|
|
| נשלח ב-19/10/2007 03:54 |
|
| |
יעקעל, (איך באצי מיך צו דיין ערשטע תגובה) איך פארשטיי אז די "בערשונים" מאכען דיך נערוועז, די עצה איז צו איגנארירען א נושא וואס די קענסט נישט און עס נערווירט דיך, ברוך השם די האסט מיט וואס אנצופילען דעם טאג אן אדורכליפטערען דעם נושא, לאז געמאך און לאז אנדערע וואס ווערען נישט נערווירט דרעשען אין דעם נושא.
ר' אביש איז בעל הבית אויף פאפיר לעגאל, אבער על פי תורה האט ער מקנה געווען און הרה"צ ר' בעריש האט קונה געווען זיין און זיין רעביצינס חלקה. ממילא על פי תורה קענען בני הרה"צ ר' בעריש לייגען די מציבה וואס זיי ווילען, אבער ליידער אין ניו דזשערסי ווערט די תורה נישט אנערקענט דורך די פאליציי נאר די געזעץ און לעגאל איז ר' אביש בעל הבית.
אויב ר' אביש וויל גיין צו דין תורה ווייל ער קען באקומען די בעדפארד בילדינג און די קעמפ, האט ער געהאט א געלעגענהייט שוין יארען צוריק ביים סיכסוך איבערען בית החיים דן צו זיין דערויף.
איך האף מארגען צו זיין א ביסעל פריי וועל איך אראפברענגען אויסצוגען פון די אומדערהערטע רשעות'ן וואס ר' אביש האט אפגעטון אין משך פון די יארען, לאו דוקא בנוגע זיין ברודער הרה"צ ר' בעריש נאר אויך איבער אנדערע ענינים.
וויכטיג צו באטאנען, אז אין משך פון די אלע יארען בין איצט האבען הרה"צ ר' בעריש'ס מענטשען קיינמאל נישט באשמוצט ר' אביש'ן, און אז איצט האט דאס אזוי מיאוס געפלאצט איז דא א סיבה צו דעם המקרא הזה אומר דרשוני. טאמער זענען דאס סתם הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער ווילדע חיות וואס האבען נישט וואס צו טון נאר צו פארשעמען זייער טאטען און אפהאלטען זיין לוי' פאר גארנישט און פארנישט, אזעלכע ווילדע פארשוינען, ווי אזוי האבען זיי זיך איינגעהאלטען די לעצטע 10 יאר און קיינמאל קיינמאל גארנישט מבזה געווען ר' אביש'ן???????
פרובירט אויסצוטרעפען אן ענטפער אויף די קשיא...... איך וועל איך געבען א סימן עס הייבט זיך אן מיט אן אלף .. און ענדיג זיך מיט א ...שין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:04 |
|
| |
פראגע נומ. 1, פארוואס ווען ר' אביש האט עפעס נאכגעגעבן
איז דאס:
"ומלאך ... בעל כרחך יענה אמן"
האט ר' אביש "געמוזט" מסכים זיין צו אלעם
ווייל ער האט געוואוסט אז אויב נישט וועט מען אויפהאלטען די לווי'
און עס וועט ווערען אן איבערקערעניש.
וכדומה,
און ביי די בני רבי בעריש שרייבסטו אז
נאך קורצע באראטונגען האט די משפחה "למען השלום"
מסכים געווען דערויף "לפנים משורת הדין".
אפשר איז פארקערט, ר' אביש האט נאכגעגעבן לפנים משורת הדין,
און די משפחה האט על כרחם געדארפט נאכגעבן?
פראגע נומ. 2, אויב איז אמת אז מען האט מקבל קנין געווען
און דער חלק באלאנגט צו משפחת רבי בעריש פארוואס איז נישט
תיכף ארויס א הזמנת בית דין לדין תורה,
און פארוואס זאגט דער קראלער רב אז ר' אביש האט אלעס "תיכף נאכגעגבן"
איך האב דאס אליין געהערט מפיו, (אין אישי האט מען מיר געשריבן אז ר' ישראל
האגער זאגט אויך אזוי נאר איך האב דאס נישט וועריפייד),
פראגע נומ. 3, וואס א נפקא מינה צו ר' אביש האט נאכגעגעבן פרייוויליג
צו בעל כורחו, למעשה איז נאר געבליבן די חתימה אז ער וועט נישט האבן קיין
גרעסערע מצבה פון רבי בעריש, איז דאס ווערט א בזיון הנפטר?
דא האט מען טענות פארוואס קען נישט ר' אביש ביישטיין אז רבי בעריש
זאל האבן א גרעסערע מצבה, איז דאך די זעלבע קשיא אויף די בערשונים,
וואס ארט אייך אז ר' אביש וועט האבן א גרעסערע מצבה?,
און למעשה איז אזוי, די מחלוקה האט זיך נישט אנגעהויבן היינט צוטאג,
און נישט ביי די לוי', ס'איז תיכף נאך די פטירה פון רבי הערשעלע זצ"ל
האט ר' אביש גטענה'עט כולו שלי און רבי בעריש האט למען השלום צו
ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה האט זיך געפענט א אייגן בית המדרש,
נו, למעשה האלט ר' אביש (מיט רעכט צו אומגערעכט אז ער איז דער ריכטיגער
מ"מ פון זיין טאטן, און למעשה האלטן אזוי רוב חסידי ומתפללי ספינקא,
יעצט וואס האט מען געוואלט? אז די בני רבי בעריש וועלן איבערציען דאס שטריקל
און ר' אביש זאל אלעס נאכגעבן?, איינער האט זייער פיין ארויסגעברענגט,
און סאטמאר אויב איינער זאל האבן דעם פולן בעלות אויפן בית החיים וואלט ער דען
געלאזט אז דער צד השני (זאל נישט פאקומען) זאל עפעס א מצבה וואס זאל אויסזעהן
ווי יענער איז דער ממלא מקום?, זיכער אז נישט,
למעשה כפי דברי הרב מקראלי האט ר' אביש אלעס נאכגעגעבן
און די משפחת רבי בעריש ניצן אויס דעם מצב פאר א נקמה אקט
און כדי להבאיש ריח פאר ר' אביש,
א אינטערשריפט איז נישט ווערט קיין בזיון המת!!!
כן נראה לפי עניית דעתי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:13 |
|
| |
יעקל, כאמור וועל איך דיר ווייטער ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון. דיין צווייטע תגובה.
הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער פארלאנגען נישט די זעלבע מאס מציבה ווי פאר זיין טאטען, זיי בעטען אז ר' אביש זאל אונטערשרייבען אזוי ווי די אנדערע ברודער האבען אונטערגעשריבען אז פאר זיך וועט ער אויך לייגען די זעלבע מציבה ווי ער לאזט לייגען פאר הרה"צ ר' בעריש, וואס דאס איז קלענער פון זייער טאטענס.
דרך אגב ווען מען האט דן געווען אויף די נושא, האבען בני הרה"צ ר' בעריש געזאגט אז אין די גאנצע וועלט אין סאטמאר און אין אייראפע האט מען געלייגט פאר קינדער און אייניקלעך אין זעלבען אהל די זעלבע מאס מציבה, האט ר' אביש זיך אנגערופען אז אין ספינקא נישט. האט הגה"צ ר' ז"ל מייזליש דומ"ץ סאטמאר ב.פ. געפרעגט ר' אביש צו ער איז שוין געווען אויף די קברים פון איינע פון די ספינקע זיידעס, און דער עולם האט אויסגעשאסען אין געלעכטער.
(כידוע האט מען מפנה געווען דעם אמרי יוסף אויף א"י נגד רצונו פון הרה"ק ר' הערשעלע און הרה"ק ר' הערשעלע האט נישט געלאזט קיין צו זיין ציון אויפען הר הזיתים, און דער חקל יצחק איז אומגעקומען על קידוש השם אין אוישוויץ און ער האט ליידער נישט זוכה געווען צו קיין קבר)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:17 |
|
| |
סתם תיקון טעות דער אמרי יוסף ליגט נישט אויפען הר הזיתים
נאר אין בית החיים סגולה בפתח תקוה
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:20 |
|
| |
ענטפער נומ. 1 שתי תשובות בדבר. 1. ווען מען זעט אז ער האט פרובירט נאכען נאכגעבען אז די קבר זאל זיין אייניג, עס אראפצורוקען מיט 2 פיס, סופו הוכיח על תחלתו אז עס איז געווען כאילו כפאו שד. משא"כ די קינדער האבען דאן אויפען פלאץ געקענט באקומען וואס זיי האבען געוואלט והא ראי' אויפען פלאץ פאר די לוי' האבען זיי אלעס באקומען צום סוף וואס זיי האבען געוואלט, ממילא איז עס לפנים משורת הדין. די זעלבע זאך ביי די רעביצין ער האט נאכגעגעבען די פלאץ און נאכדעם אויסגעטיילט צרות אויף די מציבה אויף נישטיגע פאלשע זאכען וואס ער אליין האט ביי אנדערע מענטשען יא צוגעלאזט, צום ביישפיל פסוקים און די מוטערס נעמען, איז מוכח אז עס איז געווען מלאך .. יענה אמן.
2. על פי תורה באלאנגט עס פאר הרה"צ ר' בעריש זצ"ל אזוי ווי מען האט מקבל קנין געווען, ממילא בני הרה"צ ר' בעריש קענען טון וואס זיי ווילען על פי תורה. ממילא איז עס לפנים משורת הדין, ר' אביש וואס באנוצט זיך מיט זיין לעגאלען כח אפצוהאלטען פארשידענע זאכען איז מלאך ,, יענה אמן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:24 |
|
| |
ענטפער נומר. 2 ר' אביש האט תיכף אלעס נאכגעגעבען ביינאכט ווען הרה"צ ר' ישראל האגער האט אים איבערגעגעבען די פארלאנגען פון די משפחה, בפועל אבער צופרי ביים גראבען דעם קבר האט ער געטון אנדערש מיטען תירוץ אז די בלעך וועט זיין אייניג, ועיין לעיל ווי איך האב באשריבען דעם גאנצען הלך ילך.
פארוואס עס איז נישט ארויס א הזמנה לדין תורה פאר די לוי' חוה"מ, ווייל ווען מען האט געווארענט מיט א דין תורה איז פלוצלינג אלעס געווארען מסודר בדרך נס.
ליין איבער וואס איך האב געשריבען וועט די קשיא לכתחלה נישט שווער זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:29 |
|
| |
ענטפער נומ. 3 די חתימה וואס אלע ברודער ובתוכם הרה"צ מקראלי האבען אונטערגעשריבען פארלאנגט אז אלע ברודער זאלען האבען אייניגע מציבות. די טענה איז נישט פארוואס ער לאזט נישט הרה"צ ר' בעריש האבען א גרעסערע מציבה, די טענה איז פארוואס ער שטעלט זיך נישט צו זיך מתחייב צו זיין אז ער וועט נישט האבען פאר זיך קיין גרעסערע מציבה ווי די איבעריגע ברודער.
(הרה"צ ר' פישעלע הערשקאוויטש, וואס איז געווען זייער נאנט מיט להבחל"ח הרה"צ ר' בעריש האט געזאגט אז מען זאל דאס נישט נאכגעבען ווייל עס וועט ברענגען א בזיון המת פאר דורי דורות)
די טענה איז אויף ר' אביש אויב שרייבסטו נישט אונטער, דאן לאז די בני הרה"צ ר' בעריש לייגען די זעלבע מציבה ווי עס ליגט אויף זייער זיידען, וואס על פי תורה האבען זיי סיי ווי די רעכט דערצו ווייל אויף זייער טאטענס חלקה קענען זיי טון וואס זיי ווילען און שלום על ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:36 |
|
| |
דיינע שאלות מיין איך אז איך האב גענטפערט אויב האסטו נאך שאלות פרעג און איך וועל דיר ענטפערען בסבר פנים יפות.
דאס וואס די שרייבסט אז בני הרה"צ ר' בעריש האבען איבערגעצויגען דעם שטריקעל, אדרבא, זאג מיט וואס זיי האבען איבערגעצויגען דעם שטריקעל.
דעם פארגלייך מיט סאטמאר איז אינו דומה, אין סאטמאר איז א מלחמה דא האט הרה"צ ר' בעריש נישט געפירט קיין מחלוקה מיט ר' אביש. ועוד דא האט יעדער מקבל קנין געווען אויף זייער אייגענע חלקה, ועוד דא רעדט מען נישט פון מאכען אויסזען ממלא מקום, מען רעדט פון מאכען די מאס פון די מציבות פון די ברודערס אייניג, און קלענער פונעם טאטענס מציבה.
פארוואס האלטסטו נישט אז ר' אביש האט איבערגעצויגען דעם שטריקעל מיטן שטיקעל פון אראפריקען דעם קבר אנדערטהאלבען צו צוויי פיס.????
אויב הרה"צ ר' בערישס קינדער זענען סתם ווילדע חיות, ווי זענען זיי געווען ביז היינט, זיי האבען די אלע יארען נישט מבזה געווען ר' אביש'ן אפילו איינמאל אין משך פון 10 יאר.
דרך אגב אין די קומענדיגע 10 טאג וועסטו אפשר ווערען בארעכטיגט צו זאגען אז זיי זענען חיות, אבער געדענק אין אדם נתפס על צערו ווען ר' אביש ציט איבער דעם שטריקעל קען ער נאר זיך אליינס באשולדיגען און ער וועט נישט קענען האבען קיין טענות אויף קיינעם נאר אויף זיך אליינס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:51 |
|
| |
וואס די ברענגסט נאך פון השם יעזור, איז שטותים והבלים און שקרים.
איך האב שוין באשריבען בקיצור ווי אזוי די גאנצע הלוך ילך איז געווען, זיין נארישען תירוץ אז מען האט געמאכט א טעות און געוואלט לייגען די מציבה אויפען קאפ איז אויך א ליצנות, די בית החיים ווייסט אז ווען מען באשטעלט אז די 2 מציבות זאלען זיין אין די זעלבע שורה מיינט דאס אז די מציבות זאלען זיין בערך אין די זעלבע שורות נישט אריינציר מיטען תירוץ אז מען וועט עס לייגען אויפען קאפ. ועוד אויב עס איז געווען אזא פשוטע טעות, האט מען שוין 9.30 ווען הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש האט אויפמערקזאם געמאכט אויף דעם טעות צו מר. אויערבאך דאס געקענט פארעכטען, און דאס וואלט איינגעשפארט די גאנצע עגמת נפש.
נאכדעם שרייבט ער אז די בני הרה"צ ר' בעריש האבען פארלאנגט נאך און נאך זאכען און וואס מער מען געט זיי נאך בעטען זיי נאך.
אפשר קען איינער קלאר מאכען וואס נאך האבען זיי געבעטען אויסער דאס אז אלע ברודערס זאלען אונטערשרייבען אז זיי וועלען האבן די זעלבע מאס מציבה ווי הרה"צ ר' בעריש.
דאס איז די איינציגסטע בקשה און די ערשטע בקשה וואס זיי האבען זינט די פטירה פון זייער טאטען.
פון וואס האט ר' אביש אזוי מורא דאס נאכצוגעבען????????
די פלאץ און די אנדערע זאכען איז שוין געווען אפגעמאכט לפני פטירתו נאך זונטאג חוה"מ, דאס אז ר' אביש האט געמאכט א חוכא וטלולא פונעם אפמאך דורך אראפרוקען דעם פלאץ דאס מיינט נישט אז די קינדער פארלאנגען נאך זאכען.
איין קלייניקייט בעטען די קינדער פונעם פעטער שטעל דיך צו ווי אלע ברודער און ווי פארשטענדליך אז אלע וועלען האבען אייניגע מציבות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 04:57 |
|
| |
האטווייער.
די בעקעריי איז נישט אפען און די ווייסט אליינס דעם אמת אז ר' אביש האט נישט געוואלט געבען קיין סעמפעל ווען מען האט געדארפט פאר די מעראו טרענספלענט. יא מען האט זיך געבעטען בתחנונים ביי די געשוויסטער אז זיי זאלען געבען א סעמפעל ווייל מען דארף טרעפען א מעטש פאר די טרענספלענט, און אומגלויבליך אז ר' אביש און 2 שוועסטער וואס זענען אינגאנצען סרים למשמעתו האבען נישט געגעבען קיין סעמפעל בשום אופן.....
צו דאס וואלט געהאלפען צו נישט ווייס איך נישט אין בין נישט אין הימעל, אבער דאס רשעות דערפון איז אין לשער.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 05:47 |
|
| |
איך וויל פרעגן די ארונים וואס זיי וועלן זאגן אויב און ווען דער קאורט וועט פסק'ענען אז די ביה"ח באלאנגט פאר סאטמאר, צי זיי וועלן אויך זיין אזעלכע שיפעלע זיבעלעך למוע"ש פון זייער רבי'ן, און זאגן אז סאטמארער רבי שליט"א איז בעה"ב אויפן ביה"ח, און ער האט אלע רעכטן איינצוטיילן וויאזוי מען זאל באגראבן זייער רבי'ן און וואסערע מציבה מען זאל לייגן אויף זיין קבר.
איז פארהאן איין הוה אמינה אז די ארונים וועלן זיך צושטעלן און טאן וואס סאטמאר וועט פארלאנגען? אודאי נישט! זיי וועלן פייטן מיט די הענט און פיס, כדרכם פון די נידריגע טעראריסטן. איז ווי האבן זיי די חוצפה צו פארלאנגען פון ר' בעריש אז ער מוז פאלגן דעם יונגערן ברודער'ס פארלאנגען.
באמת אינטערסירט מיר די גאנצע פאליטיק אין ספינקע ווי א לאך אין קאפ, ווייל איך בין נישט קיין ספינקער חסיד נאר א סאטמארער חסיד, אבער איך וויל וויסן פארוואס די ארונים האבן דאבל סטענדערד. אין סאטמאר האבן זיי געבראכן ביינער און געטיילט מכות, געגאנגען און קאורט און מבזה געווען אידן, אבער אין ספינקע פארשטייען זיי אז ר' בעריש מוז זיין א שיינער איד, און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פון זיין עלטערן ברודער, ווייל יענער איז דער יורש.
אין ספינקע פארשטייען זיי אז רבי הערשעלע זצ"ל האט געמעגט איבערגעבן די ירושה פאר זיין צווייטן זון, אבער אין סאטמאר, ווען דער ברך משה האט עס געטון, שרייען זיי אז דער ברך משה איז געווען קראנק און נאך סאך ערגערע זאכן, רח"ל, וואס מען טאר ניטאמאל נאכשרייבן.
מאכטס אפ, ווען מוז דער עלטערער ברודער זיך בייגן צום יונגערן ברודער, און ווען מוז מען דעם יונגערן ברודער געבן מכות רצח אים צו ווייזן ווער ס'איז בעה"ב.
איך ווייס נישט. אפשר זענען די "בערשוינים" (יאנקעלע'ס אויסדרוק) טאקע די חיות, אבער ארונים טייערע, גיוו מי עי ברעיק. זייטס נישט קיין פיינע אידן אין ספינקע און חיות אין סאטמאר.
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 14:23 |
|
| |
אידעלע
איך וועל אנהייבען מיט דעם וואס די האסט געענדיגט
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
יעצט צום ענין:
איך בין אויך נישט אזוי באהאווענט אין די ספינקא פאליטיק מילא וועל איך נישט אריינרעדן,
אבער אין סאטמארע פאליטיק בין איך יא באקאנט און דא קען איך יא אריינרעדן.
די שרייבסט
אבער איך וויל וויסן פארוואס די ארונים האבן דאבל סטענדערד. אין סאטמאר האבן זיי געבראכן ביינער און געטיילט מכות, געגאנגען און קאורט און מבזה געווען אידן, אבער אין ספינקע פארשטייען זיי אז ר' בעריש מוז זיין א שיינער איד, און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פון זיין עלטערן ברודער, ווייל יענער איז דער יורש.
פון ווי נעמסטו דעיס אז די ארוינים זענען פאר ר' אביש?
די ארוינים האבען בכלל א צד?
די ארוינים האבען דא עפעס ארויסגעהאלפען אדער געשטערט אדער זיך בכלל וויסענדיג געמאכט פון די ספינקא מחלוקה???
כ'האב פאר דיר נייעס אז רוב ר' בעריש ז"ל באשטייט פון ארוינים, וואס האבען געטראפען דארט א מקום מקלט נאכ'ן אריינברענגען אין ראדני ענקער נועם המידות'ל מיט פאליס.
אלזא, קום מיר נישט אן מיט קיין מעשיות דא אז "ארוינים זענען פאר ר' אביש"
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/10/2007 15:23 |
|
| |
אלס איינער וואס האט נישט דאס מינדסטע שייכות, אדער קלארע ידיעה, בנוגע די גאנצע מחלוקת, וויל איך דא באצייכענען א זייטיגע נקודה.
עמיצער האט אויבן געשריבן אז דאס וואס ר' אביש האט נישט געוואלט געבן קיין מארך טעסט איז אין כלל פון "לא תעמוד על דם רעך".
אפגעזען דערפון וואס ר' אביש איז היינט היפש אראפגעקוקט אין די גאס צוליב די פרשה, און אפגעזען דערפון וואס איך האב קיין אנונג אויב די מעשה האט בכלל עפעס א האפט, איז נישט אויסגעהאלטן צו שרייבן אז ווער ס'וויל נישט געבן קיין מארך טעסט איז עובר דעם הארבן איסור. הלכה'דיג איז לכאורה גאנץ זיכער אז מ'איז נישט מחוייב צו געבן קיין מארך טעסט אדער אפילו מארך זעלבסט.
ס'זענען דא היפש אידן וואס שטייען ליידער אין די דאזיגע ביטערע דילעמא, און מעלדן מיט א זיכערקייט דעם באמבאסטישן סטעיטמענט וועט בלויז צוגעבן אומזיסטער דרוק אויף זייער געוויסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2007 04:01 |
|
| |
אז די ברך משה איז געווען געזונט דעמאלס..
פארוואס האט ער קיינמאל קיין תורה מער נישט געזאגט?
פארוואס ווען ר' שמואל אויבערלענדער אזי געזיצען ביי זיין טיש יעדע וואך 3 מענטשען אוועק פון אים האט ער אים גארנישט געזאגט, נאר פארקערט ער פלעגט אים שיקן קרייעם און אים געוונטשען מיט א פריילעך פנים?
פארוואס ווען ר' יוסף בראך האט געדאווענט לעבן אים יעדע וואך האט ער גארנישט געזאגט?
פארוואס ווען ער פלעגט זעהן ר' דוד הויער יעדע וואך ביים ארויף גיין צום ליינען שבת פלעגט ער אים גריסען א וגט שבת מיט פריילעךל פנים?
וכו' וכו'
ועל כולם פארוואס ווען כ"ק אדמו"ר שליט"א פלעגט גיין צו אים פלעגט ער אים אויף נעמען מיט די גרעסטע פרייד?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/10/2007 14:44 |
|
| |
א גוטע וואך און א גוטן חודש, און א גוט מארגן,
קודם וועלן מיר זיך באפאסן מיט אידעלע
און דערנאך וועלן מיר פראבירן צו ענטפערן א מער נארמאלע
תגובה פון אונזער פריינד ר' זיסקייט,
אינטרעסאנט אידעלע,
דו האלסט אז דער הייליגער ברך משה זי"ע איז געווען פאלקאם געזונט
עד יומו האחרון, סא, פארוואס וואונטש דו "מיר" אזא געזונט
לאמיר זעהן וואונטש דאס פאר דיין טאטע-מאמע, דיין זיידע און באבע,
דיר און פאר דיין ווייב און פאר דיינע זיסע קינדערלעך זאלן זיין אזוי געזונט
ווי דער ברך משה איז געווען,
אידעלע, געדענק!!! צו זיין נישט געזונט אויף די עלטער איז נישט קיין שום בושה,
ס'איז נעבעך א רחמנות אבער אבסעלוט נישט קיין בושה, אבער צו זיין
א עם הארץ און א ליידיגער שטריק, איז שוין ווי א בושה וחרפה,
|
|
|
|
|