|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:17 |
|
| |
זיי זאלען זיצען 5 יאר אין דין תורה אין דערנאך מאכען א מציבה פאר זייער טאטע?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:35 |
|
| |
די שנעלסטע וועג צו לייגן א מציבה איז באשמוצן אין די גאסן? איך מיין נישט אזוי. יעדער בי"ד וועט פארשטיין אז מען דארף זיך דא צואיילן. (וזאת למודעי, איך האלט אז ביידע זייטן קריגן זיך דא ווי קליינע קינדער, איך האלט אויך אז ר' אביש האט געטון א אויסטערלישע עולה דורך צונעמען די גאנצע ירושה פאר זיך - נישט נאר די שוהל און די בית החיים, נאר אלע חפצים וכו', אבער יעצט האלט איך אז בני ר' בעריש ציען איבער די שטריק, מ'שפילט זיך נישט מיט א טאטנס מציבה פאר אזוינע זאכן)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/10/2007 18:53 |
|
| |
שור שנגח, לויט דעם וואס דו שרייבסט אז די סיבה פארוואס די ספינקע פאליטיק איז אויף היידפארק איז וועגן די משפחה פון ר' בעריש האבן דאס ארויפגעברענגט אהער, מעג איך אננעמען אז די סאטמארע פאליטיק איז אויף היידפארק וועגן די משפחה פון ר"א טייטלבוים האט עס ארויפגעברענגט אהער?
ווער ווייסט, אפשר ביסטו גאר רביצין סאשע אליינס.
_________________
איך קען דערליידן פערדן, איך קען נישט דערליידן מענטשן וואס רעדן ווי פערדן...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 00:42 |
|
| |
א באמערקונג אין דער זייט.
איך בין גענויגט אנצונעמען אז די קינדער פון רבי בעריש זצ"ל זענען נישט קיין בעלי מחלוקת. פארוואס? דער ספינקער "שניט" אין מחלוקת איז די ברידער זאלן זיך קריגן צווישן זיך. ביי רבי בעריש'ס קינדער העלפן אלע זיך קעגנזייטיג ארויס, און זענען מחזק מיט וואס נאר מעגליך דעם עלטסטן ברודער זייערן, ר' יוסף מאיר.
לפענ"ד וואלטן די פעטערס זייערע, זאלן זיי אלע זיין געזונט און שטארק, געמעגט נעמען דערפון א לעקציע.
סתם אן אבסערוואציע...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 05:14 |
|
| |
אך ווי גוט מענטשעלע האט געשריבן. זיי וואלטן זיך געקענט רייסן ביי די קעפ איבער די ריעל עסטעיט וואס ר' בעריש האט איבערגעלאזט, אבער דערווייל הערשט צווישן זיי שלום ושלוה, און דער פעטער איז דער וואס רייסט זיך מיט זיי.
אנדערע רבנים דארפן זיך אפלערנען פון די משפחה.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 15:40 |
|
| |
געב צייט, ביי די פעטער האט אויך געדויערט א צוויי חדשים
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:05 |
|
| |
ביי די פעטערס, מיין איך אבער, האט קיין אהבה פריער אויך נישט געהערשט. צוויי חדשים האט געדויערט אז די קנאה-שנאה זאל ארויס אין דער עפנטליכקייט. דא, אבער, איז די קעגנזייטיגע ליבשאפט בולט דעמאנסטראטיוו.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:26 |
|
| |
אהבה מסותרת
|
|
|
|
| נשלח ב-25/10/2007 19:32 |
|
| |
פריי און אפן צו זען פאר ווער ס'וויל נאר. ולא זכיתי להבין דעם פשט פון דעם קוועטש מיט די אויגן.
|
|
|
|
|