בית פורומים באבוב

ביקור רבינו שליט"א בארה"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2007 17:07 לינק ישיר 
ביקור רבינו שליט"א בארה"ק

רבינו שליט"א הופיע הבוקר יחד עם הגה"צ אב"ד שליט"א בשערי ארצינו הקדושה. אחרי הנחיתה, עברו לתפילת שחרית בבית המדרש דחסידי באבוב בבני ברק, לאחר התפילה התקיים במקום ברית מילה, ואח"כ עברו הקהל לקבלת שלום. ולאחמ"כ ערך רבינו שליט"א טיש לחיים, והשמיע מדברות קדשו.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 17:04 לינק ישיר 

אין פריה אוונט שעות, נאכ'ן מנחה, איז רבינו שליט"א געקומען אויף א באזוך במעון קדשו פון פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א זיך וואונטשן אינעיינעם מזל טוב, לכבוד שידוך שליסן פון בת רבינו מיט נין בעל שבט הלוי שליט"א.
נאכדעם איז רבינו שליט"א מיט'ן רב שליט"א געפארן צום חתונה בבית הרה"נ ר' חנוך סגל שליט"א. שפעטער ביינאכט פאר חצות, איז רבינו שליט"א צעריק ערשינען צום חתונה, וואו האבן זיך באטייליגט אסאך אדמורי"ם אין ראשי ישיבות שליט"א וואו צב"ש הגאון האדיר ר' חיים קאניעבסקי שליט"א. אין נאכ'ן בענטשן, האט די וועלט באריטע בדחן הרב מענדל יאקאב שליט"א גערופען רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, מיט שיינע דברי מליצה, אין האט מעלה געווען זכרונות פון הייליג'ן רב זיע"א ביי זיין בעל אכסניא די מחותן ר' חנוך סגל, אין פון די פייערדיגע הייליגע טעג וואס הארט יעצט באבן אנ"ש מיט געהאלטן ביי רבינו שליט"א במעון קדשו. רבינו שליט"א איז געבליבן נאך זיין לענגערע טאנץ וואס איז געווען באטייליגט מיט הונדערטע אנ"ש, צום טאנץ פון רב שליט"א אין די מחותן סאווראנער רבי שליט"א.

יעצט איז רבינו שליט"א אויפן וועג צום שטיבל אין ירושלים דאווענען מנחה. נאך מנחה וועט רבינו שליט"א משמיע זיין מדברות קדשו דברי חיזוק פאר אנ"ש אין ירושלים. נאך מעריב וועט פארקומען קידוש לבנה. אין שפעטער פארטמען אריין צום חופה בבית הרה"ג ר' א"ח שטרנבוך שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 18:43 לינק ישיר 

ווייל זיי זענען בכלל קראטשינערס...


ל ו ז ע ר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 18:45 לינק ישיר 

דאס איז דיין תשובה, צו די קשיא?
אפשר ענטפערסטו צו דער זאך, פאר א גוט יאהר, כאטש איינמאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2007 18:47 לינק ישיר 

ממש א באמבעדיגע קשיא, לית נגר ובר נגר דיפרקיניה. וצע"ג.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 18:50 לינק ישיר 

זעהט אויס אז די קשיא בלייבט ביי א צריך עיון גדול, אדער קען מען פארענטפערן, אז ווי נאר עס דא א כלה מיידל גרייט צו טאנצן מיט עם מצוה טאנץ, קומט ער צופליען אויף אלע פיר, אפי' עס גייט איהם קאסטן אביסעלע בזיונות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2007 18:52 לינק ישיר 

אהמממ.
אזוי!
אזוי האלסטו פון דיין הייליגן רב ז"ל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 18:54 לינק ישיר 

אזוי האלט איך פון דיין שמייליגן רבי שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2007 18:56 לינק ישיר 

דער רב ז"ל איז געווען א פעטער און ער האט עפ"י רוב אויב נישט אלעמאל באקומען סידור קידושין...

דא איז רמ"ד א צווייטע קאזין דארך זיין ווייב איינמאל אפגעריקט - און אפי' קיין סידור קידושין אויך נישט???

פארוואס האט עם צירי סגול אויך נישט געגעבען סידור קידושין???


_________________



תוקן על ידי האליגאנער ב- 18/10/2007 18:57:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2007 18:58 לינק ישיר 

דער הייליגער מהר"ש איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל וועגן סידור קידושין אדער וועגן טענצל?
דער הייליגער מהרנ"צ איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל וועגן סידור קידושין אדער וועגן טענצל מיט אגארטל?
קענסט פלאצן פון כבוד פון זייערע הייליגן ממשיך בקודש שליט"א וואס ער באקומט אמעטום, אבער גיב אכטונג, ס'קען קאסטן אין געזונט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2007 19:15 לינק ישיר 

נעבעך............עטס האלטסס נאך אזוי פרי  די באבוער חסידים.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2007 19:30 לינק ישיר 

דער הייליגער מהר"ש איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל, צו טיילען כבוד און מחזק צו זיין זיינע פלומעניקס...
דער הייליגער מהרנ"צ איז געקומען צו פליען טויזנטער מייל, צו טיילען כבוד און מחזק צו זיין זיינע שוועסטער-קינדער...
רמ"ד לויפט אויף אלע פיר - צו צווייטע קאזין'ס - צו "באקומען" כבוד און זיך אליין מחזק צו זיין!!!

ממשיך בקודש הע? דאס איז באבוב הע?


תוקן על ידי האליגאנער ב- 18/10/2007 19:33:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 00:26 לינק ישיר 

(טעלעפאנישע באריכט)
רבינו שליט"א איז יעצט דאנערשטאג נאכט געווען אין בעלזער ישיבה הגדולה אין רמות ירושלים. רבינו שליט"א האט באזוכט ביי דודו האדמו"ר מדעעש שליט"א (לרפו"ש) אין ירושלים, און דערנאך געדאווענט מעריב אין דעשער ביהמ"ד, נאך מעריב האט דער מנהל רוחני פון בעלזער ישיבה איינגעלאדענט רבינו שליט"א אריינצוקומען אין ישיבה, ווען רבינו שליט"א איז אריינגעקומען האבן די בעלזער בחורים אויפגענומען בשירה ובזמרה איון געזונגן "ברוך הבא בשם השם", די בעלזער בחורים האבן צוגעגרייט לעקיך, אויף ווייסע גדעקטע טישן, רבינו שליט"א האט זיך מתנצל געווען אז די צייט איז קורץ, און פארט באלד עירפארט און האט נאך א פאר שמחות צוגיין, רבינו שליט"א האט איבערגעלאזט ברכת קדשו, און די בחורים האבן גענומען שלום, און ארויסבאגלייט ביז צום קאר.

פון דארט איז רבינו שליט"א געפארן צום כותל מיט א ענגע קרייז מענטשען, געזאגט שטיל די ערשטע צען קאפיטלעך תהילים, און געליינעט עטליכע קוויטלעך, און מתפלל געווען פאר כלל ישראל להפקד בדבר ישועה ורחמים.

פון דארט איז רבינו שליט"א געגאנגן צום שבע ברכות פון החתן דאמיניץ פון אנטווערפן.

פון דארט צו די חתונה פון דומ"ץ באבוב ירושלים הגאון ר' אלי חיים שטערנבוך שליט"א, דער ריזיגע עולם ביי די חתונה האבן פייערליך מקבל פנים געווען רבינו שליט"א ביים אריינקומען צו די חתונה, ביים אויבנאן איז רבינו שליט"א מקבל פנים געווארן דורך הגאון רבי שמואל אויערבאך שליט"א,
רבינו שליט"א האט אינמיטן די חתונה געטאנצט דאס "מצוה טאנץ"

פון דארט איז רבינו שליט"א געפארן צום עירפארט. אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק לביתו נאוה קודש

   




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2007 02:10 לינק ישיר 

האליגאנער -

רבותינו זצ"ל האבן געהאט א סאך קאזינ'ס פין אלע זייטן פין די משפחה - אבער זיי זענען קיינמאל נישט געפלויגן צו די חתונות נאר צו די שמחות פין די קינדער אין אייניקלעך פין בנות הקדושת ציון הי"ד - דארט איז געווען אן אויסנאם - אין די פריעדיגע רב ז"ל מיט די רב ז"ל האבן מקפיד געווען צו זיין ביי די שמחות נישט קיין נפק"מ וויאזוי די מחותנים האבן אויסגעזעהן אין נישט קיין נפק"מ ווי ווייט מ'האט געדארפט צו פליען - ווילאנג רבותינו הק' זענען געווען ביי די כוחות האבן זיי אלעס געטוהן כדי צוזיין ביי די חתונות.

אין ממילא איז רעכט אז די היינטיגע באבובע רבי זאל ממשיך זיין די "רצון קדשו" אין זיך משתתף זיין ביי די שמחות -

אז עטס קענען נישט שלינגען קיין ביטערן פיל איז נעקסט מאל נעם נישט קיין צד אין די מחלוקת אין בלייב זיצן אינדערהיים

יעצט וועסטו דארפן שלינגן ביטערע פילן אין זיי מוכן ומזומן.

בדרך אגב - ביסטו נישט קיין ניקלשבורגער? דאכט זיך מיר אז די דרייסט זיך דארט ביי מלוה מלכה'ס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2007 14:59 לינק ישיר 

Dear Hooliganer and the other hooligans

Im sure it pains you that you dear ROOV shli"a doenst go anywhere. He sits like a little _______ at home. his gaboam are too scared hell blabber to much. or maybe you guys are scared to leave the beis medrash in case we take over. we all dont know why he sits at home 
but,
the Rebbe Shlit"a takeh flies the world, but where he goes he makes a roshem. people go balistic over him. And if he didnt have sider kedushin iz vus? big deal. He was the highligjt of the chausna. and i hear that bentzi freshawater wouldnt let go of him by the mitzva tans for dveikus.
shtel dich ofen kup and shrei biz morgen - karshiner, kuved mentsch, etc
er blabt a Rebbe! a velt barimte Rebbe!

GO BOBOV 45



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/10/2007 17:48 לינק ישיר 

פורסם בכמה אתרים בארץ ישראל:
 

האדמו"ר מבאבוב שליט"א חזר לניו-יורק בטיסת אל על @ בירך את צוות המטוס וציין לשבח את השירות המיוחד של חברת אל על @

 

כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א חזר ביום חמישי לניו יורק בליווי קבוצה גדולה מחסידיו, לאחר ביקור קצר בארה"ק לרגל שמחה. בפתח בית הנתיבות בנתב"ג קיבל את פניו הרב יוחנן חיות, רב החברה ומתאם השירות לנוסע הדתי באל על. האדמו"ר מבאבוב שליט"א ופמלייתו, שמנתה עשרות חסידים,  עברו מסלול בידוק מיוחד. האדמו"ר ומלוויו היו בין האחרונים לעלות על המטוס לפני ההמראה.

 

האדמו"ר שליט"א טס בטיסת אל על 023 לניו יורק, במטוס "קריית שמונה" החדש של אל על. בפתח המטוס קיבלו את פני האדמו"ר שליט"א הקברניט, מנהל השירות בטיסה וצוות האוויר, שזכו לקבל את ברכת קודשו.

 

האדמו"ר שליט"א הודה לצוות על השירות וציין לשבח את אל על, המקפידה להעניק לנוסעים שירות לבבי וראוי. האדמו"ר שליט"א הוסיף ואמר כי, הוא מורה בקביעות לחסידיו להעדיף את טיסה באל על, שהיא חברת התעופה הטובה ביותר עבור הנוסע היהודי והחרדי. "תמיד אנחנו אומרים, שיש להעדיף את אל על שהיא חברה יהודית", אמר האדמו"ר שליט"א.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באבוב > ביקור רבינו שליט"א בארה"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext