איך וועל דיר ענטפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
הודעה 2#
אפשר זאגסטו מיר וואס פאר רשעות האבען די בני הרה"צ ר' בעריש געטון פאר די לוי'?
וואס האבען זיי געדארפט טון? לאזען זייער פאטער באגראבען ווערען נישט ווי דער אפמאך איז געווען? טאמער איז דא איינער וואס האט געקענט פארמיידען די שערורי' איז דאס געווען ר' אביש, ער האט געהאט די ברירה 10 צופרי צו פארעכטען און הייסען גראבען אזוי אז די מציבות זאלען זיין אייניג, ער האט דאך דאס סיי ווי נאכגעגעבען מיט 2 שעה שפעטער, ויפה שעה אחת קודם וואלט ער זיך איינגעשפארט די גאנצע קאפוויי, אויב וויל ער איינעם באשולדיגען קען ער נאר זיך אליינס באשולדיגען.
וואס מען האט געשריבען אויף ר' הערשעלעס מציבה איז דיקטירט געווארען דורך ר' אביש ממילא איז דאס נישט מאסגעבענד, אויפען אמרי יוסף'ס מציבה ווייס איך נישט וואס עס איז געשטאנען, איך ווייס אבער אז הרה"ק ר' הערשעלע האט איבערגעקוקט אלע מציבות אויפען בית החיים פארען מציבה שטעלען און ער האט געלאזט שרייבען. אויב וואלסטו געקענט הרה"ק ר' הערשעלע וואלסטו געוויסט אז ער האט זיך נישט גערירט קיין כי הוא זה פון מסורת אבות און ער וואלט נישט געלאזט ביי אים אויפען חלקה שרייבען זאכען וואס איז נישט אויסגעהאלטען.
ווען די דאקומענטען וועלען ארויסקומען און מען וועט זען נישט די "רודפי שלום" האבען אנגעמאכט יענע מחלוקה נאר ר' אביש, וועסטו מודה זיין צו מיר??
הודעה 4#
אז די ווייסט נישט רעד טאקע נישט, איך ווייס אבער יא און דערפאר רעד איך יא, און עס איז געווען א רשעות פאר א קראנקען ברודער ארויפצושטעלען אויף זיין רעביצינס קבר א בלעך בניגוד לרצונו.
הודעה 5#
"יעצט וועלען מיר צוטרעטען צו די פטירה אין לווי'. בשעת הרה"צ ר' בעריש איז געלעגען בגסיסה אין שפיטאל זונטיג חוה"מ זענען זיך צוזאםגעקומען אלע ברודער מיט די שוואגערס, הרה"צ אב"ד סאטמאר ב.פ., אב"ד וויזניץ מאנסי, דומ"ץ סאטמאר ב.פ. הרב יוסף והרב מרדכי אהרן מייזליש ועוד".
און נאר מפני השלום, ובריחה ממחלוקת, האט מען געהייסן ר' אביש זאל נישט אריין גיין און צימער....
שקר!!!!! ער איז אנגעקומען אין א צייט ווען די דאקטורים האבען קיינעם נישט אריינגעלאזט אפילו זיינע אייגענע קינדער, שפעטער ווען מען האט שוין געקענט אריינגיין האט מען אים געזאגט אז מען קען שוין גיין האט ער גענטפערט אז ער יאגט זיך שוין צו מעריב.
"הרה"צ ר' ישראל האגער האט קודם געזאגט פאר ר' אביש אז הרה"צ ר' בעריש האט זיך אויסגענומען פארשידענע תנאים אויף די טהרה, חברה קדישא, קבורה און מציבה און אז ער האט נישט קיין רעכט צו שטערען גארנישט ווייל ער האט מקנה געווען דעם חלקה פאר אים און הרה"צ ר' בעריש קען פארלאנגען וואס ער וויל אויף זיין אייגענטום על פי תורה ועל פי מענטשליכקייט. ווי אויך האט ער אים געווארענט אז מען וועט נישט ארויסגיין צו די לווי' ביז די קבר איז אויסגעגראבען ווי אפגעשמועסט און מען האט א מציבה פערמיט אין דער האנט".
ביסט א אינפאנטיל? וואס פאר א שייכות האט טהרה מיט חברה קדישא מיט מקנה זיין דעם קבר? און פון דעסטוועגען האט דער "רשע" און "גנב" מסכים גיוועהן???? פפפפשששששש מוראדיג! צווייטנס, ער האט עם נישט געווארענט, ווייל ס'האט בכלל נישט אויסגיפעלט.
די שייכות איז פשוט, ווען ער איז נישט בעל הבית אויפען קבר האט ער נישט וואס אריינצורעדען אין די קבורה, ביי א געווענליכע חלקה קען דער בעל הבית פון בית החיים זיך אריינמישען אבער דא ווי באלד הרה"צ ר' בעריש האט זוכה געווען צו זיין חלקה דורך צוטיילען די ירושה, האט על פי תורה דער בעל הבית פונעם בית החיים נישט אריינצורעדען, און הרה"צ ר' ישראל האט אים געווארענט ער זאל נישט נוצען זיין לעגאלען כח אנטקעגען די תורהדיגע בעלי בתים, בני הרה"צ ר' בעריש.
"מען איז דארך געגאנגען אלע פרטים ומלאך ... בעל כרחך יענה אמן האט ר' אביש געמוזט מסכים זיין צו אלעם ווייל ער האט געוואוסט אז אויב נישט וועט מען אויפהאלטען די לווי' און עס וועט ווערען אן איבערקערעניש. איין זאך האט ער זיך געשטעלט אז די מציבה זאל זיין קלענער ווי הרה"ק ר' הערשעלעס מציבה. נאך קורצע באראטונגען האט די משפחה למען השלום מסכים געווען דערויף לפנים משורת הדין. דער אפמאך איז געווען אז הרה"צ ר' בעריש וועט זיין אפגעריקט בערך אנדערטהאלבען ביז צוויי פיס פין זיין טאטען אין די ברייט, אז עס זאל זיין פלאץ פאר א דורכגאנג און ער וועט ליגען אין איין שורה מיטען טאטען אויף די רעכטע זייט".
ממש צדיקים די לעמעטשקעס וואס "למען השלום" האבין זיי מסכים גיוועהן.....
קענסט חוזק מאכען, אבער דער פאקט איז אז די "לעמעטשקעס" האבען אין משך פון 10 יאר קיינמאל נישט באשמוצט זייער פעטער און אים נישט גערודפט און ווען נישט דאס וואס ער האט געגראבען דעם קבר נישט ווי דער אפמאך וואלט ער יעצט אויך נישט געווארען באשמוצט.
פון די גאנצע לאנגע מגילה פון פאר די לווי'ה זעה איך אז דו שרייבסט אליין אז ס'איז גיוועהן א טעות,
איך שרייב נישט אז "עס איז געווען א טעות" איך שרייב "אז ר' אביש האט זיך פארענטפערט אז עס איז געווען א טעות" ער האט פארשטאנען אז ווען מען מאכט אפ אז מען זאל ליגען גלייך אין איין שורה מיטען טאטען מיינט דאס אז דער בלעך זאל זיך ענדיגען צוזאמען מיטען טאטענס בלעך, אבער די מציבה און ארון קען ליגען 2 פיס אראפציר. ביטע נישט לאכען, ער איז פשוט א "תמים" ער האט נישט געהאט קיין שום שלעכטע כוונה דערביי.
דו שרייבסט, אז ר' אביש האט געזאגט אז ער הייסט עס שוין פארעכטן,
די וועלט זאגט אז פון וכך היה אומר ביז וכך היה מונה איז פאלג מיך א גאנג, דא איז אויך אזוי געווען, ר' אביש האט געזאגט אז מען גייט עס שוין פארעכטען, דאס איז געווען פאר 10 צופרי, א שעה פאר די לוי' איז געווען גערופען, און ער האט געהאט גענוג און נאך צייט דאס צו פארעכטען איידער עפעס קומט ארויס אויפען גאס. דער ... אבער האט געמיינט אז ער גייט מער אויפטון אויב ער וועט ארומשלעפען מיט פוילע תירוצים, אז ער שיקט ארויס זיינע מענטשען וכדו' אנשטאט צו הייסען פאר מר. אוערבאך דאס צו פארעכטען תיכף כאטש ער האט געוויסט אז מען וועט ווארטען מיט די לוי', און מען האט אים געבעטען אז ער זאל עס שוין פארעכטען תיכף. ער איז דער איינציגער גורם פארוואס מיר ווייסען פון די גאנצע פרשה.
דו שרייבסט אז זיינע חברה, זענען גיוועהן אויפן פלאץ, פארוואס האבין זיי נישט גערופן די גאנצע צייט זאגין אז גארנישט ריקט זיך נישט? אלא מאי, לא היה ולא נברא, מ'האט גישלעפט סתם כדאי להגדיל הטראסק און שרייען ר' אביש לאזט נישט באגראבין, והא ראי'ה צום זיבעטען מאהל, סיי דער קראלער רב און סיי דער וויז'ניצער רב זאגין אזוי, און דער קראלער רב האט עס אפיציעל מכריז גיוועהן שמח"ת ביינאכט בבית מדרשו.
זיי האבען יא גערופען, נישט אומזינסט איז אב"ד וויזניץ ארויפגעלאפען צו אים 3 מאל אין משך פון 2 שעה, יעדעס מאל האט ער "געזאגט" אז מען גייט שוין פארעכטען, אבער במציאות האט מען זיך פארבינדען אויפען בית החיים און באשטעטיגט אז מען פארעכט נישט אפילו שפעטער ווען ר' אבישס מענטש איז שוין אנגעקומען האט נאך אויך געדויערט כמעט א שעה ביז מען האט עס פאראכטען.
"איך וועל נישט מאריך זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט די קומענדיגע 2 שעה, בקיצור, מען האט געגראבען נאך 2 מאל עטליכע אינטשעס ביז די קינדער פון הרה"צ ר' בעריש זענען אריבערגעלאפען צו ר' אביש און אים געווארענט אז אויב מען גראבט נישט אויף תומ"י ווי אפגעשמועסט, וועט מען יעצט אויפען פלאץ צווינגען אונטערצושרייבען שטרי בירורין סיי אויפען בית החיים און סיי אויף די ירושה און די קהלה".
יעצט האסטו מיר גיקאסט א לאך, זלמן לייב איז געקומען צווילדעוויטער הייט, און געשריגן שטרי בירורין שוין, און ר' אביש האט גיענטפערט איך בין מסכים, אבער בתנאי אז דער קעמפ, פאמאנא, און בעדפארד גייען אויך אריין אין די שטרי בירורין, (ולמען הצדק והדיוק, די מעשה איז לא היה ולא נברא, נאר דער וויז'ניצער רב האט איהם גיהייסן אהיים גייען אהן קיין געוואלדעס, איך האב נאר געשריבן די צווייטע האלב פון די מעשה וואס די גאס האט גירעדט, און ארגינאלער האט "פארגעסן" צו פארציילן).
לויט דיר איז דאך די מעשה לא היה ולא נברא, איז דאך נישט שייך מתווכח צו זיין, אבער ווינדער איבער ווינדער ווען הרב ר' זלמן לייב איז ארויסגעגאנגען פון ר' אביש'ס שטוב האט מען בדרך פלא פונקט אנגעהויבען צו פארעכטען דעם קבר.כ
"און ווער עס דארף א הוכחה האט 2 ברירות אריבער גיין רעדען צו איינע פון די דערמאנטע רבנים אדער צו זייערע קינדער ובפרט הרה"צ דומ"ץ סאטמאר ב.פ. און הרב ר' יוסף און הרב ר' מרדכי אהרן מייליש שליט"א"
איך ווייס נישט וואס דער באראפארקער רב האט דא געהאט און דערמיט, אבער מיט ר' ישראל און זיינע קינדער האב איך מברר גיוועהן, און זיי זאגין טאקע אז דו פארקויפסט באבקעס, ווי שוין עטליכע מאהל דערמאנט
די זאגסט ליגענט סייבשם קראלער רב און סיי בשם וויזניצער רב. און דער פאקט באווייזט ווי מיר. אדרבא, ובחנוני נא בזאת, זיי מיר מסביר פארוואס הרה"צ ר' בעריש האט ש 7 פיסיגע קבר??? די פאקט איז אז זיין קבר איז אויסגעגראבען מיט איבער א פיס מער ווי געווענליך, וואס איז די סיבה דערצו?
הודעה 7# (לעצטע)
"אויב ר' אביש וויל גיין צו דין תורה ווייל ער קען באקומען די בעדפארד בילדינג און די קעמפ, האט ער געהאט א געלעגענהייט שוין יארען צוריק ביים סיכסוך איבערען בית החיים דן צו זיין דערויף".
ר' אביש וועט נישט גיין צו קיין די"ת אדער ערכאות אויף א זאך וואס זיין טאט'ן האט וויי געטוען אבער געשוויגן, חוץ פון דעהם, וואס דו "פארגעסט" אז אויפן בית החיים איז דער "איש השלום וואס איז אנטלופן פון מחלוקת" געגאנגען אין ערכאות, און אריין געלייגט וואס ער האט גיוואלט, ר' אביש האט נאר גיענטפערט אויף וואס מ'האט עהם גיפאדערט. אדרבא, זאג דו פארוואס האט ר' בעריש גיפאדערט דעם בית החיים, און נישט דעם בית המדרש? ס'איז נישט קיין ירושה?
איך האב שוין גענטפערט אויף דעם, און איך וועל איבערחזר'ן ווייל למען השלום האט ער זיך נישט געוואלט שלאגען אויף די ירושה נאר אויפען בית החיים האט ער געהאט טענות אויף פארשידענע זאכען ווי אויך אז דער טאטע זאל נישט ליגען אין קיין קרקע גזולה האט ער זיך אויף דעם געשלאגען.
אדרבא, זיי די מסביר פארוואס האט ער זיך געשלאגען פונקט אויפען בית החיים, ירא הקהל וישפוט ווער עס זאגט דעם אמת
"איך האף מארגען צו זיין א ביסעל פריי וועל איך אראפברענגען אויסצוגען פון די אומדערהערטע רשעות'ן וואס ר' אביש האט אפגעטון אין משך פון די יארען, לאו דוקא בנוגע זיין ברודער הרה"צ ר' בעריש נאר אויך איבער אנדערע ענינים."
עצה טובה, דערצייל נישט, ווייל ס'וועט דיר קיין גרויס כבוד נישט ברענגין, דו זעהסט דאך שוין אז ס'איז דא נארמאלע מענטשין וואס נאר פון וואס דו שרייבסט זעהן זיי אויף ווי ווייט בעריש מיט זיינע קינדער זענען נישט גירעכט.
יישר כח פאר די עצה טובה, איך וועל עס נעמען אין באטראכט, אבער געב איבער פאר ר' אביש אז ביזדערווייל בין איך מער נוטה יא צו שרייבען.
"וויכטיג צו באטאנען, אז אין משך פון די אלע יארען בין איצט האבען הרה"צ ר' בעריש'ס מענטשען קיינמאל נישט באשמוצט ר' אביש'ן, און אז איצט האט דאס אזוי מיאוס געפלאצט איז דא א סיבה צו דעם המקרא הזה אומר דרשוני. טאמער זענען דאס סתם הרה"צ ר' בעריש'ס קינדער ווילדע חיות וואס האבען נישט וואס צו טון נאר צו פארשעמען זייער טאטען און אפהאלטען זיין לוי' פאר גארנישט און פארנישט, אזעלכע ווילדע פארשוינען, ווי אזוי האבען זיי זיך איינגעהאלטען די לעצטע 10 יאר און קיינמאל קיינמאל גארנישט מבזה געווען ר' אביש'ן???????"
די סיבה דערפון האב איך שוין אויבן געשריבן, ווייל ר' בעריש איז גיוועהן קלוגער פון זיינע בהמישע קינדער, ער האט געוויסט דעם אמת אז אויב גייט ער צו דין תורה, אדער ערכאות איז ער עלול צו פארלירן אלעס, אדער חאטשיג זיך דארפין טיילין מיט די ברידער, אזוי איז ער גיוועהן בעל הבית יחיד אויף רכוש אין ערך פון מיליאנען,
אפשר ביזטו מסביר זיין קאמפ אויפען בית החיים לויט דיין הסבר??
אבער אז די בהמישע קינדער וועלין זיין אויבער חכמים, וועלין זיי דערלייגן די הויזן, די איבריגע ברידער קענען נאר פארדינען דערפון, ר' אביש וועט דעקין זיינע חובות, ר' אייזיק וועט אויסצאלען זיין בנין, ר' נטע וועט קענען אויפבויען אויפסניי זיין בנין אין בארא פארק, ר' נפתלי וועט דעקין זיין מארגיטש, אין מיט דעם פיפטן חלק, וועלין זיך ר' בעריש'ס קינדער הארגנען צווישן זיך.
ונזכה ונחי' ונראה
תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/10/2007 23:51:46