| נשלח ב-16/10/2007 10:14 |
|
| |
צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
באקומען אין אימעיל.
בעזהשי"ת
כמו שקבלנו כמה בקשות מבני החברה שרוצים לערוך
סעודת יומא דהילולא של רבינו זצ"ל
ביחד עם סעודת מלוה דמלכה
במוצאי שבת קודש פרשת וירא הבעל"ט
ט"ז רם חשון תשס"ח לפ"ק
על כן הננו בבקשה על כל אחד מאנשי שלומינו
די בכל אתר ואתר להודיע לנו באיזה מקום הם רוצים לערוך הסעודה
ונקוה לשלוח לכולכם המקומות שיתקיימו הסעודות
ביחד עם ליווי תזמורים וכלי שיר אם אפשר
המקומות שנמצאים הרבה אנ"ש כדלהלן
ירושלים
בני ברק
וויליאמסבורג
בורו פארק
ענגלאנד
אנטווערפען
שווייץ
אוסטראליע
בני החבורה כולל אנשים מכל סוג
כולל חסידי סאטמאר, באבוב, וויזניץ, גור, אמשינוב וכו
ואחינו בני לומדי תורה מישיבות סלובדקה, מיר, פונויץ וכו
בברכת הצלחה מרובה
חברת קשר
_________________
מ'קען אריינשיקן נייעס, בילדער, קליפס, וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 16:14 |
|
| |
הערליכע מוזיק און סיפורים מהעל שם טוב ותלמידיו 24 שעה א טאג
http://www.rabbishlomo.co.uk
ממש פלאי פלאים דאס איז אדוירך געארבעט דורך היימישע חיסידישע אינגעלייט און עסליגט דארט הונדערטע שעות פון טיפע הייליגע ניגונים, נסחאות און סיפורי צדיקים
טעמו וראו כי טוב.
לע"נ רבינו שלמה ב"ר נפתלי זצ"ל די 13'צטע יאר צייט געפאלט טאקע נעקסטער מוצאי שבת פרשת וירא הבעל"ט
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 16:18 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 19:22 |
|
| |
שר"י
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 20:44 |
|
| |
שעפסל
למה הנוסח הזה
כי הוא לא קורא לעצמו כק אדמור שליטא
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 20:58 |
|
| |
זומזום, זכותך לכתוב בנוסח אחר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 21:20 |
|
| |
הוא תרם למען ישראל יותר מ,,,,,,,,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2007 21:40 |
|
| |
שעפסל
גם קוב לא תקבנו גם ברוך לא תברכנו
אויב דו ווילסט ברוגז זיין, געב עס ארויס אויף די שוטים וואס נעמען א פארשוין וועלכער איז געוועהן א גוטער זינגער און א שפילער. אפשר נאך א גאר א גוטער זינגער. און מאכען פון איהם א צדיק. נאהר ווייל ער האט געקענט אזוי גוט זינגען אז קטני מוחין האט ער מרגש געוועהן עד דמעות. א קיצער א גוטער פאכמאן.
זיי מישען אויס קעלבענער ווייבערישער התרגשות מיט התעוררות.
זיין התרגשות איז געוועהן פון דעם זעלבן סארט ווי די גויישע שוישפילערס און פילם מאכערס וואס איך בין זיכער זיי קענען אויכעט די מלאכה. אויף ענגליש הייסט דאס A TEAR JERKER קיינער אבער קיינער זאגט נישט אז אזא אקטיאר איז א קדוש.
לפענ"ד איז די אבסעסיע מיט זיין מכלומרשטע צדקות, כאטשיג ער איז געוועהן איין אפענער עבריין. גורם צו דעהם אז היינטיגע קטני מוחין בעלי תאווה מיינען אז מקען זיין איין עובד ליצרו וליוצרו. עדות צו דעהם זענען די "טשולענט קלאבס" למיניהם ווי מקען אפטוהן כל דבר אסור, און מזינגט נאך א קארליבאך ניגון "לכבוד שבת קודש"
http://yiddish.forward.com/archive/forverts/2007/0126/item3.html
גענוג איז צו זעהן ביי די היילגע כותל המערבי פרייטיג צו נאכטס ווי די חברה'לייט האצקען ביי דעם קארליבאך מנין, לאז אבער איינער א פרעג טוהן אזא "מתפלל" וויאזוי ער האט פארברענגט ליל שישי? אדער אנדערע נעכט.
אמאהל האט זיך אזא איינער באגראבן פאר בושה, און געשטאנען אויף די מערב וואנט, היינט קען ער פארפיהרן, טומלען און ליארעמען און שטערען אלע מתפללים דארט, ווען איך בין דארט כאפט מיר שיעור אהן איין עקל. אזוי איז מען מקבל שבת?
אבער כאמור לעיל, זיי האבן דעם היתר פון דעם רב המרקד.
כבר מילתי אמורה, ער אליין איז נישט שולדיג, ער האט געהאט זיינע פראבלעמען, זיינע גרויסע מעלות און זיינע גרעסערע שוואכקייטן, קיינער משפט איהם נישט דא. מיר זענען נישט קיין בי"ד של מעלה. מיין טענה איז צו די וואס פארגעטערן איהם.
מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת השם גם שניהם.
תוקן על ידי - baachi - 16/10/2007 21:44:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 06:33 |
|
| |
ר' באטשי
אחר קידה והשתחויה למעלת כבוד תורתכם וכו'
איך בין געווען היימיש מיט ר' שלמה'ן זצ"ל, ער פלעג מיך רופען ווי יעדען איינעם דער הייליגער ר'..... ער איז געווען א גרויסע נשמה דהיינו א גדול, און ער האט אויסגענוצט זיינע כוחות מקרב צו זיין כל צרוע וכל.......
איך פרעג נאכאמאל די קשיא אויב ער איז געווען אזוי ווי דו זאגסט ווי זיינען די אלע וואס זיינען פארדארבען געווארן דורך אים?
סוף סוף זיינען היינט דא טויזענער אידן פון אלע שיכטען וואס ווארעמען זיך מיט זיינע ניגונים, ביי די אידן איז די התרגשות אדער ווייבערישע געפילען ווי דו רופסט עס זייער אידישקייט,
ליידער היינט פארקויפען נישט די פארטייען קיין אמת'ע געפילען נאר פאליטישע, און מען קען יעדען נארן נאר נישט זיך, דער ניגון שפכי כמים לבך וואס נאך זינגען דעם ניגון 100 מאל איז עס נאך אלץ גוט ווי ניי, עס איז גלייך צום הארץ, ווען א מענטש איז נבוך מיט פראבלעמען און דרייט זיך ארויף און אראפ איז דער ניגון די בעסטע מעדיצין און עס האט נאך א צו א געפיל פון קרבת אלקים, דאס איז נישט א ניגון דאס איז מיטל פון CPR פאר די אידישע נשמה,
ווען איינער זאגט אז ר' שלמה איז געווען א בעל מנגן איז אזוי ווי מען זאל זאגען אויף דעם גרעסטען הארץ ספעציאליסט וואס מאכט הארץ אפעראציעס אז ער איז א פשוטער סאלאמי סלייסער, א ודאי שניידען ביידע פלייש, נאר אם אין דעת הבדלה מנין,
מען קען זאגען אז נאך דעם דף היומי וואס האט אפגעראטעוועט די וועלט פון אלע שלעכטע השפעות פון לינקס און פון רעכטס, איז די נעקסטע גרויסע זאך די השפעה פון ר' שלמה,
דער שקר פון די פארטייען נאדשעט ביים הארץ און מענטשען ווערען מענטעלי דיסטורבט פון דעם קאמפליצירטן שקר, שלמה'ס ניגונים זיינען ווי באלזאם פאר דעם פנימיות פון די אידישע נשמות,
זעלטען וואס א מענשט וואס לעבט שוין נישט איבער 10 יאהר אז די לעקטער פון זיין גרויסע נשמה איז נאך מעכטיג שטארק, און עס שטראלען ארויס אטאמישע פולסען וואס ברענגען אריין א חיות אין אידישע נשמות ווי א נוקלעאר'ער ריעקטאר,
אדרבה זינגט ישרא' בטח בה', והאר עינינו, נחמו נמחו עמי, והיו למשסה, ממקומך, עם ישראל חי, וכו' וכו' הונדרעטער ניגונים אש להבה, א פשוטע און הייליגע געפיעל פון די תוכן המילים,
איך פארשטיי נישט בשום אופן ווי עס זיינען דא אידן וואס פילען נישט דעם קראפט, עס מוז זיין אז ביי זיי איז מוח שליט על הלב, כל הכבוד,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 21:02 |
|
| |
חסדי ד' כי לא תמנו - אז מע'זעהט נאך איין היימישער אינגערמאן וואס שעמט זיך נישט אין שרייט "אז עס איז נאר איין באשעפער" אין האט די הייליגע אויגען אדוירעך צו קוקען אלעס אין זעהן אז די הייליגע רשב"ן זצ"ל איז געוועהן א נסתר שבנסתר, ער איז דאך געוועהן אזוי באהאלטען אז די בעל דבר אליין האט נישט געוויזט אז ער איז א צדיק וקדוש, וואס מלבד זיין גאונות וחריפות ובקיאות בספרי קבלה, ש"ס ופוסקים, ספרי חסידות, ודרך הבעל שם, איז ער געוועהן א יחיד בדורו אין אהבת ישראל ער האט ליב געהאט אפילו די וואס ווארפען שטיינער אויף עהם.
עוד יבוא יום, let it be soon' let it be soon' וואס די גאנצע וועלט וועט זעהן אז עס איז דא איין באשעפער אין ער האט ליב יעדעם כקטן כגדול, אין האט אסאך באהאלטענער אידעלעך וואס זענען מקריב זייער עוה"ז ועוה"ב מקרב צו זיין אידען לאבינו שבשמים.
עס קומט באלד ארויס א הערליך ספר הרשב"ן מלוקט תורות עמיקים, מדרכי החסידות, דרך הבעש"ט, אין פערזענליכער מעשיות, וואס איהר וועט אלע זעהן אז ער פלעגט אוועק געבען זיין גאנצער געלט פאר אידען, גלייך נאך די קונצערט'ן, אויב געלט איז ביי אייך נישט קיין עבודה זרה, וועט איהר אלע זעהן אז דאס איז דער אמת'ער דרך לעבודת ד'.
נאך די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען ארויף על קידוש השם, דארף אונזער קליינע קעפלעך זיין אפען אין זעהן אפשר איז אונזער אלטע דרך נישט אזוי גוט, אפשר האבען מיר פארגעסען ווי אזוי ליב צו האבען א צווייטען, אפשר זענען מיר מיילען ווייט פון חסידות בכלל, ווער זאגט עס איז א מצוה צו זיך ארום האקען אין טשעפערן א צווייטען, אפשר איז די נעמען פון מוסדות בכלל אן עבודה זרה, אזוי ווי די בעל שם אליין האט זיך נישט געריפען מעזשיבושע'ר רבי, נאר גאנץ פשוט ר' ישראל ב"ר אליעזר בעש"ט. און אפשר וויל די רבוש"ע מיר זאלען נישט זיין אזוי קאלט צו א ווייטען ברידער, הגם ער גייט מיט לאנגע האר, לאמיר עהם מקרב און ווייזען די זיסקייט פון אידישקייט, אין נישט ווי גיט מ'קען זעצען ביי הקפות, וואס איז דאך היפך שיטת הבעל שם, אין טאקע דאס האט די הייליגע סאטמאר רבי זצוקללה"ה רוח קדשו געמיינט נשתכח דרך הבעל שם, אז א גאנצע דור האט פארקוקט אזא צדיק נסתר וואס פלעגט זיין מקושר צום רבוש"ע יעדער רגע און טאג.
איך וועל בל"נ אייך שיקען א לינק פון דעם ספר הרשב"ן וואס וועט אי"ה טראגען הסכמות פון: כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד מבאבוב שליט"א כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א כ"ק אדמו"ר מויזניץ ב"ב שליט"א ר"מ ור"י בני כ"ק אדמו"ר מויזניץ
שליט"א כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א כ"ק אדמור"י לעלוב שליט"א כ"ק אדמור"י קרעטשניף שליט"א ועוד דיינים ורבנים מקהילות שונות.
מיר טועהן דאס פשוט צו פארשפרייטען אהבה ואחוה ושלום ביי אונז אלע
די מציאות איז אז מחלוקת ושנאה האט נאר געברענגט יסורים ועונשין ח"ו, מיר זענען מגלה אז עס איז דא א וועג פון דינען דעם אייבערשטען מיט שמחה מיט ליבשאפט און יעדער זאל פארגינען דעם צווייטען, ממילא בעט איך פון מיינע הייליגע ברידער לאמיר נישט רעדען פון איד וואס אין לנו מושג כלל בעבדתו, אין עי"ז נזכה בקרוב לקבל פני משיח צדקינו בהתגלות כבוד שמים עלינו וע"כ פני תבל במהרה אמן
נ.ב. קיינער דארף מיר נישט גלייבען, BUT PREPARED TO BE SHOCKED
תוקן על ידי קשר1 ב- 17/10/2007 21:07:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 21:44 |
|
| |
הלוויה של רבינו הרשב"ן זצ"ל - 40 דקות
תלמוד בבלי מסכת שבת דף קנג א אמר רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת משמיה דרב מהספדו של אדם ניכר אם בן העולם הבא הוא אם לא
רש"י אם בן עולם הבא הוא - שאם כשר היה הכל בוכין עליו ומורידין דמעות ומספרים שבחו:
אנחנו אין לנו שום מושג מי הי' הצדיק הקדוש הנסתר הרשב"ן זצ"ל רק עכשיו אחר י"ג שנים נתגלה קצת וקצת האור הדוחה הרבה מן החושך
אתם
יכולים לבכות עם הציבור שם, כי בעוה"ר האור עדיין לא נתגלה במלואו הלא
רבינו הי' הצדיק נסתר מפורסם בכל העולם, שהפיץ אור דרך ד' ע"פ דרך האריז"ל
והבעש"ט, ועם ניגונים של הבית המקדש, נתפלל עכשיו לרגל היארצייט הי"ג הבר
מצוה של הרשב"ן, שימלוך ד' על כל העולם כולו, וכל אחד יראה שאין עוד מלבדו,
ונזכה להגאילה שלימה ושיבנה הבהמ"ק במהרה אמן.
http://video.google.co.uk/videoplay?docid=2123382327763660769
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 21:59 |
|
| |
קשר, ווילאנג דו ברענגסט מיר נישט פרוף אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט, ביסטו מוחזק ביי מיר אז דו שרייבסט סתם לשם זיך אויסגעבן, און אן קיין שום כוונה. אזוי שטייט אז סתם א איד איז בחזקת כשרות.
אין די רגע וואס איך וועל געוואויר ווערן אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט, וועל איך אננעמען דיינע ווערטער זייער ערנסט.
איז דא א וועג דאס צו איבערצייגן? (איך מיין אז נישט, אבער אדרבה לאמיר הערן פון דיר)
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 22:55 |
|
| |
אדרבה ונזכה ונחי' ונראה כו' טובה וברכה
בס"ד שרייב מיר אין תיבת אישי אין מיר וועלן אלעס אדוירעך רעדען קלאר, בעז"ה.
איך קען באשטיין צו רעדען אויפ'ן טעלפון אויך, די עיקר סיבה פארוואס איך שרייב דא איז נאר איין זאך, ווייל איך האב מיך מקבל געווועהן תשובה צו טוהן אויף די אלע יאר'ן וואס איך האב אזוי בארעדט שלא בכבוד אזא איד, די רבוש"ע וויל פשוט מ'זאל זעהן אז עולם הפוך הוא כדאי' בגמ', אין מ'טארנישט דן זיין קיין שום מענטש, עד שתגיע למקומו אויף עולם שכולו ארוך ויום שכולו שבת.
די ספרים שרייבען אז אויב איינער האלט א לעקטער דארף ער עס נישט אדווערטייזען יעדער זעהט דאך עס איז ליכטיג, אויב מען דארף פאמפען איז א סימן ס'איז באמת טינקעל, ממילא לפענ"ד דארף מען נישט אדווערטייזען גארנישט.
נאר פאר אונזער עולם וואס האט געלעבט ביז היינט און א טעות, אין חושד געוועהן א איד נאך בעפאר מ'האט האט געהאט אן איינונג ווער דאס איז, דארף מען אביסעלע קלערען, מאן יימר? אפשר איז דער איד גערעכט, אפשר ליגט עפעס יא אונטער די הייליגע ניגונים, קען דען זיין אז עס קומט נישט פון א הייליגע פלאץ, אויב מ'קען וויינען שעות אויף יעדער ניגון, אין מ'איז זיך מצער אויף גלות השכינה, אין די לעבעדיגע ניגונים איז דאך אזוי משמח, קלערטס אריין אפשר ליגט יא! עפעס דא, נישט זיין אזוי נעגעטיוו, איך דאנק דעם באשעפער אז ער האט מיר געגעבן די זכיה אין געפענט אביסעלע די אויגען, עס האט זייער נישט געשמעקט אז איך דארף גיין און שוהל אין שמועסן 3 שעה פאליטיק דער איז ר-ש-ע, יענער איז א ש-ק-ץ, איז דאס דען די דרך ד'?, עס האט מיר זייער צובראכען יעדען טאג, ביז איך געטראפען די ספר בעש"ט על התורה און געזעהן אז ניין די דרך האמת איז אדרבה אהבת ישראל, אהבת התורה, וואס ברענגט צו אהבת הבורא, נו ממילא שפעטער הער איך א ניגון פון רשב"ן אין איך זעה ממש מילה במילה, עס האט מיר אזוי משמח געוועהן אז איך הער די ווערטער ממש פון הייליגען בעש"ט די דרך התורה והישר.
געדענקט גיט מיין הייליגע ברידער, די סימן וואס ווערט געברענגט אין אלע הייליגע ספרים, אויב מען וויל וויסען צו מען טוהט א מצוה אדער אן עבירה, איז... קיק ווי אזוי די שפירסט דיך נאכדעם, הלא אדם וחוה אחר חטא העץ הדעת שטייט "ויתחבא אדם ואשתו" זיי זענען געלאפען זיך באהאלטען, פשט איז די רבוש"ע האט אונז געגעבן א מתנה אז נאך די עבירה חלילה קען מען נישט געפינען קיין פלאץ אויף דעם וועלט מ'וויל אנטלויפען פון זיך אליינס. ביז מ'האט חרטה אין מ'טוהט תשובה.
אבער אויב נאך דעם שפירסט דו דיך הויך אין דערהויבען אין ממש די האסט הנאה פון יעדער זאך וואס די זעהסט פון יעדער מענטש וואס די טרעפסט, דאנקסט דעם בוכ"ע אויף אלעס, איז דאך דאס א סימן מובהק א די האסט געטוהן א מצוה, א זאך וואס בינדט צו א מענטש צו רבוש"ע.
ממילא גאנץ פשוט, מאכט'ס דעם טעסט, אין זעהט ווי אזוי איהר שפירט זיך.
בברכת הצלחה לכולנו
נ.ב. יש אלפי חסידי סאטמאר באבוב וכו', וואס שרייבען אז עס האט זיי געטוישט דאס לעבען, זיי שפירען א טעם און שבת ויו"ט, זיי זעהן בכל דבר קטן אז יש מנהיג לבירה, אין זי מישען זיך בכלל נישט אין פאליטיק, בעז"ה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:09 |
|
| |
איין תורה פון ספר הרשב"ן עמוק עמוק - הפוך בה והפוך בה כו'
ואנכי הסתר
אסתיר פני מהם, אוי רבוש"ע גלי כבוד מלכותך עלינו, כי מחכים אנחנו לך, וכיון
שהקב"ה כל כך מסתתר מעמנו, צריכים לחפש כמטמונים את ד', אבל כשמוציאים את השי"ת
אין יותר טוב, ונפשי חולת אהבתך, ולפי זה תבין בני חביבי ויקירי למה לא תמצא דף
אלף בתלמוד בבלי, וכן התורה מתחלת באות ב' ולא באלף, כי הלא מלך מלכי המלכים המסבב
כל הסיבות, מסתתר מעמנו ובכל דור ודור יותר ויותר, וזה דבר הראשון שצריכים לידע
לפני שלומדים התורה הקדושה, כי הנה א-ל מסתתר, ואחד מהסיבות שמסתתר כדי ליתן לנו
השמחה כשמוצאים אותו יתברך בכל דבר ודבר, ויזכנו השם שיהי' לנו חלק קטן ואפי' משהו
באבק של אבן כשיוריד השי"ת המחיצה המבדלת בינינו לבין אבינו שבשמים כשיבוא
משיח צדקנו, ועפ"ז תבין שפיר ענין דרך ארץ קדמה לתורה, כי הנה צריכים לידע
דרך הארץ כלומר סדר העולם שהשי"ת מסתתר בו, ועל כן אלקים בגי' הטבע כי במדת
הרחמים אי אפשר להסתתר מבני ישראל כי עי"ז יכולים להכשל וליפול בבורות שיחין
ומערות, וע"כ ד' ברחמיו הגדולים עלינו לקח במדת הדין ועשה טבע עולם כמנהגו
נוהג, ובזה לא רואים השי"ת רק בהסתר ממש, וא"כ עלינו רק להתפלל מלוך על
כל העולם כלו שנזכה להתגלות כבוד שמים ביאת הגואל במהרה בימינו אמן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:12 |
|
| |
באטשי,
דיינע ווערטער איז קולע אל השערה, און איבעריג צו זאגן אז די סארט עלעמענטן וואס פארגעטערן אים מיינען באמת נישט אים נאר זיך, פשוט אזוי קען מען גיין הושע"ר צו די קארליבאך שול און טאקע נאר דארט דאווענען במתינות ובכוונה.. באגלייט מיט מוזיק.. און ווי אויך מחמת גרויס אהבת ישראל נישט מחלק זיין צווישן בני און בנות ישראל.. און דעריבער דאווענען אינאיינעם מיט נשים צדקניות... וכהנה נאך אזעלעכע סארט זאכן ווי אזוי מען קען גרינגער דינען דעם באשעפער און אלע עניני עבודת השם... און טאקע נישט אויפן אלטען פאנאטישען דרך.. (ח"ו) און די בעסטע ראי' איז אז מען זעהט טאקע נאר אזעלעכע יעניגע וואס זענען מדקדק בקלה כבחמורה זיך אהין קערן..
אזוי ווי באטשי האט שוין ערווענט מיר זענען נישט און בי"ד של מעלה אפצושאצן דעם מענטש אליין וכו' אבער וואס עס ציהט אהין אונזערע היימישע ברודער פארשטייען מיר זייער קלאר.
און איך פערזענליך גלייך אויך טאקע זיינע ניגונים גאר שטארק אבער דאס איז דאס און גארנישט מער.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:17 |
|
| |
עוד יבוא יום וואס די טייערע צדיק יוסולע וועסט אויך זעהן דעם אמת...
איך בין געוועהן א גרעסער מתנגד ווי דיר. בעוה"ר
די אלטע דרך איז שוין לאנג נשתכח אזוי ווי רביה"ק מסאטמאר שרייבט.
נאך די 6 מיליאן קדושים הי"ד... דארפען מיר גוט אריין קלערן צו אפשר וויל די רבוש"ע מער אהבת ישראל, ווי א שטריימעל. אדער מער אהבת התורה, ווי א שטיקל מקוה פאליטיק. אדער מער אהבת הבורא ב"ה, ווי א ברענד נאמען פאר א מוסד/פארטיי.
תוקן על ידי קשר1 ב- 17/10/2007 23:25:34
|
|
|
|
|