בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/10/2007 10:10 לינק ישיר 
און הפלא ופלא, רמז מובהק מן השמים, חזור בכם בעוד מועד...

די ר"ת פון ס'אטמאר ב'אבוב ו'יזניץ ב'עלז מ'חנובקה

איז

סדו"ם

די רבוש"ע זאל בקרוב מהפך זיין די לב אנשי סדום לטוב, וואס פירען די אלע מחלוקת אין זיי אלע זאלען תשובה טוהן, וועט מען קענען גיין אקעגען משיח צדקינו

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 13:31 לינק ישיר 
אבער עס שטייט ואברהם עודנו עומד...

אונזער זיידע אברהם... שטייט נאך עד היום הזה אין בעט ביים בורא כל עולמים...

אז ער זאל מהפך זיין די הארץ פון אנשי סדו"ם, אין חלילה נישט זיי שטראפען, נאר די רבוש"ע זאל לעכטיג מאכען, וועט אלעס בטול ומבוטל כעפרא דארעא.

אולי יש עשרה, האט אברהם זיך געבעטען אויב עס איז דא א מנין ערליכער אידען וואס ווילען עס זאל זיין שלום בעולם, וועסטו רבוש"ע אויך זיי שטראפען.

האט השי"ת גענטפערט לא אשחית בעבור עשרה, אויב עס וועט זיין 10 אידען א מנין פון עשרה בטלנים וואס זאלען זיך נישט מישען אין פאליטיק, נאר אדרבה קלאגען און וויינען אויף די מצב פון די אנשי סדו"ם, דאן וועט מען גלייך זוכה זיין אויסגעלייזט צו ווערען.

והפלא ופלא ווי די תורה איז א נצחי אין אלעס איז מרומז דער וואך טאקע.

זאל שעפסעל, באטשי, וסייעתם, מוחל זיין אין זאגען קלאר אין דייטלעך... אויב זיי האלטען אז די מצב פון די BIG 4 אנשי סדו"ם, איז אויסגעהלטען על פי תורה וחסידות??? יא? אדער ניין?

ביטע ענפערט קלאר, אן באשמיצען א צווייטען...

כל מה שכתבתי רק לעורר לב אנשי סדו"ם בלי ח"ו לא לעורר קטרוג עלינו חלילה, ורק שיראו היכן הם עומדים, ומה שהשי"ת רוצה באמת, ואחרי שיראו הראשי קהילה כי אמת כן הוא שמחלוקת בישראל דבר רעה מאד בעיני ד', אז יזכו שיתהפך הכל לטובה ויאיר ד' את עינינו ונזכה לביאת הגואל צדק במהרה אמן כמו שאנו רואים שאחרי ההפיכה של סדום מיד נולד משיח צדקינו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 13:33 לינק ישיר 
וראה זה פלא כל הפלאים

כי סדו"ם אויתיות מוס"ד

ונזכה כולנו בקרוב להפיכת לב אנש סדו"ם לטובה

ומהBIG 4 יהי' רק
BIG 1
והי' ביום ההוא ד' אחד ושמו אחד
בב"א




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 17:29 לינק ישיר 

האסט פארגעסען פאנאוויטש, קראסנע, סאפינקע, נייטרע, מיר, און נאך,

ווען די רעכענסט אריין בעלזא, אפשר זאסטו מיר ביי וועלעכע ב"ד אדער קארט  זיצט בעלזא מיט וועמען, אויך אויב זיי בארעדען איינעם אין זייער צייטונג, לויט ווי איך ווייס איז אלע מחלוקת נאר פון די אנדערע צד, אפילו דעם מחנובק'ער האט דער בעלזער רב גערופען וונטשען א גוט יאהר,

און אגב דער בעלזער זינגער יוסף צבי ברייער וואס מאכט רוב בעלזער ניגונים האט געגנב'ט שטיקלעך פון מהרשב"ן,

אויך סדום לייגט זיך אויס סמ"ך דל"ת וי"ו מ"ם ווי קומט דא אריין בעלזא אדער באבוב ?

די איינציגע וואס האבען היינט א ביטערע אקטיווע מחלוקה איז סאטמאר, באבוב, ווישניץ, די רעשט איז סך הכל כעין שלום בית פראבלעמען,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 19:12 לינק ישיר 

אף אני אענה חלקי..
מיסטער אנאליזער, אם אין דעת הבדלה מניין...? די האסט אויסגעגראבען א לאך, און נישט איבערגעפילט.. די זאגסט וואס נישט, אבער וואס יא, זאגסטו גארנישט, און דיין פענע האט ארויסגעלאזט א טעות.. 'עפרא לפומי' האסטו געשריבן, נישט לפומך, און וואס עפעס אפיקורסות ווען איך זאג אז א 'היידים ידי עשיו', וואס מיינסטו וועט לעתיד לבא זיין מיט די שלעגער.. און וואס וועט מען מיט די קרליבכיסטן טוהן.. YOU TELL ME
בכל אופן, די ענין פון די גרויסע קאמפאניס און וועגן בעלז מיט מאכניווקא, אויב ס'דא א רבי וואס האקט אויף קארליבך, איז גערעכט, אבער ס'נישטא.. פשוט ווייל זיי זענען ביזי היינט מיט זיך..
און דאס אז מאכניווקא און בעלז רייסן זיך ווי ווילדע קעץ, דער מאכניווקער רבי האט זייער געוואלט שלום מאכן, און ווי באוואוסט די מעשה מיט 'אי מלכא אנא', האט מען עם געזאגט, 'לאוו מלכא את'..
סדו''ם איז נוטריקין ס'עודת דו'ד מ'לכא מ'שיחא, וואס רבינו שלמה'לע זי''ע האט זייער מכבד געווען, און יעצט פאלט טאקע אויס די יומא דהילולא זיינע דעמאלטס. און ס'דאך נישטא - ווי באוואוסט אין דרך הבעש''ט, קיין צופאל.
און אזאליזער, אם אין דעת, איז רחמנא ליבא בעי, הבדלה מניין, צוטיילען איז פון שלעגעריי, און פירוד השם ישמרינו, און השם אחד ושמו אחד ושלמה מלכא וואס האט אויפגעטוהן למען שמו ית', און יודען זענען א יחוד, 'איינס', מיר קומען נישט דא פייטן, נאר אויסקלארן, און ווידעראמאל, איין פראסק איז א רשע, און אפי' יו''כ זאגט מען עם העבריינים, אבער נישט עבירות בין אדם לחבירו, וואס איז רשעים..
לאמיר מאכן הבדלה, און גיין בשמחה רבה פועל'ן ישועות ביים הילולא דרשב''ן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 21:22 לינק ישיר 
חלילה נישט זיין דן קיינער לחוב

נאר פשוט די נקודה איז...

מען טאר זיך נישט אויסלערנען פון די גרויסער מוסדות חסידות וואס פרעגלען מחלוקת און שנאת חנם.

איך מיין נישט דווקא בעלזא אדער סאטמאר ויזניץ באבוב חלילה נישט די אנשים יראים ושלמים.

נאר בהחלט די אנשי המחזיקים במחלוקת און זיי דארף מען האלטען ווי אנשי סדו"ם (די ר"ת פון ס.ב.ו.ב.מ. איז בגי' סדו"ם).

טייערע ברידעלאך לאמיר נישט אריין שלעפען דא די הולכי בחושך וואס מיינען אז די עיקר פון חסידות איז מחלוקת, חס מלהזכיר דער עיקר איז אדרבה ביי די מעריב אידעלאך פון אלע הייליגע הויפען וואס זענען מרבה בשלום ואהבת ישראל, און זיי וועלען ברענגען משיח צדקינו.

לאמיר זיי דן זיין לכף זכות, אז עס פשוט טינקעל ביי די אידעלאך ממילא זעהן זיי נישט די אמת אז דער רבוש"ע האט פיינט שנאת חנם, וכל מיני ערכאות ותוצאות שונות ומשינות. גענוג מיט די חילול ד', רבותי לאמיר אלע צוזאמען מתפלל זיין אויף שלום, און ליב האבען יעדער איינעם נישט קיין נפקי מינה ווער זיין רבי איז, אדער וואסער מין היט ער טראגט וכדו'.)

 

ויאתיו כל לעבדיך... ויגודו באיים צדקיך

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/10/2007 21:26 לינק ישיר 
מבינות I wont let you get away with inaccuracies,

 
טעות

_________________

 

 



תוקן על ידי aaatozzz ב- 23/10/2007 21:33:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/10/2007 21:54 לינק ישיר 

דריי טעג צום יומא דהילולא
הכינו לשלושת ימים
בעט אייך אויס אלעס גוטס!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2007 19:02 לינק ישיר 

כדאי רשב''ן לסמוך עליו..
זכה וזיכה הרבים, זכות הרבים תלוי בו!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2007 19:33 לינק ישיר 

עס איז געווען א רב אין אונגערן וואס מען האט גערופען דעם רשב"ן

וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2007 19:40 לינק ישיר 

ווער פארט צו די יארצייט צום ציון ?

איך וויל שיקן א קוויטל,

אפשר איז דא א פאקס ווי מען קען שיקן קוויטלעך,

ווער עס ווייסט זאל פליז פואסטן,

זי"ע

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2007 19:45 לינק ישיר 
ליצנות GALORE

 

 



תוקן על ידי aaatozzz ב- 24/10/2007 19:54:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2007 21:17 לינק ישיר 

מ'האט אמאל געטראפן ביי א מתנגד אין שטוב, א חסידיש ספר אונטערן שראנק אויפן ערד.
האט זיך א רבי אנגערופען צו יענעם, אז איר וואלט  גענומען דעם מחבר אליין און אים ארונטערגעווארפן אזוי, וואלט ער אויך נישט מתרעם געווען..
לענינינו, אפילו טאמער מאכט מען ליצנות, וועט אייך ר' שלמה'לע נישט מקפיד זיין, אבי יודען שמייכלען. אבי יודען פילען זיך גוט. נאר פארקערט זאל מען חלילה נישט זאגען..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/10/2007 22:28 לינק ישיר 

עס איז דא עפעס א ארגון קשר וואס האט מיט שלמה קארלבאך

דאס האט מיר דיר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2007 13:12 לינק ישיר 

חבר אנו לכל אשר יראוך.. איך האב נישט באזונדער מער מיט זיי ווי מיט דיר..
ווער ס'האט ליב א יודיש קינד בין איך מקושר מיט עהם..!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צום יארצייט פון ר' שלמה קארליבאך זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.