איז דער ברך משה זצוק"ל נישט געווען ענטייטלד צו זאגן זיין מיינונג? ר' אברהם האט געזאגט זיין מיינונג אין דער ברך משה זיינס ושלום על ישראל.
דא איז דער ברך משה'ס מיינונג:
עכ"פ וויל איך יעצט דא זאגן א פסק, איך ווייס מען איז שוין געזעסן ביי קהל דעריבער, זה אומר בכה וזה אומר בכה, מוז מען אבער האבן א הלכה ברורה, אז מען טאר עהם נישט הערן און זיין הוראה איז אסור, מען טאר נישט דאווענען מיט זיין מנין, און מען טאר עהם נישט מצרף זיין צו מנין, פאר דעם זאג איך פאר אלע אידן וועלעכע האבן א שייכות מיט אונזער קהלה, אז חלילה וחס אריין צו גיין אין זיין בית המדרש, און ווער עס וועט יא אריין גיין אין זיין ביהמ"ד וויל איך נישט ער זאל האבן עפעס א שייכות מיט אונז, איז ער א מלמד וויל איך נישט ער זאל לערנען מיט אונזערע קינדער, איז ער א שוחט איז שחיטתו אסורה, צו קיין שום דבר שבקדושה קען מען נישט ניצן איינעם וואס גייט צי עהם אריין און ווער עס האט צו עהם א שייכות. איך פארלאנג פון קהל, זיי זאלן ארויסגעבן אומר ועושה אזא פסק, מען דארף נישט זיצן קיין זיצונגען אויף דעם, איך וויל מיך נישט דילדן מיט די גאנצע זאך, איך גיב איבער פאר קהל, זיי זענען מחוייב צו פסקענען להלכה אז ער איז מובדל ומופרש פון אונז אלע, מען זעהט פון דעם בריעוו וואס רבי ברוך מיללער שליט"א האט עהם געשריבן, רבי ברוך, א איד א צדיק תמים, יעדער קען עהם, און ער ווייזט איהם אויף די שקרים וכזבים וואס ער בארופט זיך, ער איז געווען א שקרן כל ימיו, דער פעטער ז"ל האט עהם געהאט מרחק געווען, און נישט געוואלט הערן פון עהם כידוע, ברויך מען זיך מרחק זיין פון עהם כמטחוי קשת, מען דארף זען תיכף ומיד גומר זיין, דער עיקר איז אז מען דארף איהם פורש ומפריש זיין פון אונז און נישט האבן קיין שייכות מיט איהם.
...
תוקן על ידי - קושקע - 30/10/2007 17:01:11
_________________
 |
|
|