בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2007 00:07 לינק ישיר 

two wrongs don't make one right



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 02:36 לינק ישיר 

איך קען ענק זאגען איין זאך!
איך בין געווארן א בעל תשובה גמור דורך רבי ומורי רבי שלמה זאל רוהען אין לעכטיגע גן עדן.
ווען יעדער איז געווען פארנומען מיך מרחק זיין, ווייל כ'בין געווען ארויסגעפאלן פון משפחה, און ר' שלמה האט מיך געטראפן אין א באר ! און מיך דערקענט אין די אויגען אלץ יוד, און מיך גערופען אין א זייט, 'איך וויל מיט דיך שמועסן'..
נו? וואס האט ער געשמועסט? צו כ'האב שוין געדאווענט? צו כ'האב שוין געלערענט? צו כ'האב שוין מקנא געווען קנאת השם צבקות היינט? צו כ'האב שוין געמאכט מחאות און פאשקעווילען?
 ניין!!! איין זאך. צו כ'האב שוין ווי צו עסן שבת קודש.. אוודאי האב איך נישט געהאט קיין היימישע שטוב ווי צו עסן.
און זייט יענע שבת האט שוין קיינער מיך נישט געדארפט זאגען איין ווארט אפילו, און איך בין היינט א טאטע פון פינעף זיסע קינדערלעך וואס לערנען אין א גאר היימישע מוסד אין...

ווער קען מיך נאך וויי טוהן, - על כל פנים ווער קען וויי טוהן דעם שכינה הקדושה, און זאגען אויף אזא ריזן מחזיר בתשובה פון טויזענטע יודישע נשמות אל מקור מחצבתם, אז ער איז געווען ווייסעך וואס..
אפילו זאל ער זיין וואס ס'האט אויסעזען פאר היימישע יודען, אבער די זכות פון די אלע בעלי תשובות, איז 'זיין' זכות.
 - און די בעלי מוציא שם רע, האבען זיכער קיין זכות נישט מיטן אזוי רעדן!
אויב שלמה'לע זצוק''ל האט עוסק געווען אין די נידריגע ארבעט פון אויפהייבן יודען פון די נידריגסטע מדריגה, און איר האלט נישט פון דעם, אויב אזוי וואס זיכט איר דא אין די 'היידפארק' גאסן..
כ'מיין כ'האב גענוג געזאגט. ס'צייט צוריקציען פון אלע ווילדע רייד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 03:28 לינק ישיר 
אשריך מבינות אשריך! מיין טייערע זיסער הייליגע ברידער

האסט גענומען דיין בושה אין ארויסגעווארפען פון פענסטער למען שמו הגדול מלך מלכי המלכים ב"ה

עוד יבוא יום וואס מיר אלע וועלען זעהן אז אין עוד מלבדו, אין דער עיקר וואס אונזער טאטע וויל פון אונז אז מען זאל מרבה זיין באהבת ישראל בדורנו אלה, אין די עיקר איז זיך צו בענקען צו ירושלים אין די הייליגע בית המקדש שיבנה בקרוב, ובזה נזכה לביאת הגואל, כדאי' בתפארת שלמה אז די עיקר וועג וואס מ'קען ארויס גיין פון גלות איז דורך געגועים צום הייליגען בית המקדש און התגלות כבוד שמים, וואס רבינו הרשב"ן פלעגט בכל יום ויום וויינען און קלאגען און בענקען אוף די גאולה שלימה.

און איך האלט אז טאקע דא און הייד פארק ווי עס געפונען זיך אזויפיל הייליגע ברידער ווערט די התחלת האור נתגלה יותר ויותר, ווייל די רבוש"ע געפונט זיך איבעראל ובפרט כאן בכרכך גדול של רומי.

שעפסעל תעיתי כשה אובד, איך בעט דיר ברחמים חזור בך, עס וועט דיך זיין אזוי זיס דאס לעבען, קום לאמיר טאנצען צוזאמען איך האב די ליב אהבת נפש, אין איך ווייס אז די האסט געמיינט נאר גוטס, אבער כרגע יעצט איז דא אן ענין פון חזור בך, די רבוש"ע איז דאך יעדעם מקרב ברחמים וחסדים גדולים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 03:49 לינק ישיר 

אה, מ'קען זאגען קלאר, ווען מ'זעט אז מה זרעו בחיים - זיינע טייערע בעלי תשובות וואס ער האט געמאכט אין די טויזענטע, את הנפש אשר עשו בחרן. אז 'אף הוא בחיים'.
עוד אבינו חי.. עוד מלכינו חי.. עוד ר' שלמה עוד ר' שלמה עוד ר' שלמה חי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 04:07 לינק ישיר 
ממש געוואלד! א שיין פשט...

איך וועל די פארציילען א מורא'דיגער מעשה, איין טאג האט מיר איינער נאך א וויכוח וועגען ר' שלמה, שטארק וויי געטוהן און איך בין געזעצען און בית המדרש מיט אן אפענע חומש אין ס'איז מיר געקומען טרערען און די אויגען. איך האב געבעטען דעם רבוש"ע זיי מיר מגלה דעם אמת פארוואס בין איך אזוי צומישט, פארוואס איז דער איד געוועהן אזוי באהאלטען, געב מיר א סימן, ווייז מיר דעם אמת'ער וועג ובחרת בחיים (כדאי' מהבעש"ט הק' כי יכול לבקש סימן מהשי"ת מה עליו לעשות כמו אליעזר עבד אברהם)

אזוי ווי בעז"ה מיינע טרערען זענען נאך אין די אויגען קוק איך און די אפענע חומש און איך וויל ליינען וואס שטייט, אין מיינע אויגען פאלט אויף די פסוק...

השקיפה ממעון קדשיך...
איך וויל ווייטער קוקען אבער מיינע אויגען גייט צוריק צו השקיפה נאך אמאל און נאך אמאל, הלא דבר הוא.

פלוצלינג זעה איך וואס דער רבוש"ע זאגט אונז אין איך האב גענומען וויינען ווי א קליין קינד בעז"ה פאר דעם זכיה בחמלתו עלי.

השקיפ"ה מאכט...
ה'צדיק ש'למה ק'ארליבך - יפ"ה
עס איז ממש כסודרן וואס ווייזט אונז לאמיתו של דבר

דעם ווארט האט מיר באגלייט עד היום הזה, איך האב עס שוין אסאך איבער געזאגט, און בעז"ה יעדער וואס הערט ווערט ממש אם אבן הוא נימוח, ווייל מיר דארפען גלייבען וואס די מהר"ל ברענגט אז די רבוש"ע רעדט צו אונז יעדער רגע, אין אזוי ווערט געברענגט בזוה"ק אז אלעס וואס מ'זעהט אויף דעם וועלט איז רמזים וואס מ'דארף טוהן.

אשרינו מה טוב חלקנו, ברוך הוא אלקינו שבראנו לכובדו והבדלנו מן התועים, ונתן לנו תורת אמת



תוקן על ידי קשר1 ב- 19/10/2007 4:08:30




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 04:30 לינק ישיר 

יעצט זע איך, נאכאמאל וואס כ'האב אייביג געטראכט, אז ס'נישטא קיין מחשבה קודש וואס ר' שלמה'לע האט אויפדעם נישט מכוון געווען מיט איינע פון זיינע צענדליגע ניגוני גן עדן..
אט קומט מיר אויף פון די דיינע ווערטער, די ניגון: ומחה.. ומחה.. השם דמעה, דמעה אוי! דמעה, מעל כל.. פנים.
און אז ער האט יעדן שלעפער געהאלטן פאר א 'האלי פראם די האליעס..' און 'הי וואז רילי א למד וואוו צדיק..' פלעגט ער זאגען אויף יעדן אנאנימער יודעלע.. איז אוודאי אזוי מבושר פון הימעל, ה'צדיק ש'למהלע יפה,
מ'דארף זיין א ערלת לב נישט צו שפירען דעם חיוני אין זיינע ניגונים..
אמאל פלעגן רעביס זינגען זיינע לידער, אויב כ'געדענק גוט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 11:31 לינק ישיר 
נישט אומזינסט האלט שוין די ניגונים ביי איבער 1,500 צו הערערס בעז"ה



זייט מען האט אראפגעברענגט די לינק פון די נייע "ניגוני רשב"ן צענטער" 24 שעה

http://www.rabbishlomo.co.uk

ונזכה ונחי' ונראה, מען זאל שוין זוכה צו דעם תיקון השלום, כולנו כאיש אחד בלב אחד.

א פרייליכען שבת.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 11:43 לינק ישיר 

איך וויל נאר מלמד זכות אויף אונז אידען, וואס בועה"ר נתרבו המחלוקת וואס דאס איז די גרעסטע נסיון כהיום, האב איך געטראפען א לימוד זכות און די סדרה דעם וואך, מ'קען עס איבערזאגען פאר יעדעם ווייל עס קלינגט גאנץ גיט בעז"ה.

די פסוק ברענגט - בפרשתינו לך לך, ויהי רי"ב בין רועי אברם ובין רועי לוט, והכנעני והפרוזי אז יושב בארץ.

אז די קריגערעריי וואס מ'זעהט היינט, ביי די רבי'ישער הויפען, רי"ב איז אויתיות רב"י, פארוואס איז דאס?. איז די תורה מליץ יושר, ווייל והכנעני אז יושב בארץ ווייל מיר אידען זענען נעבאך אין גלות אין די כנעני די גוים וואס ליגען אין די ארציות זענען משפיע אויף אונז די אלע זאכען אין אז מ'זאל גיין חלילה בחיקותיהם וערכאותיהם.

זאל די רבוש"ע מלמד זכות זיין אויך, במרום ילמדו עליהם ועלינו זכות, אין מיט דעם וועט מען זוכה זיין צו א משמרת שלום, בביאת הגוא"צ במהרה אמן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 12:26 לינק ישיר 

דאס איז איין מאל זיכער, אז ר' שלמה'לע האט געטרויטען אין די וועג פונעם הייליגער בעל שם נבג''מ.
ס'געווען רבי'ס וואס האבען געהאט א הנהגה פון מלכות פון קנאות פון פארשידענע וועגן. אבער דער בעל שם ווייסן אלע איז געגאנגען פשוט און מיט א פשטות ותמימות אויפגעהויבען יודען בגשמיות וברוחניות, זיי געמאכט פילען א טעם אינעם לעבן, און אזוי ארום האבען זיי שוין געפילט א טעם אין רוחניות אויכעט.
ר' שלמה'לע האט געעפענט די הערצער, און איינמאל ס'געווען אפען, איז שוין יעדע יודישע ניצוץ צעפלאקערט געווארן.
ממילא די רבי'ס פארשטייען מיר נישט, און מיר 'דארפן' נישט פארשטיין יעדנס דרכים. אבער ווי פאני איז שוין געווען ר' שלמה'לעס דרך, אז ער האט געטוהן דאס נארמאלסטע וואס דער בעל שם האט זיך אזוי געפירט, מקרב זיין יודען צום אייבירשטען.
צידקות און כוונות לאז איבער פאר אנדערע, אבער וואס פאר א כוונה קען שוין האבען דער וואס רעדט ליידער אויף אזא איש מורם מעם, וואס איז געווען זכה וזיכה הרבים, זכות הרבים תלוי בו.
גוט שבת.. גוט שבת.. מיי אל האלי ברודערלעך..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 14:39 לינק ישיר 
מבינות! איך בין סורפרייזד! את השתא היכן הוית?

ווי ביזט די געוועהן ביז יעצט, איך פיר שוין וויכוחים די לעצטער פאר וואכען, אין ענדליך האט זיך בעז"ה געבראכען די אייז.

אין מ'הערט שוין פון א היימישער ברידער, וואס האט אויך הייליגע אפענע אויגען, אין קען אלעס אדוירך קיקען ביז זיין הייליגער טיפער הארץ, וואס האט ליב געהאט דעם רבוש"ע אזוי שטארק, אז ער האט ליב געהאט יעדעס פיצעל אינטש פון די בורא כל עולמים'ס וועלט, אין אזוי דארפען מיר זיך פירען, מרבה זיין שלום ואחוה.

די רבונו של עולם זאל העלפען אז מיר זאלען זוכה זיין תשובה צו טוהן אויף די אלע יארען וואס מיר האבען מבזה געוועהן דעם הייליגען צדיק נסתר הרשב"ן זצ"ל, אין יעצט ביי זיין 13'צטער בר מצוה יאר צייט, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, און מעורר רחמים זיין ביים בורא כל עולמים, לשלוח לנו משיחו במהרה בימינו אמן.

א פרייליכען און זיסער שבת, הייליגער שבת זיסער שבת, ווי קען מען שלאפען שבת קודש, עס ברענט דאך א פייער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 17:27 לינק ישיר 

איך האב דאך אים געקענט פון אלע יארן, און כ'האב געהאפט ס'וועט קומען א צייט, וואס מ'וועט אביסל נאכלאזן מיט די שאנד וואס מ'האט גערעדט אויף אים.
פון כבוד איז ער געשטאנען ווייט ווייט, ער איז 'קיינמאל' נישט געזעצן אויבנאן. כאטשיק אז ער האט איבערגענומען זיין חשובער טאטנס ביהמ''ד אין מאנהעטן, נאר געזעצן מיט די עולם צוזאמען, און פלעגט זיך אויפשטעלן פאר יעדן קינד אפילו.. עד כדי כך.
ביי קאנצערטן, איז להפליא צו זען, ווי ער פלעגט אייביג אוועקגעבן דעם רשות הנגינה פאר ווער ס'האט זיך געגליסט צו גארגלען.. אפי' פאר א קינד, ווי למשל ביי מיאמי קאפעליע, און ער פלעגט בכלל נישט גיין ווי עפעס א סטאר! ניין, אייביג מיט א וועסט און ווייסע העמד, זייער סימפעל.
ווער קען זאגען היינטיגע צייטן אז ער איז אויסגעצייכענט מיט די מידה פון סבלנות וותרנות ענווה, אזויווי ער? פשטות און ישרות..
נו ווייל ר' שלמה האט זיך געלאזט שפעטן וועלן מיר פארגעבן זיין כבוד? זיין חן און העכערקייט וועט ממילא ארויפשוואומען אויפן אויבער פלאך. און ויאתיו כל לעבדיך.. ויתנו לך..... כתר אוי כתר .. כתר מלוכה...
איי איי, איי איי איי....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 21:24 לינק ישיר 

ר' שלמה זצ"ל האט מיר אמאל געזאגט אויף מרדכי בן דוד זאגט דער פסוק להושיבי עם נדיבים, אבער אויף מיר זאגט דער פסוק מקימי מעפר דל, ודפח"ח

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2007 02:20 לינק ישיר 

ממש אזוי! ווער ס'ווערט נישט נתעורר פון זיינע ניגונים, פון זיינע סיפורי צדיקים, איז פשוט א איש בער לא ידע..
מ'פארציילט, אז אמאל - מיט יארן צוריק, האט מען אנגעהויבן א קארליבך ניגון ביי ר' מאטעלע מאנסיער רבי, ביים טיש, און מ'האט געוויזן עס צו סטאפן, האט ר' מאטעלע געפרעגט זיין זין סרולטשע, וואס איז געשען? האט ער געזאגט, דאס איז שלמה קארליבך'ס ניגון.. [אז ס'נישט צום זינגען]
האט ר' מאטעלע געפרעגט בדרך מיני' ובי'ה, וואס!? ר' שלמה לאזט נישט זינגען זיין ניגון דא?..
מיט איין ווארט, עטץ קענץ נישט דעם מחבר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2007 02:22 לינק ישיר 

נעבעך פאר ענק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/10/2007 05:20 לינק ישיר 

יא יא.. דער הייליגער מנחת אלעזר, האט אויך געהאט א שיטה פון קנאות, און למעשה כרמי שלי לא נטרתי, ס'געווען אייגענע אין משפחה וואס ער האט נישט געהאט דאס המשכה אין זיין דרך..
דער נעבעך איז פאר די וואס זענען פארנומען בלעטערן אין יענעמ'ס שמוץ, און זוכען מיט זיבן אויגען חסרונות פון מענטשען וואס האבען 'קיין פליג' געטשעפעט..
אמת אז היינט, כל דאלים גבר, ווער ס'קען בעסער שעלטן פארשעמן, איז היבש גרויס, אבער ס'איז א פאטאלע טעות!
נאר דער וואס וועט יענעם געבן א גוט ווארט, נאר ער וועט מצליח זיין.. דער רבי, דער משפיע, דער גראסערי מאן, דער טאטע מאמע, וואס וועלן שמייכעלן און שענקען, וועלן מצליח זיין, און גרויסע צדיקים געלערנטע קנאים, קארפן קעפ און שטויסער'ס.. וואס וועלן ניצען חרב פיפיות, וועלן פאלן אינעם אייגענעם שווערד !
ימים ידברו




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.