| נשלח ב-26/10/2007 13:18 |
|
| |
הנה מתקרב יום הגדול
אלפים עולים לציונו ונושעים בכל מילי דמיטב בזכותו
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 16:33 |
|
| |
דוכט זיך אז אזא אשכול אויף זעקס בלעטער איז שוין די והותר פאר ביידע אדר'ס לכל הדעות...
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 26/10/2007 16:35:22
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 16:55 |
|
| |
אז ס'איז משמח, איז זיכער גוט. יעצט לאמיר האפן מלמד זכות זיין אויף יודען אויכעט. און זיך מאחד זיין בהשם אחד ועמו ישראל עם אחד, בלי פירוד נאר מיט א אחדות, זען דאס גוטס פון יעדעם, אדרבה תן בליבנו שנראה כל אחד מעלת חברינו..
לעילו נשמת ר' שלמה בהרב נפתלי זצוק''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 16:57 |
|
| |
כיהודה ועוד לקרא
די אלע נגד התורה'דיגע טענות פון אהבת ישראל וכו' האט מען שוין געהערט פון די נוצרים און זיי האבן נאך געשריבן אז זיי זענען הייליגער און מער עטיש ווי דאס אידישע פאלק ווער עס וויל קען קוקן אין זייערע ביכער און אין די ספרי הויכוחים וואס מען האט זיך געהאט אנגעליטן אלע יאהרן אין אייראפע
אבער אז מען רעדט פון "דרך הבעל שם טוב" לאמיר זעהן
און ווערט נישט אנציקט פון דעם נייעם ניק וואס מען האט איהם ארויפגעשמירט "רשב"ן" (ביי ויש"ק איז נעלם געווארן דער ניק) ווייל היסטאריש האבן אידן שוין געהאט צרות צרורות פון מענטשן מיט אזעלכע ניקס, למשל אין לעצטן דור האט איינער גענומען דעם ניק "מימון"
תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 26/10/2007 17:06:13
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 17:53 |
|
| |
די ווארט 'הדור האחרון' איז פסול ביי כלל ישראל, ווייל דאס האט מחבר געווען א פיגור וואס רעדט אויף השם ועל משיחו.
ער האט נאך נישט געלייגט קיין טראסט אויף קיין שום יודישער מנהיג, 'נאר אויף זיך..'
ממילא, ווער ס'האט שכל בקדקדו, זאל אויסנוצען די געלעגענהייט, און און זיך נאכפרעגן אויף דעם מחבר פון 'הדור האחרון', און נאכדעם אויף ר' שלמה'לע זי''ע, און זיך אויסקלארן דעם בילבול המוחין, וואס רייט אויפן היינטיגער השקפה.
אין עטליכע שעה, וועט כלל ישראל אויסזינגען דעם ליד 'לכבוד שבת', און בזכות דער מחבר פונעם אלטוועלטליכע ניגון 'לכבוד שבת', וועלן מיר זוכה זיין צו פועל'ן אלעס גוט'ס. ומה זרעו בחיים אף הוא בחיים.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/10/2007 18:39 |
|
| |
מבינות איך האב זיך איינגעהאלטן ביז יעצט, דאסמאל האב איך שוין נישט געקענט... און... איך האב אויסגעשאסן אין אזא געלעכטער וואס איך געדענק זיך שוין לאנג נישט אין אזא מצב.
דיין לעצטע תגובה קען געקרוינט ווערן אלץ קלימאקס פון אלע דיינע תגובות... סיי מיט דעם ניק, און סיי מיטן ניק קשר1.
דו ביסט פארנומען צו ברענגען פון תלמידי בעש"ט אז מען טאר נישט רעדן אויף קיין שום איד ח"ו, און וועגן דעם זאל מען זיך קישן מיט נקיבות, און טון עבירות לשמה, וכו' וכו', אלעס צוליב "ליבע" צו יעדן איד באשר הוא שם.
און דא ברענגט מען דיר פון תלמידי בעש"ט ממש דאס פארקערטע... אופסססס... דער וואס ברענגט די ספרים דער איז א שגץ... ס'טייטש? ווי מעג מען דאס אפילו ברענגען ? די תלמידי בעש"ט האבן דאך אנדערש געהאלטן?
absurd!!!
לויט ווי איך פארשטיי איז ר' שלמה'לע געווען סתם א שגץ, אבער שכל האט ער געהאט.
הוספה: ביטע טוה א טובה און ענטפער נישט, ווייל דו וועסט מיר ברענגען צו א נסיון אויסצומעקן דעם תגובה, איך שעם זיך ביטערליך זיך צו טענה'ן מיט דיר.
תוקן על ידי אהליצדיקים ב- 26/10/2007 18:40:12
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2007 02:03 |
|
| |
אז די שעמסט דיך צו טענה'נן מיט מיר, האסטו געהאט א ברירה זיך איינהאלטן..
בנוגע דער ימח שמו'ניק פון הדור האחרון, 'ספר תורה שכתבו מין צריך לשרפו' - דאס איז שוין געשטאנען פארן התגלות בע''ש ...
וועגן ר' שלמה'לע, וועל איך זאגן איין זאך, עבירות שבין אדם למקום איז דעם אייבירשטענס געשעפט, און נישט דיינע, און בין אדם לחברו וואס איז דיין געשעפט, דאס איז ביי דיר אויסגעשניטן. זיי דיך מתבונן, אז זאלסט נישט זיין פון די כת האפיקורסים, וואס זייען ארויס מדברי חכמינו זצ''ל, און ניצען עס צו זייערע 'יאשקע פאנדרעקער'ס..
א יוד וואס האט געמאכט אזויפיל בעלי תשובה, גאנצע משפחות און זייערע דורי דורות זענען אויף זיין זכות, איז ווער איז דער בעל גאווה וואס וועט פרעכערהייט זיך צורעדן אויף אזא איינעם.
ממילא ווען ס'וואלט געווען א צדיק מדורינו וואס וואלט עם אויסגעהאנגען אלץ נישט גוט, ממילא. אבער סתם אזעלכע פון א כת מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן נישט אין קיינעם נישט, און ווען די צדיקים וועמען זיי ניצען פאר זייערע פינגער זויגעריי איז אויכעט ביי זיי אפגעפרעגט, ווי איבערצייגט, נו ווי קען מען זיי אפילו מצרף זיין אין א ענין פון הסברה באומד הדעת, אויף אזא מזכה הרבים, וואס די משנה זאגט אז אין חטא בא על ידו.
מוצא שפתיך תשמור.. לפתח חטאת רובץ..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2007 02:08 |
|
| |
לכל העולים על הציון הק', ולכל התלמידים ונהנים מכח אותו צדיק הרשב''ן זצוק''ל
מ'זאל האבען געפועל'ט אלעס גוט'ס
וזכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
שנזכה להירהור תשובה באמת
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2007 18:05 |
|
| |
עוד יבוא יום..........
עס איז א שאד זיך צו טענה'נען....
מילונען אידען ארום די גארער ווועלט האבען היינט געפייערט דעם יומא דהילולא של הצדיק נסתר
הרשב"ן זצ"ל
איך מיין אז פאר די פאר געציילטע טועים ותועים דא איז א שאד צו זיך אנשטרענגען
איך האב שויןגענוג געשריבען בעז"ה
מ'טאר נישט רעדען אויף קיין שום איד לאמיר יעדעם דן זיין לכף זכות...
נאר וואס דען ווער עס האט אפענע אויגען אין איז אויך א שטיקעל מבקש את האמת וועט שוין ממילא זיין דעהם אמת
ובזה אני מסיים בל"נ את דברי כאן.
ביומא דהילולא של רבינו שלמה ב"ר נפתלי זצ"ל שקירב כל אחד מישראל במסירת נפש, מתלמידי של אברהם אבינו ואחריו האריז"ל והבעש"ט הק'.
קשר לאחד יחיד ומיוחד, ומצפה לישועת ד' כהרף עין.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2007 05:23 |
|
| |
בדרך רבינו שלמה'לע זצ''ל נלך, בדברי שלום ואמת
ווער ס'וויל נהנה זיין מהאור כי טוב, זאל גיין צום פורום 'רבי שלמה קרליבך', ומשם תדרשנו
לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2007 17:22 |
|
| |
אין קץ לדברי רוח
קשר/מבינות
איהר זייט אידיש רעדענדיגע קאנזערוואטיווע!
איך האב באמת געמיינט אז דאס מין גייט אונטער, איין עבודה זרה שעזבו אותה בעליה, דערווייל זעה איך אז דער בעל דבר האט געטראפן א נייעם מהלך
גאנצע א גיטער בעל מחדש דער בעל דבר אונזערער. זעהר קריעיטיוו.
מאויבי תחכמני
|
|
|
|
| נשלח ב-29/10/2007 18:49 |
|
| |
אסאך גרויסע האבען געמיינט, אז נשתכח תורת הבעש''ט, אבער ניין ! ס'איז נצחיות..
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 21:27 |
|
| |
איך מיין אז עס ענדלט ענדערש אין תורת אלבערט איינשטיין ווי אין תורת הבעש"ט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 06:35 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 18:24 |
|
| |
א רחמנות אויף די אידען וואס ווייסען נישט מבדיל צו זיין בין קודש לחול.
|
|
|
|
|