|
|
| נשלח ב-18/10/2007 23:19 |
|
| |
יענקעלע דו שרייבסט:
ר' אביש (אדער זיינע חסידים) טענה'ען אז ר' בעריש האט צו גענומען
דעם בנין אויף בעדפארד און די קעמפס, שלא ביושר (איך האב נישט געשריבן געגאנבעט)
געב מיר א ברעיק. ער האט אים אוועקגענומען אלעס וואס ער האט נאר געקענט. דער בנין איז אלעמאל (העכער 30 יאר) געווען אויף דעם נאמען פון ר"ב.
למעשה האט ר' בעריש ז"ל קיינמאל נישט גערופן ר' אביש'ן צו דין תורה,
און ר' אביש אלץ מוחזק איז יא בארעכטיגט צו טין וואס ער וויל.
די תורה הק' לאזט נישט טאן וואס ער וויל. ער א פארברעכער און א גנב. און ער טוט טאקע וואס ער קען ! נישט עפ"י דת תוה"ק.
און גוטזאגער האט נישט קיין רעכט צו שרייען אז ער איז א גנב,
פארוואס? אז איינער בא'גנב'ט זיין עלטערן ברידער, איז ער א גנב. פינקט ווי דער רבי פון תו"א האט בארויבכט זיין עלטערן ברידער (מיט אלע הייליגע תירוצים פון פאספארט וכדומה). אבער גנבים זענען זיי ביידע.
אגב, די חסידי ר' אביש טענה'ען אז ר' הערשעלע האט געזאגט בתורת צוואה
אז ר' אביש זאל זיין דער מ"מ, (גיי ווייס!!!)
פינקט אזוי אמת ווי דער בירך משה האט געשריבן די צוואה אז רז"ל זאל זיין מ"מ. (גלייבסט טאקע אלע שטותים)?
גוטזאגער, אפשר זאגסטו מיר וואס ארט די בערשונים אז ר' אביש
וועט האבן א גרעסערע מצבה פון ר' בעריש, הא?
געוואלד און געשריגן... ער לעבט און דער עלטערער ברידער נישט. נאך זיינע 120, קען ער האבן אזא מציבה ווי ער וויל.
און אפשר איז גאר א בזיון פאר ספינקא אז ר' בעריש זאל האבן די זעלבע מצבה
ווי רבי הערשעלע זצ"ל,
דאס אז ר' אביש האט זיך געזעצט אויפן פאטערס ארט איז סאך א גרעסערע בזיון. (אין מיינע אויגן. ער האט זיך אויפגעווירט ערגער ווי א שחור, ווען זיין ברידער איז געווען שטערבליך קראנק. דאקטוירים האבן זיך געווינדערט אז דער יונגערער ברידער וויל ניטאמאל לאזט טשעקן זיין "מארך". צו ראטעווען זיין עלטערע ברידער. - דאס איז א בזיון פאר הצדיק הקדוש רבי הערשעלע זי"ע.
על כל פנים די מחלוקה איז זיכער א בזיון גדול
פאר רבי בעריש ז"ל און דאס דארף סטאפן
לאז ער נאכגעבן די מציבה ושלום על ישראל.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 23:33 |
|
| |
גוטזאגער,
איך אליין וואלט נישט געקענט באשטעטיגן מיין תגובה
אזוי גוט ווי דו האסט דאס דא געטוהן,
מיט דיינע שטותים נוראים האסטו נאר קלאר באשטעטיגט
אלעס וואס איך האב געשריבן,
יישר כחך.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 23:39 |
|
| |
איך הייב אן קלערן, אז יענער פון בחצרות מיינט אפשר דיך...
ווען ער שרייבט אז די חסידים פון רבינו שליט"א נעמען זיך פאר אביש, ווייל אביש איז נוטה צו אונז.
ער איז אפשר גערעכט. ס'איז אבער א פינסטער בזיון.
ווייל ער איז א גנב.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/10/2007 23:52 |
|
| |
גוטזאגער, וואס איז די בזיון אז רבינו שליט"א האט איהם אזוי ווארעם באגריסט נאך די הקפות מיט ביידע הענט מיט א גרויס שמייכעל געבענדיג ברכת קדשו
זעהט אויס אז די בערשונים האבין שוין ווייטער די בעקעריי אפען, א פרישע פורים תורה וואס קיינער האט נאך ביז היינט נישט געהערט, ר' אביש האט נישט געוואלט געבען מארעך פאר די ברידער
די דערמאנסט מיך די מעשה וואס די קלז"ב חסידים רופען רבינו בעל דברי יואל/ויואל משה/ עה"ג ועה"ת א רוצח ווייל ער האט געהארגעט זייער רעבינס קינדער ביים קריג
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 00:00 |
|
| |
אז די האסט נישט געהערט, איז נישט אזא עבירה.
אבער אז דער יונגערער ברידער זאל לאזן זיין עלטערן ברידער אויסגיין... דאס איז אומדערהערט!
לייג מיר נישט אריין ווערטער, אז אביש האט גע'הרג'ט זיין עלטערן ברידער.
ער האט אבער עובר געווען אויפן לא תעמד על דם ריעך ! (אחיך...!) מיט א קאלטבלוטגיקייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 00:01 |
|
| |
גוטזאגער,
ווי האסטו געזעהן אז איך נעם מיך אן פאר ר' אביש?
להיפוך, איך האב מיך אנגענומען פאר רבי בעריש'ס כבוד,
איך שרייב קלאר אז איך האלט נישט מיט מיט די ספינקא פאליטיק,
און איך ווייס נישט וואס עס איז געווען דער רצון פון רבי הערשעלע זצ"ל בנוגע מ"מ,
מיין פוינט איז זייער פשוט, אויב האסטו טענות, דאן שיק א הזמנה לדין,
אזוי ווי אין סאטמאר, באבוב, תולדות אהרן, קראסנע וכו'
און דיין מיינונג ווער ס'איז גערעכט און ווער ס'איז א גנב איז
לגמרי זינלאז, דיין מיינונג איז קיין מיינונג,
און דער פאקט אז מען האט נישט געשיקט קיין הזמנה לדין תורה
ווייזט קלאר אז ידיכם על התחתונה,
און דאס שלעפן די לוי' און די הקמת המצבה און די גאנצע מחלוקה
איז א געוואלדיגער בזיון פאר די נשמה פון רבי בעריש ז"ל,
והדברים פשוטים מאוד,
איך האב א OPEN MIND אין די גאנצע פרשה,
און די ביסט מלא שנאה ורוגזה אויף ר' אביש און דריבער
ביסטו זייער איינזייטיג,
גואזאגער, כפי שיטת הזאלונים, ביסטו א פערפעקטער קאנדידט צו זיין דער
דיין ביי די דין תורה אין ספינקא, סא, LETS GO.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 00:14 |
|
| |
האקט נישט אין קאפ אריין.
די קינדער פון ר' בעריש ז"ל זענען א באנדע ילדים קטנים און דרייען א קאפ, יעדן טאג שפרינגען זיי אויף מיט אנדערע שטותים און בעלאניס, אלעס צו פארשעמען ר' אביש שליט"א, און צו קענען וויינען און שרייען דא אויף הייד פארק .
מאכט צו די אויגען און שטעלט אייך פאר אז די אהרונים זענען בעל הבית אפען בית החיים און ר' זלמן מאכט צו די אויגען... וואלטן די אהרונים געלאזט לייגן די זעלבע מציבה פון רביה"ק בעל ברך משה, דאס זעלבע איז ווען די זאליס זאלן האבן די בית החיים פארקערט.
טא וואס איז ספינקא אנדערש?
בנוגע די ספינקא תלמוד תורה אויף בעדפארד עוו. איז געליגען טאקע אויף ר' בעריש נאמען, אבער די ספינקא בית המדרש און די הויז פון ר' הערשלע ז"ל איז געליגען אויף ר' אביש נאמען צוזאמען מיט משפחת שטיינמץ, אז די ת"ת באלאנגט פאר ר' בעריש, איז די ביהמ"ד באלאנגט פאר ר' אביש.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 01:07 |
|
| |
יעקעלע און די אלע פארטיידיגערס פון ר' אביש ירום הודו.
איר זענט אומוויסענדיג אויף פארשידענע חלקים פון די מחלוקה, איר ווייסט נישט די פאקטען און נישט די מאטיווען אונטער די פאקטען, איך וועל אנהייבען מיט אביסעל בעקגראונד אינפארמעישען.
צו ווייסט איר אז הרה"צ ר' בעריש זצ"ל האט געקויפט א חלקה בערך 100 פיס אוועק פון די חלקה פון ספינקא???
ווען האט ער דאס געקויפט??
פארוואס האט ער דאס געקויפט??
צו ווייסט איר אז הרה"צ ר' בעריש האט געלאזט צוואה בשנת תשס"ו ווען עס איז אנטדעקט געווארען ביי אים די ביטערע מחלה אז מען זאל אים נישט לייגען אין טאטענס אהל נאר אין זיין אייגענע חלקה???
פארוואס האט ער זיך מיישב געווען און מקבר געווען אשתו הרבנית ז"ל אין אהל פון זיין הייליגען טאטען???
דאס איז בנוגע די ביה"ח
צו ווייסט איר אז ר' אביש איז געקומען מנחם אבל זיין אחיו הרה"צ ר' בעריש זצ"ל על פטירת אשתו??
צו ווייסט איר אז זינט דאן האט הרה"צ ר' בעריש מכבד געווען און אויפגענומען בכבוד גדול ר' אביש'ן ביי יעדע געלעגענהייט???
ר' אביש האט באקומען בענטשען ביי שבת שבע ברכות ביי הרה"צ ר' בעריש זצ"ל'ס אינגסטע זין חשון תשס"ו????
איבער וואוס האט אויסגעבראכען די פרישע פייער פון מחלוקת???
ווען מען האט
פארוואס איז שוין ר' אביש נישט געקומען סוף אלול צו די הכנסת ספר תורה וואס זיין עלטערער ברודער האט געמאכט בשארית כוחותיו???
און איצט איבער די לווי'
וואס איז געווען דער אפמאך אין שפיטאל לפני יציאת נשמה??
וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צופרי דער פאקט אויפען בית החיים??
וויפיל אזייגער איז מען געוואר געווארען פונעם פראבלעם??
וויפיל צייט איז געווען פון ווען מען האט פארלאנגט צו פארעכטען דעם פראבלעם ביז די באשטימטע זמן פון די לווי' (וואס האט געגעבען די מעגליכקייט אלעס צו פארווישען שטילערהייט)??
ווי אזוי איז דער קבר געווארען מסודר סוכ"ס נאך עטליכע שעה ווארטען??
ווען איז נולד געווארען דער פראבלעם מיט די מציבה?
וואס איז געווען מיטען ערשטען מציבה פערמיט וואס ר' אביש האט געגעבען פאר הרה"צ ר' ישראל האגער?? און פארוואס האט מען געדארפט א צווייטען פערמיט??
וואס איז די סטאטוס אויפען יעצטיגען מאמענט???
ווען איך וועל ענדיגען מיט באשרייבען די פרטים, וועלען מיר צוביסלעך אנהייבען אריינצוגיין אין ר' אביש'ס 50 יעריגע היסטאריע און די 20 יעריגע מחלוקה...
ובזה החלי
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 01:23 |
|
| |
די משוגעים וועלן פארדרייען דעם שמועס וויפיל זיי קענען אבער זיי וועלן בשום אופן נישט ענטפערן מיין שאלה:
אן נעמען א צד אין די מחלוקה, פארוואס גייט אן פאר ר' אביש שליט"א אז דער עלטערער ברודער באקומט פונקט אזא גרויסע מציבה ווי זיין טאטע?
זאל ער נאכגעבן דעם פוינט, והכל על מקומו יבוא בשלום.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 01:40 |
|
| |
איך האב דיר זייער פשוט גענטפערט.
די קענסט נישט ליינען?
און נאכמאל הערט אויף מיט די שטותים און וויינערייען די גאנצע זאך איז שטותים און קינדערישע מעשים עס פאסט פאר כתה א' אינגלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 01:48 |
|
| |
יעקעל אלס וועטעראן שרייבער וועל איך דיר געבען דעם כבוד און ענטפערען קודם דיינע טענות על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, אבער איידער וואס ווען אביסעל היסטאריע פונעם נישט ווייטען עבר.
חודש אב תשנ"ז לפק האט הרה"ק מספינקא זצ"ל אויסגעהויכט זיין הייליגע נשמה אויף א הויכען אופן למעלה מהשגתינו וואס ממש נאר יחידי סגולה האבען די זכי' צו דעם.
תיכף נאך די לווי' האט הרה"צ ר' בעריש זצ"ל מגלה געווען אז ער פלאנט אוועק צוגיין פון ביתהמדרש און זיך עפענען א נייעם קרעמעל למען השלום און צו האלטען הייליג זיין טאטענס נאמען אז עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת אין ספינקא. ער האט נישט פארפירט אין די גאס און נישט אין בית המדרש, זיך אנגענומען א מויל מיט וואסער און געגאנגען זיין וועג בשלום ובשלוה זיך נישט געקריגט מיט קיינעם און איבערגעגעבען בכבוד גדול די גאנצע קהלה און חסידים פאר זיינע 2 ברודערס ר' אביש און הרה"צ ר' אייזיק שליט"א.
ער איז געקומען ווייטער יעדען פרייטיג צונאכטס צו ליכט בענטשען זאגען א גוט שבת פאר די מאמע אינאיינוועגס האט ער זיך שוין אויך באגריסט מיטען ברודער וואס איז אייביג פערצופאל פונקט דאן געזיצען אויפען טאטענס בענקעל אין ספרים שטוב און געלערענט בשעת הדלקת הנירות.
לכאורה איז געווען שלום ושלוה, עד שקפצה רוגזו של ר' אביש און ער האט בעצם שמיני עצרת ארויסגעווארפען זיין שותף און ברודער הרה"צ ר' אייזיק פון בית המדרש כידוע לכל.
דאן האט אויסגעבראכען די ערשטע מחלוקה אין ספינקא.
אפילו א בלינדער וועט מוזען מודה זיין אז אויב מחלוקת אין ספינקא איז דאס ר' אביש גורם און נישט הרה"צ ר' בעריש זצ"ל.
(דרך אגב, יענעם יום טוב האט הרה"צ ר' בעריש אריבערגעשיקט פאר הרה"צ ר' אייזיק אלע צרכי יום טוב אינמיטען יום טוב)
בשנת תשנ"ט נאך א פארצויגענע מערכה איבער דעם בית החיים סיי דורך רבנים און סיי דורך "ליידער" ערכאות לא עלתה בידו פון הרה"צ ר' בעריש אז דער בית החיים זאל איבערגעגעבען ווערען פאר אלע געשוויסטער האט הרה"צ ר' בעריש שליט"א זיך געקויפט א חלקה אויפען זעלבען בית החיים בערך 100 פיס אוועק פון די ספינקא חלקה און געשריבען צוואה אז מען זאל אים דארטען מקבר זיין לאחר אריכת ימיו ושנותיו. ווען הרה"צ איז ליידער קראנק געווארען בחורף תשס"ו האט ער מוסיף געווען אז אפילו אויב אלץ "מה יאמרו הבריות" וועט ר' אביש לאזען מקבר זיין אין אהל, וויל ער דאך נישט פאר פארשידענע טעמים איינע פון די טעמים איז געווען אז ער וויל אז זיין רעביצין זאל ליגען צוזאמען מיט אים און אויב אים וועט ר' אביש לאזען מקבר זיין ווייל ער איז אוועק אזוי טראגיש יונג און עס וועט אויסקוקען שלעכט אויף די גאס, אבער זיין רעביצין קען נאך מאריך ימים זיין און דאן וועט דער לחץ פון "מה יאמרו הבריות" נישט זיין אזוי שטארק און מען וועט איר מעגליך נישט מקבר זיין אין אהל ממילא וויל ער אויך נישט זיין אין אהל פון זיין הייליגען טאטען.
Fast forward
ווען הרבנית הצדיקת ז"ל איז ליידער אוועקגעריסען געווארען באופן פתאומי אויף א טראגישען אופן און הרה"צ ר' בעריש איז אויך פארוואונדעט געווארען און געלעגען אין שפיטאל מיט יסורים נוראים סיי פון די ביטערע מחלה ליידער און בנוסף צו די שווערע איבערלעבעניש פון דעם עקסידענט זענען אחיו הרבנים הרה"צ ר' אייזיק והרה"צ ר' נפתלי אריבערגעקומען אין שפיטאל אין זייער הארץ איז צוריסען געווארען פון דעם שווערען מצב אין וואס זייער עלטערע ברודער געפינט זיך ליידער.
וועלענדיג אביסעל גרינגער מאכען דעם ברודער אין זיין ביטערען בראך האבען זיי געשפירט אז אויב זיי וועלען ערלעדיגען אז מען זאל מקבר זיין די רבנית אין אהל וועט עס אביסעל פארלייכטערען איבערצוטראגען דעם בראך.
הרה"צ מקראלי האט אנגערופען ר' אביש און ערלעדיגט אז מען זאל קענען מקבר זיין הרבנית הצדיקת אין אהל הקדוש. מיט א פרייליכען געמיט איז ער אריבערגעקומען צו הרה"צ ר' בעריש אין שפיטאל צוזאמען מיט אחיו הרה"צ ר' אייזיק און די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש און אים איבערגעגעבען די בשורה נוראה אז זיין רעביצין איז נפטר געווארען און בד בבד אים געזאגט אז מען האט שוין גערעדט מיט ר' אביש אז מען קען איר אריינלייגען אין אהל הקדוש.
הרה"צ ר' בעריש האט זיך אנגערופען איך וויל נישט ליגען אין קרקע גזולה און איך וויל נישט אז מיין רעביצין זאל ליגען אין קרקע גזולה, דער בית החיים באלאנגט נישט פאר מיר און נישט פאר ר' אביש עס באלאנגט פאר אלע יורשים און ווי לאנג מען צוטיילט זיך נישט איז דאס קרקע גזולה און איך וויל מען זאל מקבר זיין די רעביצין אין מיין אייגענע חלקה.
אחיו האדמורים מיט די הילף פון הרה"צ אב"ד סאטמאר ב"פ ובניו הרבנים הגאונים הרב ר' יוסף, הרה"צ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק און הרה"צ ר' מרדכי אהרן האבען ארומגעארבעט עטליכע שעה אין די נאכט ביז פארטאגס און אויסגעארבעט א שטר קבלת קנין ומכירה. אין דעם שטר האט מען צוטיילט די ירושה פונעם אהל, מען האט אויסגעמאלען א מאפע ווי א יעדעס קינד וועט האבען זייער חלק לאמוע"ש, יעדער האט מקבל קנין געווען און יעדעס חלקה איז געווארען די אייגענטום פון דעם בעל הקבר. היינו הרה"צ ר' בעריש האט קונה געווען און אלע ברודער האבען אים מקנה געווען זיין חלקה אין זיין רביצינס חלקה וכן הלאה אויף יעדען קבר.
די קבלת קנין איז געווען בפני עדים מיט א שטר וואס הגה"צ אב"ד סאטמאר בארא פארק, ובנו הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ אב"ד וויזניץ מאנסי והרה"צ מתולדות צבי וקראלי האבען אויסגעארבעט מיט א הלכהדיגען תוקף.
נאר נאכדעם וואס אלע ברודער האבען מקבל קנין געווען איז מען געגאנגען צו די לווי' פון די רעביצין ז"ל.
המשך יבא.
תמצית, די קברים פון הרה"צ ר' בעריש ואשתו הרבנית איז לכל הדעות זיין אייגענע קרקע. כאטש על פי חוקי המדינה איז דאס פארשריבען אויף קהל בית יצחק וואס איז אונטער ר' אביש.
_________________
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/10/2007 1:49:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 02:03 |
|
| |
נאכדעם וואס ר' אביש האט אים מקנה געווען זיין חלקה אויפען בית החיים האט הרה"צ ר' בעריש בטוב לבו זיך באדאנקט פאר אים און האט אים אויפגענומען בכבוד גדול ווען ער איז געקומען מנחם אבל זיין און ווען זיי האבען זיך געטראפען און מען האט געמיינט אז די אומשטענדען האבען שוין צוגעברענגט אז עס זאל ווערען שלום ושלוה אן קיין שווער הארץ פון ברודער אויף ברודער.
אבער ..... כים נגרש, ר' אביש האט געשפירט אז דער ברודער קען שוין אפשר האבען א צל של ספק אז ר' אביש איז שוין צופרידען וואס ער האט דערלעבעט און מער וועט מען נישט האבען קיין רדיפות פון אים. איז געקומען בתוך השבעה האט הרה"צ ר' בעריש געשיקט צו ר' אביש איבערקוקען דעם נוסח המציבה, (ר' אביש דארף געבען דעם פערמיט אז מען זאל קענען לייגען די מציבה און דארף עפראווען די נוסח המציבה).67
כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו, נישט אראפשלינגענדיג דעם פאקט אז ער האט געמוזט אריינלאזען זיין ברודער און רביצין אין אהל הקדוש האט ער אנגעהויבען מעקען און שרייבען אויף די מציבה כאדם העושה בתוך שלו. הרה"צ ר' בעריש האט זיך געבעטען צו אים, האסט מקבל קנין געווען אז דאס איז מיין חלקה, וואס גייט דיך אן וואס איך שרייב?? אבער היא בשלו האט ער אין די שבעה געפייניגט זיין קראנקען ברודער וואס באגראבט נעבעך זיין ווייב אין אינגען עלטער פון א טראגישען עקסידענט, די צובראכענקייט פון הרה"צ ר' בעריש איז נישט צום באשרייבען, ער האט נאך א חתן אין שטוב און ער לעצמו איז על סף המות די קינדער בלייבען קיילעכיגע יתומים און דא קומט דער אינגער ברודער מיט א שטיינערנעם הארץ אים פייניגען על לא עול נאר כדי צו ווייזען איך בין בעל הבית און פארדעם דארף זיך דער קראנקער ברודער ארום רייסען אויף יעדען ווארט פון די מציבה וואס ער שטעלט אויף זיין אייגענע חלקה וואס ער האט קונה געווען.
ליידער האט גארנישט געהאלפען ביז אנשי הרה"צ ר' בעריש האבען געזאגט פאר ר' אביש, טויט אדער רויט, די מציבה גייט ווערען ארויפגעשטעלט ככלות השבעה מיט ראיאטען און מיט הריגות אבער די מציבה וועט ארויפגיין. ר' אביש האט פארשטאנען אז די וועלט וועט דאס נישט פארשווייגען האט ער בלית ברירה געגעבען דעם פערמיט ארויפצושטעלען די מציבה וואס מען האט טאקע געשטעלט ככלות השבעה.
(קורא נכבד, יעצט וועט איר שוין אביסעל פארשטיין פארוואס הרה"צ ר' בעריש האט געלאזט צוואה אז מען זאל נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז מען האט א פערמיט אונטערגעשריבען פון ר' אביש... ווי איך וועל נאך ווייטער מסביר זיין)
מיינט איר אוודאי אז מיט דעם האט זיך דאס גענדיגט, ווארט נאר צו זען ווי ר' אביש האט זיך נוקם געווען אויף דעם.
_________________
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 19/10/2007 2:03:30
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 02:03 |
|
| |
ביטע נישט פארגעסן אז ר' בעריש ז"ל האט זיך אייביג דערווייטערט פין מחלוקת . אין אויך הרה"ק ר' הערשעלע זצוק"ל וואס האט אייביג געזוכט קיינער זאל נישט רעדן אין וויסן פין אים,
יענקעלע11, שרייב נישט קיין סטיעטמענטס בשם כ"ק מרן אדמו"ר מקראלי שליט"א ווייל נישט די אין קיינער האט פין אים נישט געהערט ... ער נעמט נישט קיין שטעלע אין לאזט די גרויסע ספינקא קהילות זיך שלאגן צווישן זיך !
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/10/2007 2:28:39
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 02:08 |
|
| |
דרך אגב, איינע פון די זאכען וואס ר' אביש האט פארפירט איז געווען אז מען האט געשריבען אויף די מציבה א פסוק קמו בניה ויאשרוה בעלה ויהללה און אז מען האט געשריבען "ושם אמה ריזל" מיט די טענה אז "דער טאטע האט נישט געהאלטען דערפון און איך קען דאס נישט באגלייטען".
ארויסקומענדיג אויפען בית החיים צום הקמת המציבה זענען די באגלייטער ערשטוינט געווארען צו זען ווי אזוי אויף עטליכע קברים איז דא פסוקים מיט די מאמעס נעמען, סיי פון קברים פאר תשנ"ז און סיי נאכדעם.
דער ....... האט מיטאמאל געהאט די מינדעסטע בושה פון פייניגען דעם קראנקען ברודער אויף אזא מילתא דעבידא לגלויי.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 02:12 |
|
| |
יענקעלע,
ווער רעדט פון א די"ת דא? אוודאי וועט ר' אביש געווינען, די ביה"ח איז דאך זיינס און ער קען טאן וואס ער וויל! מען רעדט נאר פארוואס אים באדערט נאכצוגעבען פאר זיין ברידער א גרויסע מציבה און אים נישט פארשעמען לאחר מותו.
|
|
|
|
|