3% שטייט שוואכער ווי מיט מער פון א דריטעל. ר' שמחה ביי ענק און ר' יודל ביי אונז האבען ביידע מגיב געווען אויף דעם. ר' שמחה האט געזאגט אז ענק מוזען מיט א מינימום אניאגען 35%.
איך האב געזאגט 28% ווייל לויט מיין חשבון האט עטס בערך אזוי פול היינטיגע טעג (מיט אלע יונגעלייט וואס האבען חתונה געהאט זייט י"ב אדר). דו קענסט האלטען אנדערש.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/10/2007 20:12 |
|
| |
"ר' שמחה האט געזאגט אז ענק מוזען מיט א מינימום אניאגען 35%."
??????????????????????????????????????????
_________________
|
|
|
|
|