בית פורומים כל העולם כולו

ענדליך, נאך איין נארמאלער מענטש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2007 18:30 לינק ישיר 
ענדליך, נאך איין נארמאלער מענטש

ביז היינט האב איך געטראפן איין נארמאלער מענטש אין דער וועלט, דער טשעכישער פרעזידענט (איך קען נישט נאכשרייבן זיין נאמען), וואס ער האלט אין איין חוזק מאכן פון דעם "גלאבעל ווארעמונג" אנשיקעניש.

יעצט זעה איך ענדליך נאך איינער, א גרויסער, עלטערער פראפעסאר,איינער פון די וועלטס גרעסטע מעטאראלאגיסטן, ליינטס:

http://www.smh.com.au/news/environment/gore-gets-a-cold-shoulder/2007/10/13/1191696238792.html

אין קורצן וואס ער שרייבט, אמת, עס איז דא גלאבאל וואראמינג יעצט, אבער עס האט גארנישט צו טוהן מיט די מענטשהייט. מענטשן און אונזערע פעולות (גאז באנוץ וכו') טוט גארנישט דערצו, נאר דאס איז א סייקל וואס טוישט זיך יעדע עטליכע צוואנציג דרייסיג יאר, איינמאל ווערט ווארעמער און איינמאל ווערט קעלטער

ער זאגט, אז דאס וואס זיי ברענגען א ראי' צו גלאבעל ווארעמינג פון די פארמערטע האריקעינס אין די לעצטע יארן, איז א ליגענט, ווייל אין די יארן פון 1900 ביז 1949 זענען געווען מער האריקעינס ווי אין די לעצטע 50 יאר פון 57' ביז 07', און אין יענע פופציג יאר האט געהייסן אז די וועלט איז גאר קעלטער געווארן

ער זאגט אז אין 10 15 יאר ארום וועט מען זיך צוריקקוקן און זען אליין ווי נאריש מיר זענען געווען, און ווי סטופיד עס איז געווען צו געבן פאר על גאור די נאבעל שלום פרייז בלויז פאר דעם צוועק


(אני לעצמי האלט אז עס קומט אים דער נאבעל שלום פרייז פאר אן אנדערן צוועק, ווייל ער האט אויפגעגעבן די וואלן אין 00', נאכדעם וואס ער האט געווינען דאס לאנד מיט מער מענטשן, און דער סופרים קאורט האט עס אוועקגעשאנקען פאר בוש צוליב א נארישע דאטום סיבה. אין דריטע וועלט לענדער וואלט שוין דער פארלירער געפירט גרויסע מלחמות, אבער גאור האט נאבעלערהייט אויפגעגעבן. קומט אים דאך דער נאבעל שלום פרייז. אבער מיט זיין נארישן קאמפיין פאר גלאבעל ווארעמינג האט דער נאבעל שלום פרייז זיכער נישט צו טון, ווי דער טשעכישער פרעזידענט האט שוין טאקע געזאגט, אז ער כאפט נאכנישט פונקטליך וואס "שלום" האט צו טוהן מיט גלאבעל ווארעמינג....)

_________________




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ענדליך, נאך איין נארמאלער מענטש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext