בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/10/2007 12:42 לינק ישיר 

מיר דארפן זיך שוין גרייטן, אין אייניגע טעג וועט זיין די יארצייט, לאמיר גיין אין זיינע דרכים, און מחי' זיין יודישע קינדער, מיטן אמתע חיות.
איי 'עוד אבינו חי.. עוד אבינו חי.. עוד אבינו, עוד אבינו, עוד אבינו חי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2007 16:03 לינק ישיר 
לאמיר חלילה נישט קייענם שלעכטס בארעדען

מען קען באמת נישט האבען קיין טענות אויב איינער זעהט נישט אז ר' שלמה איז געוועהן באמת א דערהויבענער איד קדוש וטהור, ווייל למעשה איז עס איינער פון די גרעסטער מיסטעריס זייט בריאת העולם.

נאר אדרבה איך בין מלמד זכות אויף מיינע הייליגע ברידערלאך ווייל זיי האלטען נישט פון א איד וואס האט עובר געוועהן אויף א פרט און הלכה, אפי' ער האט געמאכט הויכע ניגונים מבית המקדש, אדרבה דאס ווייסט די הייליגקייט פון עם בני ישראל, נאר וואס יא! די בורא כל עולמים נאר אליין קען מגלה זיין באמת ווער איז געוועהן דער איד.

אין אזוי זעהט מען ביי דוד המלך מ'האט נישט געוויסט ווער דאס איז, ביז שלמה בנו האט געבעטען בעבור דוד עבדיך אל תשב פני משיחך שנזכה לביאתו במהרה אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2007 17:06 לינק ישיר 

כ'מיין אז סאטמאר איז א גרעסערע מיסטעריע, זייט בריאת העולם..
טענות קען מען יא האבען אויף די גרויס רעדנער'ס, ווייל זיי האבן נאכנישט געטוהן פאר יענעם קיין בייג מיטן קלענסטן פינגער, און דא רעדט מען וועגן א יוד וואס האט צענדליגע טויזענטע יודישע נשמות צוריקגעברענגט תחת כנפי השכינה, איז נאך דא א חוצפה מויל וואס דאבערט און יאמערט, אקעגן אזא הייליגע יוד?
דאס גאנצע וואס מ'רעדט אויף עם, איז ענינים בין אדם למקום, איין לשון הרע איז ערגער ווי אלעס, און איז בין אדם לחבירו, דארפן די חברה עזי פנים מאכן א מנין ביים ציון, און איבערבעטן דעם מדובר.
גראדע, פארציילט מען נאך, אז כמה גדולי ישראל, האבען מיט גרויס וואונדער געפרעגט ר' שלמה'לע אליין, 'מיט דרך ארץ'. היתכן ער טוהט פעולות וואס קוקט אויס מאדנע ביי היימישע יודען?
איינע פון זיי, הגאון הצדיק המפורסם רבי יוחנן וואזנער ממאנטריאל שליט''א, האט געהאט גוט שייכות מיט עם, און האט עם אמאל געפרעגט פשט אין זיין התנהגות, וואס האט געוויזן פארקערט ווי די הלכה.
ר' שלמה'לע האט מיט געשטיקטע שטימע עם געענטפערט: טייערע רב, איך בין גרייט צו גיין אין גיהנום, אבער פארדעם אז איך האב מקרב געווען אזוי מיט מיין מאדנע וועג אפילו בלויז איין יודישע נשמה צום באשעפער, בין איך מיך אויכעט מקריב..!
די מעשה איז מקורות'דיג, עטץ קענט איבערפרעגן דעם רב די סיפור. און נאך זאכן וואס ער האט געהאט מיט עם.
אבער דאס איז דאך געוואלדיג. ווער פון אונז וועט אוועקגעבן פון זיך 'איין מצוה' פאר יענעם.. איין מצוה.. נישט עבירה.. נישט רעדן לשה''ר, נאר איין מצוה אז יענער זאל זיין צופרידן..
ר' שלמה איז נישט געווען קיין עם הארץ, ער האט גוט געוואוסט וואס ער טוהט. און האט פארשטאנען אז דאס איז זיין פליכט, אז ער פארמאגט א נשמה כוללת.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2007 02:34 לינק ישיר 

עצה טובה פאר אלע חסידי קארליבאך בכינויו החדש הרשב"ן (ווי איז די ק'?)

זוכטס אויף אין די לייברעריס אלע ביכער וואס די שבתאים האבן ארויס געגעבן נאכהער ווי זייער רבי האט זיך געשמד'ט . ממש די זעלבע ראציוניליזאציעס . נאר דארט האבן זיי אנשטאט נשמות ישראל גענוצט דעהם טערמין ניצוצות קדושות

שפארט אייך צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2007 02:40 לינק ישיר 

אוי באטשי טייערע, ביסט דאך גירעכט, לכן אמור מעתה רש"ק, אותיות שקר, און יעצט וועסטו פאשטיין אויך דעם שקר 1 דמתקרי'א קשר 1 ודו"ק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2007 17:42 לינק ישיר 

איי איי באטשי מיט שעפסל, פארוואס זאלן מיר זיך דערצערענען? איז דערן ר' שלמה געווען א עוכר ישראל? איז ער דען געווען א כופר בעיקר? ווי מעג מען בכלל שרייבן אזא פארגלייך אויף א יוד וואס האט נישט געטשעפעט, נישט גאט, נישט דיך און נישט דיינע עלטערן.
ער האט זיכער א זכות הרבים, אפי' טאמער וועסט זאגען אז ער איז געווען פסול [לדבריך],און נאך א נקודה! טאמער וואלט ער געווען דיין זיידע, וואלסטו אויכעט אזוי געפייערט אקעגן עהם? געוויס נישט, ווייל דאס איז שוין איך! אבער ער איז געווען די טאטע פון אסאך אסאך יודישע בעלי תשובה, און ס'איז א עוולה אזוי צו רעדן אויף עהם.
דרך אגב, אז די זאגסט אז ס'פעלט די 'ק' פון קארליבאך, ס'וואלט ווען אויסגעקוקט ווי - רשכבה''ג...
חלילה צו זאגען אויף נאך איינעם רשכבה''ג נאר אויף די סאטמארע רביים.. קיינער האט נישט אזויפיל מקנא געווען קנאת השם צבקות.. קיינער טארנישט הייסן רשכבה''ג...
די וועלט זאגט, בעסער א פאלטשע שמייכל ווי א אמתע שטעך.. אז די זאגסט קשר איז שקר, איז אויכעט ווייל ער זאגט א גוט ווארט. און די שעלסט השם ישמרינו..
ברודערלעך.. ס'איז שוין פינעף טעג צום גרויסן יארצייט, קומט זיך איבערבעטן און אויסבעטן אין זיין זכות, ביים ציון המצויינת אויפן הר המנוחות.
עם ישראל חי.. עוד אבינו חי..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2007 21:53 לינק ישיר 

די שנאה צו שלמה און אויך צו די פרומע אידן און א"י מיט די געשטריקטע קאפלעך איז פשוט'ע ראסיזם, און ביגוטרי, דוק ותשכח,

אויך רוב חסידישע מחלוקת,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 00:55 לינק ישיר 
אוי עפענטס אביסעל די אויגען... פאר עס איז צו שפעט

בס"ד לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה בשם כל ישראל

ווען די ספר הרשב"ן וועט ערשיינען בקרוב מיט הסכמות פון רבנים וגדולי הדור, וועט איר דאך זעהן אז אייער אייגענע רבי האלט אויך אז מען דארף מפרסם זיין דעם ריכטיגען דרך הבעל שם טוב.

ווי קען מען גלייבען אז עד היום, ווי אזוי עס פירט זיך די מוסדות הק' מיט אזא מין אהבת ישראל בהפלא פלאים, אז דאס מיינט מען דרך הבעל שם? הלמאי, עס מיז זיין אז שעפסל וסייעתו זענען ליידער אין דעם חושך זיי קענען נישט זעהן דעם אמת, אבער מיר דארפען זיי דן לכף זכות, ווייל די רגע עס וועט ווערן ליכטיג וועלן אלע זעהן, אז שלמ"ה איז אויתיות לשמ"ה.

אין טאקע קשר מיט שקר גייט ביידע וועגען, אדרבה די רבוש"ע וויל אונז זאגען ברחמיו הגדולים אז די אלע הוצאות שם רע אויף צדיקים נסתרים זענען נישט מער ווי שקר ווייל זיי זענען דאך געוועהן אזוי מקוש"ר צו רבוש"ע בכל חייהם.

קען איינער ברענגען א רעקארדינג פון דעם צדיק נסתר הרשב"ן זצ"ל, אז ער זאל זאגען אז ער איז משיח???? (אדרבה אויף די אלע תורה טעיפס רעדט עהר בהכנעה נפלאה פון אלע צדיקים ותלמידי בעש"ט כידוע ער האט געלערנט אלע חסידות'ן ווי סאטמאר באבוב וויזניץ אישביץ קוצק פרשיסחא ברסלב, ער איז געוועהן א נשמה כללית)

עס איז נישט מער ווי מען קען נישט פארשטיין ווי קען זיין אז דער איד זאל דערגרייכען אזוי הויך... נו זיי דיר מיר מסביר ווי אזוי משיח צדקינו קען ארויס קומען פון די הייליגע בנות לוט???

די תירוץ האב איך שוין אזוי פיל מאל דערמאנט און עפענט אייער הייליגע אויגען וועט איר זעהן מיין טייערע ברידאלעך, אז די רבוש"ע ווייזט אונז אז רחמנא ליבא בעי, אין קוקט אויף די מסירת נפש למען הנקודה פנימיות.

משיח צדקינו וועט קומען בקרוב ממש, אבער נישט פון די אויבען אהן אידעלאך, אזוי האבען אלע צדיקים געזאגט, ממילא זוכט עהם נישט און "כל העולם כולו" נאר אדרבה ביי די מעריב וואנט אידעלאך!!!!

די רגע וואס אלע אידען איש אחד בלב אחד וועלן זעהן אז די רבוש"ע וויל דאס עיקר די 3 אהבת באמת, ליב האבען יעדער איד ממש, נישט קיין חילוק וויפיל קשיות מען האט, נו דאן האלט מען שוין ביים גאולה שלימה, במהרה.

לייגט אוועק די אייגענע נגיעות, לערנט אביסעל ספרי הבעש"ט זי"ע וועט איהר גלייך זעהן אז באמת
תעינו כשה אובד, ווי א פארבלאנזשעט שעפס"ל.

אוי רבוש"ע נאר די קענסט עפענען די טויערען, יעדער זאל זעהן דעם אמת, פתחו לי שערי צדק.

לאמיר שוין אלע צו זאמען האנט ביי האנט ארויס גיין פונעם גלות המר, מיר זענען דאך ממש גרייט, מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, ווי איז נאך געוועהן אזוי פיל חסד בליעה"ר ווי היינט, נאר אביסעל אהבה הדוחקת את הבשר, זאל אוועק שטיפען די חומריות. אין מ'זאל ארויסנעמען די גוטס פון יעדער איד מקטן כגדול, אפילו פון די רבי'ס אויך, איך מיין אז פון יעדער רבי בימינו איז אויך דא א לימוד, ווייל עס וואלט געקענט זיין אסאך שווערע בעוה"ר, אין מ'דארף זיי געבען קרעדיט, נאר מיר דארפען מתפלל זיין אויף די רועי אברם און רועי לוט זאלען טאנצען צו זאמען, אין חלילה נישט גיין פאשערען אויף פרעמדע פעלדער, ווי ערכאות און צייטונגען חלילה.

יעצט ביי די 13'צטע יומא דהילולא, פון דער הייליגער מדרש פליאה הרשב"ן צדיק נסתר, וועט נתגלה ווערן לעין כל, וועלען די אלע אנוסים ארויסקומען פון די לעכער און מיר וועלן אלע שרייען צו זאמען, אז מען שעמט זיך נישט מיט אידישקייט חלילה, אין מ'זאל שרייען "מים רבים לא יוכלו לכבות את אהבה", וד' הוא אלקים, אותו נעבוד, ובזה נזכה לביאת הגואל צדק במהרה.

כל טוב, החותם באהבת ישראל ממש עבור כל יהודי (כולל שני סאטמארים, השני באבובים, השני וויזניץ, וכו' כולם חבובים וידודים) נאך די וועלט מלחמה איז יעדער איד א נס ממש, לאמיר ליב האבען באהבת נפש און שמייכלען און מקרב זיין יעדען נס, ווייל די רבוש"ע דארף יעדען איינעם ממש.

קשר1 לאחד יחיד ומיוחד בעז"ה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 01:41 לינק ישיר 

איי די ביגעסט טינג אין די וואלט.. די ביגעסט ביגעסט טינג איז וואט???
צו טוהן א טובה מיט א יוד.. טא דא א פעיווער פאר א אדער דזשאוי..
שלמה'לע אוי שלמה'לע.. מי יסור עפר מבין עיניך.. במהרה בימינו..
טייערע יודעלעך.. השם לאוו יא סאוי סאוי מאטש.. איווען איף יא לאק סאם טיים אגלי.. באט השם וואנט יאר הארט.. דער אייבירשטער וויל דאס הערצעלע..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 02:03 לינק ישיר 

א שיין רמז אמת לאמיתו, ששמעתי מרב גדול אחד שעוד רוצה בעילום שמו, די תורה שרייבט ויש"ק יעקב לרחל ויבך. וואס איז די בכייה געוועהן עירש"י.

אבער דער אמת איז מ'זעהט קלאר די רוח הקודש וואס די תורה שרייבט, ווייל יעקב אבינו האט דאך געטוהן דא הויכע זאכען ער האט ארויסגענומען רחל אמנו פון די צאן לבן ווי עס ווערט געברענגט פון די אריז"ל אז די יחידי סגולה קענען ארויסנעמען מענטשען פונעם שאול תחתית מיט דעם ענין, אין אזוי ווי יעקב האט געזעהן ווי רחל איז ארום גענומען מיט טומאה פון לבן, האט ער איהר ארויס גענומען פון דארט, און נאר וועגען דעם האט ער געוואלט מיט איהר חתונה האבען דייקא, אבער למעשה האט דא דער רבוש"ע געוואלט ווייזען א העכערע מדריגה פון ועיני לאה רכות, אז די בכיות פון לאה איז געוועהן שטערקער, און וועגען דעם האט זי זוכה געוועהן חתונה צו האבען ערשט מיט יעקב.

על כל פנים וואס איז געוועהן די בכייה, נאר יעקב אבינו האט זייער גוט געזעהן אז וועט נאך קומען א צייט נאך א וועלט מלחמה וואס עס וועט עולה זיין על קידוש השם איבער 6 מיליון קדושים הי"ד במהרה, וועט די רבוש"ע אראפשוקען א צדיק תמים ונשגב בתכלית הנסתר און וועט ארויסצועהן אלפי אלפים 1000'טער שעפעלעך און מקרב זיין לאבינו שבשמים מיט דעם ענין פון נשיקה, אין דער עולם וועט דאך נישט איינזעהן זיין גרויסקייט, וועגען דעם האט יעקב אבינו געוויינט.

דאס איז מרומז דא, ויש"ק איז ר"ת ו'כן י'עשה ש'למה ק'רליבך.

און בשעת דער רב שליט"א רעדט צו מיר רינט עהם טרערן אין די אויגען, (אז מ'דארף האבען דעם ועיני לאה רכות, אז דער רבוש"ע זאל מגלה זיין דעם אור הגנוז).......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 02:12 לינק ישיר 

די אלע וואס געפונען זיך דא אויף נעט, זענען נישט אפגעהיטן פון א הירהור, און האבען אוודאי קיין פופציג בעלי תשובה נישט געמאכט.
רבינו שלמה'לע האט נישט געמאכט קיין פופציג בעלי תשובה, נאר טויזענטע.. ודמם ודם זרעותיהם, איז אין זיין זכות, און וויפיל בעלי תשובה ער האט געמאכט, האט ער אזויפיל תשובה ניגונים געמאכט, איז דא 'איין' ניגון וואס איז נישט יודיש? איז דא 'איין' בעל תשובה וואס איז געווארן צוריקגעפאלן?
אבער ניין, ער האט געקישט.. ער האט געזינגען.. ער האט גע ווייסעך וואס..
יודען רחמנים בני רחמנים בני אברהם יצחק ויעקב.. הערט מיך אויס, 'איין פראסק פאר א יוד, איז נישט ווערט דאס גאנצע יודישקייט..
די תורה פאלגען מיר, יא? שקול לשון הרע כנגד...
ווער ס'קען דאס אפ'פרעגן מעג ענטפערן..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 02:30 לינק ישיר 
טייערע מבינות הייליגע ברידער

לאמיר חלילה נישט רעדען קיין שלעכטס אויף קיינעם.

אין אדרבה מ'קען ניצען די אינטערנעט, בלי שום הירור ורק לעבדתו יתברך שמו.

אויב א הייליגער איד קען גיין אויפ'ן גאס אין נישט קוקען מימין ומשמאל אויף די אלע מכשולים בורות שיחין ומערות, נו קען מען אודאי אויף זיך היטען נישט צו ניצען די נעט נאר אויף אידישקייט, אין לצרכי פרנסה.

איך בין זיכער אז יעדער וואס שרייבט דא אדער אין די אלע אידישער פוראםס שבעולם, זענען הייליג אין אפגעהוטען, נאר איין עצה איז דא פאר מען ניצט די מאשין בכל יום ויום....

טשעפטשעט א תפילה צום בורא כל עולמים... העבר עיני מראות שוא... טאטע היט מיינע אויגען איך זאל נאר זעהן זאכען וואס איז שייך לעבודתך וליראתך. ווייל אם ד' לא ישמור עיר שוא שקד שומר, נאר דער טאטע איז דער שומר ישראל.

אין די ביסט טאקע גערכעט אז מ'דארף קוקען אויף די אלע הייליגע ניגונים, און ווי הויך מען דערגרייכט ווען מ'זינגט עס מיט אן עולם, ממש צו התפשטות הגשמיות. און איך האלט אז אדרבה פון די טשולענט קלאב, משם ראי' אז אפי' זיי זענען גאנץ ווייט פארבלאנדשעט אבער זיי האבען נאך אלץ דעם קש"ר צום באשעפער מיט די הייליגע ניגונים, און ווער ווייסט וויפיל קומען צוריק יעדער רגע, ווען זיי זעהן אז אלע די תאוות עולם הזה זענען ממש הבל הבלים, און מען קען נישט אין ערגעץ שפירען אזא טעם ווי אין די הייליגע לעכטיגע שבת קודש, גוט שבת גוט שבת.... גוט שבת גוווווט שבת.

ווי שלמה המלך החכם מכל אדם זאגט.. שמח בחור בילדותך, וכו' ודע כי על כל אלה יבאוך אלקים במשפט...

פירוש, אויב מיינסטו אז די קענסט טועם זיין מכל תאוות שבעולם, זאלסטו וויסען מיין טייער קינד די וועסט קיינמאל נישט שפירען קיין גוטע טעם, ביז די וועסט איינזעהן אז עס איז נאר דא איין באשעפער אין נאר אין זיין הייליגע תורה שפירט מען א טעם גן עדן.


תוקן על ידי קשר1 ב- 23/10/2007 2:30:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 05:30 לינק ישיר 

אין אמת'ן איז א שאד אריינצורעדן צווישען אזויפיל הבלים,
אבער ווען מען נעמט זיך רעדן אפיקורסות דארף מען מוחה זיין
מה שכתבת
"איין פראסק פאר א יוד, איז נישט ווערט דאס גאנצע יודישקייט.. "

זהו אפיקורסות, עפרא לפומי.
ולא תהא כהנת כפונדקית?!

אוודאי בין אייך דן לכף זכות, עס קוקט נישט אויס ווי איר זענט אימשטאנד צו פארשטיין עפעס וואס דארף נאר א משהו עיון,
ואם אין דעת הבדלה מנין...
והשם הטוב יכפר






תוקן על ידי אנאליזירער ב- 23/10/2007 5:38:01




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 09:51 לינק ישיר 

אנאליזער חזור בך! מיין טייערע ברידער...

די בילד פון דיין ניק וואלט איך געזאגט טויגט נישט לפענ"ד.

ביטע טויש די בילד ווייל עס איז מעורר זייער נישט גיטע זאכען, ע"פ דברי החינוך כי האדם נפעל כפי פעילותיו, אין עס איז ידוע אז צו קוקען אויף א סקעלעטאן איז מעורר מדת הרציחה ר"ל.

איך וואלט דיר מייעץ געוועהן עס טוישען אויף מער א היימישע בילד ווי שנעלער. איך מיין חלילה נישט דיך וויי צו טוהן נאר פשוט אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, אין למעשה דער בילד טויג נישט בהחלט, איך מיין נאר דיין טובה.

אין לענין הרשב"ן צדיק נסתר, קיינער האט נישט קיין טענות צו דיר, נאר אויב די ווילסט טוה גוט אדוירך דעם ענין הער צו זיינע הייליגע טעיפס און זעה אויב דאס ברענגט דיר עובר צו זיין אויף א גראבען עבירה, אדער ווילסטו דאווענען מיט א ברען בקדושה וטהרה וכו'.

באמת עוד יבוא יום ווען די וועסט קלאר זעהן דעם אמת.

תוקן על ידי קשר1 ב- 23/10/2007 9:54:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 10:06 לינק ישיר 
נאך איין וויכטיגע נקודה לעת עתה

נישט פארגעסען אז 95% פון כלל ישראל...

האט שוין איינגעזעהן בקדישתו של הצדיק הרשב"ן זצ"ל וזיעועכי"א, והא ראי' אז מ'זינגט זיינע הייליגע ניגונים ונוסחאות ביי כמעט אלע חסידי'שער ליטווישער יעקישער אשכנזישער, בתי מדרשים בכל רחבי תבל.

נאר די BIG 4 חסידות'ען סאטמאר, באבוב, ויזניץ, בעלז...
ווי דארט געפונט זיך די גרעסטער מחלוקת בעוה"ר ובלי לקטרג, וואס זיי זענען זיכער נישט ע"פ דרך התורה. בהכאות ובהליכות להערכאות. בכל הצדדים.  נאר ביי די 4 גרויסער (ההולכים בחושך) האלט מען נישט פון דעם דרך הבעש"ט ווייל ביי זיי מיינט ליידער אהבת ישראל גאר עפעס אנדערשט.

אבער למעשה וואס איך ווייס בעז"ה זענען רוב חסידים פון די BIG 4 שטילערהייט הערען זיי אויך אלע די דרך הרשב"ן והבעש"ט.

נאר וואס דען אפאר פערצענט 5% העצערס מכל הצדדים, די חברה וואס פירען די אלע ביטערע מערכות, נאר די עטליכע אינגעלייטלעך ורשע"י קהילה, זיי האלטען נישט פונעם דרך הבעש"ט, ווייל ביי זיי איז דאך עס בהיפך גמור.

נמצא לפי זה, אז סך הכל טענה'נען מיר זיך דא מיט בלויז עטליכער העצערס וואס אויב עס וועט זיין שלום בעז"ה וועלן זיי נישט האבען וואס צו טוהן מיט די צייט, זיי וועלען מער נישט קענען זיך באלעקען די פינגערס מיט שמאלציגע לשון הרע'ס מדי יום ביום בעוה"ר.

אויב אזוי פארוואס דארף מען זיך בכלל אויפרעגען די פאר העצערס, וועלען דאך סיי ווי זעהן דעם אמת בקרוב ממש, ווען די רבוש"ע וועט ליכטיג מאכען, וועלן זיי איינגיין פאר בושה, אוי לאותו בושה אוי לאותו כלימה, זיי וועלען זעהן אז דער רבוש"ע האט טאקע יא פיינט א מחזיק במחלוקת, ובעז"ה נזכה כולנו לאורו של משיח וואס עס וועט זיין שלום אויף די גאנצע וועלט בב"א.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.