בית פורומים כל העולם כולו

הגה"ק ר' הלל מעשיל געלבשטיין זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/10/2007 22:23 לינק ישיר 
הגה"ק ר' הלל מעשיל געלבשטיין זצ"ל

אין די טעג געפאלט די יארצייט פון הגה"ק ר' מעשיל געלבשטיין, א געהויבענער קאצקער חסיד וואס האט געוואוינט אין ירושלים, און געווען פון די געהויבענסטע אידן אפי' אין די ירושלים של מעלה וואס איז געווען אין די ישוב הישן.

פאר וועם ס'געדענקט איז געווען א שטיק צייט צוריק א מערכה אין "דער איד" קעגן כל העולם כולו (די פיקטשער צייטונג) פארן געוואלדיגן 'חטא' פון ארויסלאזן ר' זאלי'ס פון די פיקטשער. און אזויווי אלע זייערע מערכות האבן זיי עס אריינגעלייגט אין 'אידישקייט' אז זיי פירן א מערכה ווייל זיי האבן ציוניסטישע פיקטשערס (ווייל די "העולם החרדי" האט נישט קיין איין פיקטשער פון קיין ציוני) און פון כותל המערבי.

אינמיטן די ארטיקל אין איד האבן זיי אויך חוזק געמאכט פון דעם גאון וקדוש ר' מעשיל געלבשטיין זצ"ל, צי וועגן חסרון ידיעה וואס די ראצערלעך/שרייבערלעך אין איד האבן נישט געוואוסט ווער ס'איז, צי איז עס געווען בכוונה ווייל ער איז נישט אפראווט געווארן דורך מיידלעך שטערן און זיינע שווענצלעך, עכ"פ ס'איז געווען א מורא'דיג מיאוסע אטאקע קעגן א גדול בישראל, וואס האט ווידער געבויט דער איד'ס רעפוטאציע צו האקן אויף יעדן גדול בישראל וואס שטייט אין וועג פאר זייערע פרייוועט אינטערעסן.

די חודש האט די "מעלות" אנגעהויבן א הערליכע פארזעצונג וועגן הגה"ק ר' מעשיל, זייער אינטערסאנט צו ליינען און זיך באקענען מיט איינעם פון די געהויבענסטע ירושלימער אידן פון אמאל.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2007 07:52 לינק ישיר 

איך וויל דיר זאגען אז דו ביסט טאקע אן ארגינעלער (אמתדיגער) שרייבער . ווייל די מערכה וואס זיי פירן קעגן דעם כל העולם כולו האט גארנישט צוטון מיט יודישקייט לא מיניה ולא מקצתיה . אזוי וויא רוב פון זייערע אויסגעטראכטע מערכות צו שטארקן דעם "אני ואפסי" נאר איך און נאכאמאל איך.

דער עולם החרדי ברענגט אויך בילדער פון הרב עובדי' יוסף מיט הרב שטיינמאן
מיטן בעלזער רבין מיטן סאדיגורער פון די עכטע מזרחי וכמו מזרחי.  אפילו ר' לייבל מינזבערג פון מתמידים.
די ביכל קהילות הקודש וואס האט פרובירט נאר צושטעלען פון רבנים וואס זענען נאענט מיט סאטמאר און מיט די עדה האט זיך תיכף פארמאכט.

דער כל העולם כולו האט זיי גוט אוועקגעמאכט כאחד הריקים.

עד כאן פון די חסידישע בילדער ביכלעך!!!

יעצט לגבי די ארטסקרול בלויע גמרות . מען טאר לשיטתם אין דעם נישט אריינקוקן ווייל ער ברענגט פשטים אויך פון לינקע.  נאר די מתיבתא גמרות זענען היימיש ווייל עס ווערט געספאנסערט דורך ר' יודא לייב פערלמוטטער נ"י און נאך סאטמארע עישירים צו קלאפן די בלויע גמרות .

אבער דערוויל חוץ דעם וואס עס איז דא דארטן אויך דאנקן פאר מוניע שפירא וואס ער פלעגט זיצען אין כנסת המינים און עס שטייט גאר אויף עהם "שליחא דרבנן"  איז דארטן דא אויך פשטים פון הרב צ. פ. פראנק כידוע און נאך . נאר דער תירוץ איז אזוי וויא איך האב שוין א פאר מאל געשריבן "עולם גולם" מען קען זיי איינרעדן הודו מיט כוש .
מיך ארט נישט אז עס איז דא מער גמרות זאל זיין יגדיל תורה ויאדיר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הגה"ק ר' הלל מעשיל געלבשטיין זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext