|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:24 |
|
| |
ובעוה"ר ביסטו נגרר געווארין נאך די סטרא אחרא, און ליגסט טיף טיף און די קליפת רשב"ן שר"י.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:31 |
|
| |
אוי שעפסל, קענסט מיר אנקלינגען איך מיין אז מיר זענען שכנים, די קענסט טאקע אסאך חסידות, אבער זיי גרייט צו אן עולם הפוך ראיתי, פאס אויף! אויף דיין שפראך קיינער האט נישט די העזה ווי דיר בעוה"ר, אונז דארף מען תשובה אויף דיינע לשונות, עוד יבוא יום וואס די וועסט זעהן דעם אמת.
ליידער אויב איינער קען נישט דן לכף זכות זיין א שכן אדער חבר, קען אויך נישט אדוירך קוקען און זעהן דעם אמת, לטובתך היט אויף דיין פענע, ווייל עס קען זייער מעגליך זיין אז באלד וועסטו אויך אנפאנגען שרייבען אז די האסט חרטה אויף אלעם אזוי ווי מיר.
שרייב מיר און אישי, איך וועל דיר שיקען ראיות ברירות אז איך האב געלעבט אין א גרויסען טעות די לעצטער 40 יאר, עס דארף נאר פאסען פאר אונזער כבוד אז יא! עס איז דא א צד אז מ'רעדט דא פון איד א נסתר, און וויפיל גדולי הדור גרייטען זיך אויף די התגלות כבוד שמים במהרה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:31 |
|
| |
ווי איז דער הימעל געשריי אויף גיין אין ערכאות, ואין פוצה פה ומצפצף?
דער תירוץ: שלמה זצ"ל איז נישט געווען א היימישער איד, וד"ל,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:45 |
|
| |
אוי aaa2zzz לאמיר נישט חלילה מקטרג זיין אויף קיינעם,
די חיד"א ברענגט די וואך. אז דער רבוש"ע ביים ברית בין הבתרים
האט געגעבן א ברירה פאר אברהם אבינו, פאר זיינע קינדער, אדער גיהנום אדער גלות. האט אברהם אבינו האט געוואלט אויסקלייבען גיהנום פאר זיינער קינדער. ווייל ער האט געקלערט אז אויב זיי וועלען גיין און גלות וועלן זיי דאך זינדיגען און באקומען גהינום חלילה אויך. אבער די רבוש"ע האט געזאגט ניין! נעם בעסער גלות, ווייל אויב זיי זענען אין גלות וועלן זיי דאך נעבעך נישט האבען קיין גרויסער ברירות, און ממילא וועט די עונש נישט זיין אזוי שטארק עיי"ש שבירר ע"פ הלכה שטוב יותר גלות.
על כל פנים זעהט מען דאך אז די גאנצע ענין פון ערכאות איז דאך בעוה"ר ווייל מיר זענען בין הגוים אין עס איז זייער שווער די נסיונות, איז לאמיר חלילה נישט מקטרג זיין אויף עם הקודש בנים חביבים למקום. נאר וואס יא מיר קענען מתפלל זיין אז דער עושה השלום במרומיו יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל, אמן.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:54 |
|
| |
אוי הייליגער ברודער ר' קשר נומער איינס,
ווען איך קען ווען דיין ערשטען נאמען ווי אויך דיין מוטער'ס נאמען וואלט איך זייער גערן געזאגט א קאפיטל תהילים פאר אייער וועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:55 |
|
| |
קשר1
פון ווי ווייסטו ווען דו מאכסט דעהם טעות? יעצט אדער פריער
אולי האט דער בעל דבר דערשמעקט אז דו פיהלסט ליידיג ברוחניות און דו זוכסט שוין צו ווערען א ליייט און שפירן א חיות אין א מצוה. האט ער דיר אריין גערוקט א "רשב"ן" וואס איז ממש קליפת נוגה. און יעצט לעבסטו אויפן עולם התוהו.
קוק אריין אין ספרים בעיקר אין יושר דברי אמת און בפרטיות אין הכשרת האברכים פון פיאסעצנער זצוק"ל וויאזוי א מענטש קען זיך זעהר אליין אפנארן, לעבן אין א טעות דאס גאנצע לעבען.
דו טענה'סט אז דו האסט א התרגשות אין א מצוה. אזוי רעדען אויך די רעפארמער ווען זיי נוצען שבת איין ארגאן ביי זייער "דאווענען" ,
פרעג א קריסט וויפיל התרגשות ער קריגט ווען ער הערט זיין כאר זינגען אין די טומאה.
פרעג אויף איינער פון דיינע נייע חברים וואס האט שוין באזוכט איין אפערא, וויפיל התרגשות ער קריגט ווען ער הערט פאווראטי וכדומה. ער פארגיסט טייכן טרערן.
וויינען איז א תאווה ווי אלע תאוות.
ווי איז דיין הוכחה אז דו ביזט דיך נישט טועה יעצט,
ווי איז דיין הוכחה אז דיין וויינען און התרגשות יעצט איז נישט אזויווי א ריפארמער פאריירעכט אום שבת קודש א ציגאר אין א טריפענעם רעסטאוראנט אבער ער וויינט ווען ער הערט בשעת מעשה א טעיפ פון "א יידישע מאמע" אדער "אויפן פריפעטשיק".
תוקן על ידי baachi ב- 18/10/2007 0:24:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2007 23:57 |
|
| |
העי קשר, דריי דיך נישט ארויס!, קענסט איבערצייגן ברבים דא אז דו מיינסט ערנסט וואס דו שרייבסט? יא צו ניין?
יעצט גיי נישט צוריק אריין אינעם ענין פארוואס דו האלטסט מכלומרשט אז שלמהלע איז געווען א צדיק.
נאר ענטפער יא צו ניין. יא? ניין?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 01:20 |
|
| |
אהבת ישראל...
עס איז א ענין וואס מען הערט אסאך, ווי גלייך דאס איז עפעס א גאנצע מהלך, ווי גלייך עס איז תופס מקום בפני עצמו.,
מפני אהבת הקיצור, ובפרט במקום מזוהם כזה, וועל איך עס זאגען אין איין ווארט.
אהבת ישראל איז א גרעסערע מדרגה פון אהבת השם! דההיינו ווי באלד איך האב ליב ג-ט ב"ה, האב איך ליב זיינע קינדערליך אויך ממילא ווער עס לערנט נאך נישט קיין תורה לשמה, זאל זיך נישט איינרעדן אז ער האט מיט אהבת ישראל א שייכות, נאר וואס דען, עס איז דא מצוות מעשיות, ווי חסד, עזוב תעזוב, וכו. ממילא ווען איינער פארקויפט אז מחמת אהבת ישראל האט מען עובר געווען אויפן שו"ע, אדער מחמת גרויס אהבת ישראל האט מען ליב אזעלכע וואס זענען על פי דין נישט בכלל אחיך, איז עס א סתירה מיני' ובי'.
ס'איז דברים פשוטים, נאר אזוי ווי עס דרייען זיך ארום נשמה'לעך מיט קליינע מח'לך וואס אנדעקן נייע אמעריקע'ס יעדן שני וחמישי, אין גייען ארויס פון די כלים (אייער שאלעכץ) און מיינען אז זייער סביבה איז נאך אומוויסענד, ע"כ פעלט זיך אויס אמאל צו קייען דברים פשוטים אויך.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 04:40 |
|
| |
אנאליזירער כמו תמיד. אייזן!
אז דו ביסט גוט ביסטו גוט.
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 18/10/2007 4:40:38
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 11:51 |
|
| |
מורי ורבותי חביבי וידידי כולנו בני איש אחד נחנו
איך זעה אז עטס זענט באמת ערליכער ברידער און א וודאי עטס נעמט זיך אהן פאר'ן שלחן ערוך.
אבער נישט פארגעסען אז עס איז אויך אן ענין פון, עת לד' הפרו תורתיך, אמאל זאגט אונז די רבוש"ע זיי עובר אן עבירה פאר מיין הייליג נאמען, אין אזוי האט אהרן געטוהן מיט'ן עגל, יא ער האט געמאכט אן עבודה זרה נאך קבלת התורה, אבער מ'קוקט נישט חלילה אויף די מעשה, נאר אויף זיין הייליגען כוונות הלב, אין מסירת נפש, וע"כ איז ער געווארען א כהן הגדול מאחיו. די ענין פון עבירה לשמה, וואס בעז"ה האט מען שוין גערעדט און די פריעדיגער אשכול בענין הושענה רבה.
איר דארפט זיין גרייט פאר עולם הפוך ראיתי, איך בין נישט סתם איינער וואס האט ליידיגע צייט ב"ה, איך שרייב דא זייער ערנעסט.
דאס עיקר וואס האט מיר געשטערט איז ווי אזוי בעוה"ר עס זעהט אויס די שיינער חסידי'שער הויפען, מיר דארפען נישט מער ווי אביסעל ליב האב א צווייטען, אין דאס האט נאר איין איד דעשריגען זיין גאנצער לעבען.
נאכאמאל איר דארפט קוקען אויף די תוצאה וואס איז ארויסגעקומען פון דער איד'ס 68 יאר אויף דעם וועלט, און אויב איר זיכט באמת דעם אמת וועט איר עס טרעפן מיט זיינער דברי תורה וניגוני בית המקדש, יא! ס'איז טאקע באהאלטען, הלא מלך מלכי המלכים בתכלית ההסתר, ואנחנו בנ"י המעט מכל העמים האבען מיר זוכה געוועהן צו זיין דער הייליג פאלק, אשר בחר בנו מכל עם.
נא, אויב פאר אייך איז געשמאק דעם לעבען אזוי, גייט ווייטער אן ווי אזוי אייער הארץ שפירט איז גיט, איך רעד נאר דא צו איינעם אזוי ווי מיר אחיכם הקטן, וואס עס מיר אזוי וויי געטוהן כמה וכמה דברים שהם נגד עיקרי ויסודי אמונה, והתורה הק'.
עט'ס מיינטס טאקע אז די רבוש"ע שעפט נחת ווען איינער טוהט וויי א צווייטען, האם זה מה שרבינו האריז"ל והבעש"ט האבען געמיינט. חס וחלילה. אין נאכאמאל מיר דארפען זיין געראכטען פאר עולם הפוך, אין מער רעדט פון א איד וואס איז אלץ געוועהן מהשפלים שבשפלים, אין דארט טאקע געפונט זיך די רבוש"ע אזוי ווי עס ווערט געברענגט אלקים מבקש את הנרדף. אזוי ווי יוסף הצדיק אין דוד המלך וואס ביידע האבען געהאט אסאך רדיפות אבער למעשה היינט זענען זיין מיט די אבות הקדושים ומשה ואהרן די אישפוזין אין די סוכה, פקח עיניך וראה, בעזרת ד' יתברך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 15:15 |
|
| |
"נאכאמאל איר דארפט קוקען אויף די תוצאה וואס איז ארויסגעקומען פון דער איד'ס 68 יאר אויף דעם וועלט,"
ריכטיג! און איך זעה ארום מיר צענדליגיע אויב נישט הונדערטער צובראכינע שטיבער, איך זעה ארום מיר צענדליגע אויב נישט הונדערטע נשמות וואס זענען גיגאנגין צו גרינד, מיט חילול שבת נבילות וטריפות ועוד. און אלעס אדאנק דעם רשב"ן שר"י!. און איך בין נישט מגזים, איך רעד פון וואס איך קען פערזענליך!.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 16:16 |
|
| |
ר' שעפסל עקספלעין יארסעלף?
ווי אזוי האט ער אראפגעפירט איין איד, דו מיינסט א ודאי אז די אראפגעפארענע האבן זיך געדרייט ביי איהם? און א סאך פון זיי זיינען וועגען איהם צוריק צום דרך הישר.
איך ווייס באמת נישט וואס די ווילסט פון איהם,
דאס וואס ער האט געטועהן בפרהסיא זיך געהאלדזט מיט יעדען איינעם איז נישט געווען בדרך חיבה, און ער האט עס געטועהן פאר יעדען איינעם, און ער האט קיינעם נישט געצוונגען, סא זיי נישט קיין היפאקריט ווען די ווייסט נאך נישט צו ער האט נישט געהאלטען אז מען מעג דאס טועהן,
וואס ער האט געטועהן בצנעה מאכט איהם נישט קיין רשע, געדענט א מחלל שבת זאגט די גמרא איזהו ישראל מומר זה המחלל שבתתות בפרהסיא [שבת סט],
ווילסטו וויסען וואס דיינע "גדולים" טועהן בצנעה? ביסטו גרייט צו הערן די אמת'ע פנימיות פון אסאך גרויסע "צדיקים" פון דעם דור און פון פריערדיקען דור?
וואס זאגסטו צו דעם אז דער אמשינאווער רבי שליט"א האט זייער געהאלטען פון ר' שלמה'ן? און איך ווייס נאך א גרויסען קלוגען רבי'ן וואס האט איהם נישט א וועק געמאכט,
נוץ נישט קיינען עניני חסידות און קבלה צו באשייגעצען יענעם, מיר אידן זיינען נישט קיינע אראבער, אדער טאליבאנער,
בפרט יעצט אז ער לעבט שוין נישט ווערען זיינע ניגונים גענוצט צו זינגען ביי קומזיצען וכדומה וואס איז א פאזיטיווע זאך,
צו זאגען וואס די זאגסט איך ריכטיגע הוצאת שם רע, אויב די לערענסט דעם דף ווייסטו וואס פאר א הארבע זאך דאס איז,
איך האט איהם אמאל גענומען אין מיין קאר אויף א לאנגע נסיעה און זיך אדורך גערעט מיט איהם, ער איז געווען א נפש יקרה, און זיין הארץ האט געברענט פון אהבת ה', אהבת ישראל, אהבת תורה, און ער האט געהאט אמת'ע צער פאר די אלע פארבלאדשעטע נשמות, דאס איז געווען זיין לעבען, און ער האט עס געטועהן מיט אן אופן המועיל, בפרט אין די היפי צייטען, און אויך אין די גויש'ע יוראפ ווי ער איז ארום געפארען אין די ווייטסטע פלעצער אין די קעמפוסעס און אופגעוועקט די אידישע פארוואגעלטע נשמות,
עוד אבינו חייייייי,
במהרה במהרה בימינו בקרוב,
קאם אן אפען יאר הארטס, גיוו מי הארמאני,
סימן טוב ומזל טוב.... יהא לנו
ישראל ישראל ישראל בטח בה'.....
איך האב איהם געזאגט ער זאל זיך אן טועהן א ברייטן ביבערהיט און קומען קיין ווילי מאכען בעלי תשובות, ער האט געלאכט, אבער שטעלט אייך פאר ער וואלט אראפגעריסען דעם צביעות און עס וואלט ארויס געקומען די ריכטיגע הארציגע אידישקייט,
איינער האט מיר דערציילט אז ר' דניאל זוסמאן ז"ל האט געפרעגט דעם סאטמארער רב זצ"ל דא הי אין אמעריקע צו ער זאל גיין אין די פעינט ביזנעס, האט איהם דער רבי געענטפערט יא אין אמעריקא זי צביעות זייער א גוטע ביזנעס,
צביעות האט אונץ אלעם ארומגענומען די גאנצע וועלט איז היינט אמעריקא, עס איז איבערגעדעקט מיט דיקע שיכטען פון צביעות, מען רעד זיך נאך איין אז מען מיינט עס ערענסט, און ווען צביעות טרעפט זיך מיט קנאות ווערט א גיפטיגע קאקטעיל,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 18/10/2007 16:26:19
תוקן על ידי allnewspic ב- 19/10/2007 1:50:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 17:18 |
|
| |
לשיקב"ו - הייליגע אמת! הרב AAA2ZZZ
קען מיר איינער מסביר זיין אז די דרך החסידות פון די 4 גרעסטער מוסדות'ען זענען על פי תורה?, אין צו קען מיר איינער זאגען אז די רבוש"ע שעפט נחת פון די אלע שנאת חנם, ערכאות, מחלוקת, בלי לקטרוג על עם ישראל.
נאר וואס דען מיר זענען שטארק פארקראכען ווילאנג מיר זעהן נישט איין אז יא! מען דארף ליב האבען יעדער איד בלי שום שנאה, האלטען מיר זייער ווייט.
קען מיר איינער מסביר די ווערטער פון רבי עקיבא, ואהבת לרעיך כמוך זה כלל גדול בתורה, איר האט נישט מער ווי בארעדט א צדיק וקדוש, ווי איז אונזער תירוץ אויף אהבת ישראל, פארוואס איז דא אזוי פיל מחלוקת, ווער קען מיר געבען א תשובה אויף דעם, פארוואס האב איך פיינט מיין שכן וואס איז מצד השני פון "סאטמאר" "באבוב" "וויזניץ" "בעלז - מחנובקה" אין יעצט "ספינקא"וכו'. - טאטע! אין הימעל זעה ווי אונז זענען פארבלאנדשעט געווארען דא אין גלות ווי פארלוירענע "שעפסעלעך" אין עפען אויף אונזער פליישיגע אויגען, מען זאל זעהן אז די עיקר איז אהבת ישראל, אהבת התורה, אהבת הבורא ב"ה.
נאר וואס דען ליידער וויל איך זאגען בעוה"ר זענען די אלע וואס בארעדען אזא איד מיט דמיונות והבלים ממש, פשוט ווייל עס פאסט זיי נישט די כבוד אז אזא נסתר איז אנגעקומען אסאך מער ווי אונז, וויל איך מגלה זיין לפענ"ד ע"פ האריז"ל אז דאס זענען די זעלביגע אידעלעך וואס האבען חושד געוועהן משה רבינו באשת איש, די זעלבע וואס האבען געמאכט די עגל, די זעלבע וואס האבען באשמיצט דוד המלך בחייו אין עהם נאך געשריגען הבועל אשת איש מיתתו במה, וכו' וכו' מיר טארען נישט נתפעל ווערן ווייל דוד המלך האט זיך אויך נישט דערשראקען קוקט אריין אין תהלים אין זעהט קלאר די אלע רדופות, ד' מה רבו צרי רבים קמים עלי.
אבער צו די אלע הייליגע תמימי עם וואס האבען און זיך מער דעם צד הטוב, און מישען זיך נישט ביי זייער חסידות און פאליטיק, זיי האבען אפענע אויגען, און נאר צו זיי בין איך מגלה אז, לא זו הדרך מיר גייען בכלל נישט אין דרך הבעש"ט, ווי קען מען מלשין זיין א איד, שלאגען א צוויטען, וכו', מיט זיין הייליגע שיטה הבעש"ט?, ווי קען מען מאכען אן עבודה זרה פון א שם המוסד??...
אוי טאטע! נאר די קענסט מאכען שלום ביי אונז אלע, אין איך בין זיכער אז בקרוב ממש נזכה לישב כולנו ביחד בשלום ובשלוה, בלי שום טונא דליבא על השני, ובזה נזכה לביאת הגואל, אמן.
תוקן על ידי קשר1 ב- 18/10/2007 17:18:24
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 20:28 |
|
| |
קשר, צוריק צום ספר. פון ווי האסטו דעים שטיקל, געבסטו עס ארויס? און די הסכמות זענען שוין דא, אדער דו ווילסט זיי נאך גיין נעמען???
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 23:52 |
|
| |
אין צו קען מיר איינער זאגען אז די רבוש"ע שעפט נחת פון די אלע שנאת חנם, ערכאות, מחלוקת, בלי לקטרוג על עם ישראל.
ווי יענער האט גיזאגט נישט אום שבת גירעדט
|
|
|
|
|