אויף די ערשטע תגובה האב איך שוין גענטפערט. אז דו זעסט נישט אז עס איז בלשון סגי נהור. איך וועל דיר באלד אי"ה צוצייכענען וויא ! אויב עס אינטערסירט דיך.
קוק אריין אינעם סאטמארען צייטונג וואס איז ארויסגעגאנגען בימים ההם איבער 40 רבנים האבן בכפייה אונטערגעשריבען . אבא שייגעץ. " עס איז דא ענטפערס פון די רבנים אינעם צייטונג פון די ספינקער חסידי בעל חקל יצחק זי"ע. "די טראניסלאוואנישע צייטונג" . וויא דער מהר"ם בריסק טאשנאדער רב שרייט אז מען האט בכפייה אונטערגעשריבען קעגען אבא שייגעץ.
און דער הויפט לוחם פון די סאטמארע צד הגה"צ רבי שמואל גרויס זי"ע אב"ד קראלי (דורך סאטמאר) בעל "עלה שמואל" וואס זיי רופן עהם אהן דארט כומר אין די ספינקא צייטונגען.)
האט אליין געזעהן און געזאגט אז מען האט איבערגעצויגען דאס שטריקל מיטן הארבן איסור קעגען רבי אביש זי"ע.
דו ליינסט דאך נישט דעם געאסערטן "בלאט" ווייל ווען דו ווילסט איז ביי דיר דער בעל "ברך משה" זייער הייליג.
פאר א פאר וואכן צוריק איז דארט געשטאנען אז א יוד האט געהאלטן ביים ארויסגעגעבען א בוך פון די גאנצע מחלוקה אין קראלי מיטט אלע קול קוראס. און סאטמאר האט באצאלט 15 טויזענט דאללער מען זאל עס נישט ארויסגעבען. אבער קונטרסים איז דא דערפון ובתוכם דער באקאנטער קול קורא.
אז דו ווילסט קען איך דיר אויסרעכענען אלע יונגלעך וואס האבען דארטן געלערנט אין חדר אין סטאקטאן סטריט בשעת די הנהלה מיט דא"ד פלעגט דאס הייסען אויסשרייען. און איך קען דיר אויך זאגען ווער איז געווען דאס יונגעל וואס האט נישט געוואלט שרייען און מען עהם איבערגעלייגט אויפן טיש און אויסגע.......... כנהוג בימים ההם. און אלע יונגלעך זענעאן דורכגעגענגען און געשפיגען און געפראקט.
איך גיי דיר אבער דאס נישט זאגען וכי דילטור אני לך. אבער שאל אביך ויגדך . פרעג אלע יונגלעך וואס האבען געלערנט אין סטאקטאן סטריט. סיי ביי רבי אברהם שענוואלד און סיי ביי רבי משה גרויס. און סיי ביי רבי לייבעלע גליק. און סיי ביי רבי בערל האלפערט און סיי טאקע ביי רא"ד ע"ה. (וואס עס קען זיין אז ער דאס געמיינט אמתדיג. ווייל ער איז געווען א עכט חסידישער געווייקטער איד )
די איבריגע זאך וועגען הייליגען בעלזער רב זי"ע שרייב איך נישט ווייל וואס איז דאס א נפקא מינה. זעסט דאך אליין היינט דעם אמת. און דער בעלזער חסיד לעבט נאך לאורך ימים ושנים טובים ער האט א סאטמארער איידעם אבער לצערך איז זיין איידעם א גרויסער אהרוני.
און קענסט פרעגען די מעשה אויך ביי ר"א עסטרייכער נ"י אויב עס איז דיר א נפקא מינה. ווייל מיר איז די זאך נישט קיין נפ"מ ביי מיר איז דאס פונקט אזוי דער הייליגער רבי יעקב עמדין זי"ע מיט דעם הייליגען יערת דבש דער רבי רב יונתן אייבשיץ זי"ע . זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל און אויף דיר אויך בתוך כלל ישראל.
און וואס הרב ביק האט געזאגט.
זיי מוחל קויף דעם טעיפ פון די אסיפות פון די התאחדות הרבנים בשנות מ מא אין זאל פון בית רחל און דעמאלס ווען מען האט אריינגענומען הרב ביק ז"ל אין די התאחדות הרבנים. קענסט אליין הערן די דרשה וויא ער זאגט בפומבי . וועגען דעם פלעטבושער בארא פארק עירוב בימים ההם וואס האט נישט געהאט קיין צורת הפתח.
וז"ל דער פוסק הדור הגאון רבי משה פיינשטיין איז זייער קעגען מאכען עירובין אין די גרויסע שטעט ער האלט אז עס איז חילול שבת. בעט איך דא די התאחדות הרבנים אז זיי זאלן אויך ארויסקומען מיט א איסור.
אויף האט גענטעפערט דער דעמאלסדיגער יושב ראש הגה"צ אב"ד טארטיקאוו זי"ע. " מען וועט דן זיין דעריבער" ע"כ
ווילסט פיטערען דעם עולם דא אויף היידפארק מיט שקרים.
עס איז גענוג אז היידפארק איז ממילא נישט הונדערט פראצענט אמתדיג . ווייל מען לאזט נישט יעדען שרייבן זיי אמתדיגע מיינונג . מען איז מוחק . מען וויל אז אלעס זאל צוגעשטעלט ווערן צו די אייגענע פארטיי וד"ל.
וועגען דעם דארף יעדער קוקען אייביג אין ביידע פורומים צו זעהן עפעס קלארער.
אפשר ווייל ער איז א מחותן מיט מאיר שטערן און ער האלט אזויווי עם. זיין זוהן ר' אשר אנשיל איז א איידעם ביי מאיר. ר' אשר איז דער באקאנטע עוסק בצרכי ציבור באמונה, דער גרינדער פון נחמת ישראל, רודף חסד, ועוד.