אין די טעג גרייט מען זיך צום - לכאורה - לעצטן הירינג וואס וועט פארקומען אין די געריכט זאלן בנוגע דעם סכסוך אין די סאטמארע קהילה, וואס איז זיכער אז עס איז א קריטישער ווענדפונקט אין דעם לאנג פארצויגענעם ליידער-געריכטליכער סכסוך אפגעזען פון דעם אויסגאנג זיינעם.
דערפאר וויל איך אויסנוצן די געלעגנהייט און זיך ווענדן מיט אן עפנטליכן רוף צו יעדן נארמאלן מענטש וואס געפינט זיך ביי די זאליס, און וועמענ'ס געוויסן עס מאנט און ווייטאגט אויף דעם טרויעריגן מצב אין וועלכן די סאטמארע קהילה האט זיך פארפלאנטערט אך ורק צוליב דעם אומגעהויערן עקשנות פון די זאליס זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ביי א בי"ד כשר: לא עת לחשות ! אין די קומענדיגע וואכן אדער מאנאטן וועט מעגליך אפגעזיגלט ווערן אויף אייביג דער שוידערליכער חילול שם שמים וואס רז"ל און זיינע שיק יונגלעך האבן גורם געווען, ביים אריינצווינגען די גרעסטע און חשוב'סטע קהילה אין דער וועלט צום געריכט !!! וואו וועט איר באהאלטן אייער שאנד פון די קומענדיגע דורות, והי' כי יאמרו אליכם בניכם, פארוואס האט איר נישט געטון אלעס אין אייער מעגליכקייט אפצושטעלן דעם מאסשטאבליכן חילול השם דורכ'ן ברענגען דעם סכסוך צו א דין תורה !!!
זייט נישט קיין צועקים לשעבר ! שטעלט אפ דעם חילול השם אין די לעצטע מינוט ! מאי דהוה הוה, כאטש יעצט פרובירט מיט אלע כוחות צו ברענגען דעם ענין לידי גמר ביי א בי"ד כשר בישראל ! שפארט זיך איין די שרעקליכע בושות ביים יום הדין ! לאזט נישט די היסטאריע אייך אפסטעמפלען אלס קהילה און רעביסטווע וואס איז געקרוינט געווארן דורכ'ן געריכט !
_________________
If it''''s good marketed, you''''ll buy it. but if it''''s real you''''ll FEEL it!
נשלח ב-15/10/2007 03:57
פאר די אשכול גייט זיך ציען ווייטער מיט אלע אלטע אויסגעדראשענע סוכסוכים,
וויל איך נאר קלאר מאכען איין זאך.
די וואך דינסטאג איז נישט די דעיט אויף די פסק.
ס'איז סתם א הירינג....
יעצט פאנגטס אן.....
דוד46 הייב אן מיט דיינע נערישקייטען......
נשלח ב-15/10/2007 05:18
דעם והי' כי יאמרו אליכם בניכם וועט נישט זיין אונזער פראבלעם, מיר האבן אן אפמאך מיטן ווינער רב, לאחר מאה ועשרים וועט ער אונז איבער געבן זיין ליידיגען נאכטקעסטל.
מיר וועלן דאס ווייזן פאר די דורות הבאים און דער חילול השם וועט בלייבן פאר ענק, די הולכים בערכאות של עכו''ם, צו פארענטפערן!
_________________
נשלח ב-15/10/2007 06:31
נאכאמאל!
מען האט דיר קלאר געזאגט צום איבער הונדערטסן מאהל "קום צו א דין תורה בזבל"א"!
וואס דרייסטן מיטן צונג
וואס האקסטו אין טשייניק
נאכאמל!
"קומטס צו דין תורה"!
נשלח ב-15/10/2007 06:40
הערסט א מעשה? דער זלמן לייב ט"ב שרייט קלאר אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה פון תהלוכות הקהלה, קשר בוגדים, סמכות עליונה, אהבה מסתרת, מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה צו פארלאנגען אז ער מוז זעהן די היתר בי"ד, דאס איז פונקט וואו דער מערדער זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. נאך דאס ווילסטו נאך אויך, זעהן די היתר בי"ד? נישט גענוג די מאכסט אן א חילול השם איום ונורא מיט דיין עקשנות פון נישט קומען צו די"ת, האסטו נאך די העזה צו זעהן א היתר בי"ד?
נשלח ב-15/10/2007 17:53
הערסט א מעשה? דער אהרן ט"ב שרייט קלאר אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה אז ער דארף נישט אונטערשרייבן שטרי ברורין, און ער האט נאך די העזה צו פארלאנגען אז יענער זאל זיך שטעלן צום דין תורה, דאס איז פונקט וואו דער מערדער זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. נאך דאס ווילסטו נאך אויך, זיך ארויסצודרייען פון נאכקומען דיינע פליכטן אויב דו וועסט פארלירן דעם דין תורה? נישט גענוג די מאכסט אן א חילול השם איום ונורא מיט דיין עקשנות פון נישט קומען צו די"ת, האסטו נאך די העזה אנצושטעלן א תאמעוואטע פרצוף...?
נשלח ב-15/10/2007 18:26
הערסט א מעשה? פאר 2 יאר שרייט דער זלמן לייב ט"ב אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה פון תהלוכות הקהלה, קשר בוגדים, סמכות עליונה, אהבה מסתרת, מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה 2 יאר שפעטער חשון תשס"ג פאר די חתונה פון רבי'ן ז"ל אייניקל, צו קומען מיט פרישע פארלאנגען אז דער זאל אונטערשרייבן יענער זאל אינטערשרייבן, דאס איז פונקט וואו דער מאפיא זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט צו פראוון אז ער האט טאקע געהרג'עט איינעם. אויב מיטן זעלבן מויל שרייסטו אז די ביסט פטור פון די"ת וועגן דיין שמחות עליונים, ווי אזוי האסטו נאך די העזה 2 יאר שפעטער צו פארלאנגען חתימות?
נשלח ב-15/10/2007 18:39
הערסט א מעשה? פאר 2 יאר שרייט דער אהרן ט"ב אז ער איז אנדערש וואו גאנץ כלל ישראל, אנדערש וואו באבוב, קראסנא, ושאר קהילות בישראל, וואס האבן זיך געשטעלט געהעריג צו א בי"ד מרוצה או בזבל"א, ער איז אימיונד פון גיין צו דין תורה, צוליב זיין פאר'סרח'עטע תורה חדשה אז ער דארף נישט אונטערשרייבן שטרי ברורין מיט די אלע טינופת, און ער האט נאך די העזה 2 יאר שפעטער חשון תשס"ג פאר די חתונה פון רבי'ן ז"ל אייניקל, צו קומען מיט פרישע פארלאנגען אז ערשט זאל מען זיך שטעלן צו דין תורה און דערנאך וועט מען באשליסן צי ער דארף אונטערשרייבן, דאס איז פונקט וואו דער מאפיא זאל פארלאנגען ארויסצושלעפן דעם טויטן פון קבר און שלעפן צום געריכט אז ער זאל דער טויטער פראוון אז די מאפיא האט אים טאקע געהרג'עט. אויב מיטן זעלבן מויל שרייסטו אז די ביסט פטור פון די"ת ווייל דו לערנסט יעצט די סוגיא פון מתוך, ווי אזוי האסטו נאך די העזה 2 יאר שפעטער צו פארלאנגען דין תורה?
נשלח ב-15/10/2007 19:26
די זאליס נועם המידות קעפ פארשטייען פשוט נישט דער דרך העולם, דער דרך העולם פון א די"ת איז אזוי:
סטעפ 1: מרופט צו די"ת
סטעפ 2: מ'פאראייניגט זיך אויף א בי"ד כשר
סטעפ 3: מ'פארלאנגט פונעם בי"ד חתימות
סטעפ 4: מ'לייגט פאר די טענות
און צום לעצט: מ'געט ארויס א פסק
ביי די זאלי כעלעמע נועם המידות גייט עס פונקט קאפויע
סטעפ 1: קודם קומט ארויס א לאנגע קשר בוגדים פסק, דאס איז פאר וואו וואס ווען,
סטעפ 2: נאכן האבן די פסק אין טאש הייבט מען אן צעגערן פאר 2 יאר מיט 5טע שו"ע טענות אז זיי זענען גאר אימיונד פון בי"ד, צוליב תהלוכות הקהלה און די אלע קרעפ.
סטעפ 3: נאך ארומשלעפן 2 יאר מיט עקשנות, הייבט מען אן וואו א מאפיא צו פארלאנגען חתימות פון די גאנצע וועלט
סטעפ 4: צום לעצט קומט מען מיט א קעלבערנע פנים אז נאר דער קשר בוגדים דיין איז געאייגנט צו פסק'נען
אזעלעכע געזעצן זענען פערפעקט פאר סדום.
נשלח ב-15/10/2007 19:37
דוד'ל,
פארוואס האסטו יעצט ניש גע'פעיס'ט די ווערטער פון "קושקע" ?
נשלח ב-15/10/2007 20:46
דוד46, הבדלה מנין, איר זענט גענצליך פטור פון ענטפערן, דער אשכול האט אייך בכלל נישט געמיינט. די טענות ארום די טעמע זענען שוין געשלאסן פון לאנג, ווייניגסטנ'ס פון מיין זייט. יעדער פערספעקטיוו איז שוין איבערגעקייט און אויסגעדראשן, דער ווייטאגליכער מציאות איז אז מ'זיצט נישט ביי דין תורה, און די איינציגע שולדיגע זענען רז"ל און זיינע אונטערטאנען.
און איך חזר איבער מיינע ווערטער, איך מיין יעדעס ווארט מיטן גאנצן ערנסטקייט. אויב געפינט זיך נאך אין זאלי לאגער עמיצער וואס האט א ברעקל יראת שמים וואס זיין הארץ ציפט אים כסדר אויף דעם שוידערליכן פארברעכן וואס איז אפגעטון געווארן דורך רז"ל און זיינע שלוחים. אויב איז נאך דא דארט עמיצער וועלכער זארגט זיך פאר דעם פארשווארצטן פנים וואס די זאלי קהילה וועט טראגן אין די היסטאריע צוליב זייער פרעכער מסרב זיין לדין תורה. אויב איז נאך דא דארט עמיצער וועלכער איז נישט גענצליך בלינד און האט נאך דאס מינדסטע פחד פארן יום הדין הגדול והנורא, זאל ער וויסן אז יעצט איז די צייט ! ער קען נאך אריינכאפן בעת נעילת שער און פרובירן אפווישן דעם שענדליכן פלעק פון רז"ל און א קהילה וואס רופט זיך מיטן נאמען סאטמאר.