דער גאנצער וויכיח דא איז זייער נאריש ווייל דאס איז קלאר ווי דער טאג אז די ארונים וועלען אריין גיין אין היסטערי אז זיי האבען אריינגעשלעפט די גרעסטע קהילה אין די גוישע קאורט סיסטעם און די אלע נארישע תרוצים אז מען האט א היתר בי"ד, אז די זלונים האבען נישט געוואלט גיין צו דין תורה וועט נישט קיין סאך העלפען
צווייטענס ווי אזוי מען זאל עס נאר דרייען זענען די ארונים די פלעינטיף זיי זענען דו תובעים און דו קאורט וואס דעם פלעק וועלען זיי קיינמאל נישט קענען אראפנעמען
נשלח ב-16/10/2007 14:50
עס וועלן פארבלייבן אין היסטאריע די הונדערטער קלארע דאקומענטן מיט ריזיגע קידוש לבנה וואס מ'בעט זיך וואו א קינד ביי זלמן לייב טייטלבוים ער זאל זיך שטעלן צו די"ת ווי א איד.
עס וועלן פארבלייבן אין היסטאריע די קלארע דאקומענטן פון שמואל פריעד און שאול פערלשטיין (די זאלי די"ת פארהאנדלער), וואו זיי שרייבן מיט א פרעכהייט אז זיי זענען אויסנאם פון גאנץ כלל ישראל, אז זיי זענען פטור זיך צו שטעלן לדין וועגן זייער מאפיאנערישע "תהלוכות הקהלה" ערפינדונג.
דאס אז אידן זענען ליידער געצווינגען צו גיין לערכאות איז ליידער מעשים בכל יום, עס איז געווען בימות רבינו יואל והברך משה.
די "תהלוכות הקהלה" פלעק וועט ענק נאכלויפן דורכאויס היסטאריע.
נשלח ב-17/10/2007 03:41
עפנטליכער רוף: דער זייגער רוקט זיך, און די לעצטע געלעגנהייט פאר די זאליס אראפצונעמען די חרפה פון זיך און סאטמאר בכלל לויפט שוין באלד אויס! טראכט אייך גוט איבער, איר קענט נאך אריינכאפן אין די לעצטע מינוט עטוואס צו פארווישן דעם שענדליכן פלעק! זייט נישט פון די צועקים לשעבר!
----
קושקע, אז דו רעדטסט שוין יא, פארגעס נישט פון די הזמנה וואס רז"ל האט זעלבסט געשיקט פאר די בני רבינו, און די רגע וואס מ'האט אים געענטפערט אז מ'איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה האט ער איינגענומען א שטים שווייגעניש כאילו מ'וואלט אים געהייסן זאגן תורה !
נשלח ב-17/10/2007 06:00
געגאנגען, וואס באדייט "די לעצטע געלעגנהייט " צו גיין צו דין תורה?
אויב עטס פארלירטס און קאורט און נאך דעם אפפערט מען ענק צו גיין צו א דין תורה, וועט עטס דאס נישט מער אננעמען?
_________________
נשלח ב-17/10/2007 06:10
געגאנגען
מאך דיך נישט תאמעוואטע
אהרן טייטלבוים האט געענטפערט (ליין: זיך פאררעדט) דורך זיינע שלוחים אז דאס האט מיט די דין תורה וואס זיינע רשעי הקהילה האבן גערופן עטליכע יאר פריער.
נשלח ב-17/10/2007 20:55
איך זע נישט קיין שום סיבה פארוואס די זאליס זאלן זיך יעצט שטעלן צו דין תורה. זיי האבן גארנישט וואס צו געווינען פון דין תורה, נאכדערצו אז אין קאורט זענען זיי זיכערע געווינערס.
נשלח ב-17/10/2007 21:04
זיכער איז דער טויט
און זיכער איז מען אז מען גייט מיט די תורה!
פון "רעדן" אז מען דארף גיין צו דין תורה איז גארנישט.
איך האב דיך נישט געוואלט אויפוועקן פון טיפן שלאפ...
נשלח ב-18/10/2007 01:13
מיי פוט, סאיז טאקע יא געווען, כ"ק הגה"צ מאנטריאלער דיין שליט"א האט פארבויגן זיין כבוד און פערזענליך אנגערופן די געוועזענע קרית יואלער רב ער"ה תשס"ג און אים געבעטן צו קומען צו דין תורה, צו וואס סאטמאר וועט זיך צושטעלן לפנים משורת הדין, און אפשטעלן דעם געוואלדיגן חילול השם, די פרעכע ענטפער איז געקומען בעל פה, און נאכדעם בכתב דורך דעם גראבן רעב אלישע, אז ער האלט נישט דערביי! ער וועט שיקן טויזנט הזמנות דורך שליחים, און אויב ער וועט פארלירן וועט ער זאגן אז ער האט גארנישט מיט בערל פרידמאן און ער מאכט א פרישע דין תורה!
רבינו שליט"א, דעמאלץ וויליאמסבורגער רב, האט קלאר געזאגט אז ער איז גרייט אונטערצושרייבן די שטרי בירורין!
יא, דאס הייסט אויסדריקליך גערופן צו דין תורה און נישט געקומען! ער איז סיי א הולך בערכאות סיי א מסרב לדין און סיי א מחלל שם שמים אויף א אופן וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע!