|
|
| נשלח ב-30/10/2007 18:38 |
|
| |
קהל יטב לב
אז מען קען נישט קיין היסטעאריע רעדט מען נישט
כאטש וואלסטו געמעגט אויסהערן די הספדים פון הרבנים הגאוה"צ רבי זלמן לייב פיליפ און הגה"צ רבי שלמה לייב וויינבערגער שליט"א וואלסטו כאטש "עפעס" געוואר געווארן.
און יא, דער גרויסער נפטר איז געווען פול מיט שמחה זעענדיג דעם בליה און וואוקס פון די סאטמארער קהילה און מוסדות, אזוי ווייט אז זיין ווארימע שטיצע פאר סאטמאר – זייט רבינו הגה"ק זצוק"ל ממנה געווען בנו רבינו שליט"א אלס אבד"ק סאטמאר וומס"ב — האט אים געקאסט זיין אייגענע ישיבה, און די לעצטע יארן האט ער טאקע נישט געהאט קיין ישיבה, ווייל ער פלעגט שיקן הייסן שיקן אין די סאטמארער ישיבה גדולה. ער האט דאס אליינס געזאגט ביי די דרשה ביים דינער פון זיין ישיבה תשס"ג, אבער דאס האט בכלל נישט געבאדערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 18:42 |
|
| |
קושקע
איך ווייס נישט צו דער רבי בעל ברך משה זצקו"ל האט עס געזאגט
אבער דאס ווייס איך יא, אז דיין רבי האט א טאג נאך די לוי' פון הרה"ח ר' יחזקאל משמש ז"ל אויפגעטרעטן מיט א רעדע פאר די בחורי המתיבתא בק"י קעגן הגאון הצדיק אבד"ק שארמאש שליט"א אנהייבענדיג די רעדע "דער רשע פלעגט זאגן" און נאכגעזאגט א סלאגאן פון געבעלס ימ"ש, און די גאנצע רעדע האט נישט אנטהאלטן קיין איין דבר תורה!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 18:43 |
|
| |
ענפער וועלכע יאר? פאר רבינו הק' האט אים פארשיקט אדער נאכדעם?
אפשר פאר די מעשה פון די שווארצע?
נו דוד היסטאריע פארצייל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 19:49 |
|
| |
עס איז ביי מיר נישט קיין ספק אז היינט ווייסט שוין יעדער אז די מחלוקה קעגן סקול דיסטריקט איז נישט געווען קיין מחלוקה לשם שמים.
ראי' נומער 1:
אז הגאון פוסק הדור מקארלסבורג שליט"א האט נישט געלאזט דריקן זיין תשובה קעגן סקול דיסטריקט אין זיין נייעם ספר....
פארוואס?
האט זיך די תורה געטוישט? חלילה!
דעם תירוץ זאלט איר אליין זאגן !
ראי' נומער 2:
ווען אין וויליאסבורג האבן אלע מוסדות גענומען טשעפער וואן... קינדער האבן געלערנט אין טרעילערס... און קיינער האט נישט מוחה געווען?
וכי משא פנים יש בדבר... (בניחותא)???
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 19:57 |
|
| |
דוד46 וואס האקסטו א טשייניק, די מלחמה אין אונגארן האט זיך אנגעהויבן אין יאר תש"ד
אבער פאר א גוט יאר, ווי אזוי איז מען אנגעקומען פון אונגארן קיין ארץ ישראל? עס איז נישט דא קיין באהאלטענער בוידעם פון אונגארן ביז ארץ ישראל
מיט א פליגער איז אוממעגליך געווען צו פארן, יוראפ האט געפלאקערט. מיט א שיף אויך אוממעגליך, נאר אויב ער איז געפארן מיט די ציונים, און מיט די באן האט מען געדארפט דורכפארן אסאך מדינות (רומעניע, בולגאריע, טערקיי) און ס'איז כמעט אוממעגליך געווען
איך מיין דא נישט קיין שום כוונות, פשוט רעד נישט סתם עם הארצות
ווייסט איינער ווען און ווי אזוי ער איז ארויפגעגאנגען קיין ארץ ישראל?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 20:48 |
|
| |
אין א פורום נישט אויף מסורת שרייבט איינער אז רז"ל דער בן סורר ומורה האט אים מספיד געווען
קען דא איינער קאנפירמען?
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/10/2007 21:03:01
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 20:56 |
|
| |
יא כ'האב געהערט דעם הספד אויפן טעלעפאן,
אויך הרב ישראל חיים מנשה, הרב זלמן לייב פילאף, הרב שלמה לייב וויינבערגער.
הרב יצחק מאשקאוויטש,הרב משה יאזעפאוויטש
|
|
|
|
| נשלח ב-30/10/2007 21:03 |
|
| |
א זאלי פארציילט מיר יעצט א מופת פון נפטר ר' אברהם לייטנער:
זאגט ער ער מיר אז ער איז איינמאל געפארן אויפן וועג אין ער האט אנגעצינדן א טעיפ פון אברהם לייטנער ווי ער האקט קעגן "סקול דיסטריקט"...
און אינמיטן דרייוון האט ער איינגעדרימלט און פליצלינג הערט ער א סיירין (לעֶלאָ בלע"ז) און ער געט זיך א כאפ אויף אין ער זעט זיך כמעט אין א בוים...
די לעצטע מינוט האב איך מיר באוויזען אוועק צו דרייען....
נאך א מזל דעם סיירין וואס מען הערט אויפן טעיפ ווען נישט וואלט איך זיכער געהארגעט געווארען... -זאגט ער- אז דער מופת איז אז דער סיירין איז אינעם טעיפ און בזכות פון אברהם לייטנער איז ער געראטעוועט געווארן!!
זאג איך אים די נאַר איינער....
עס איז מיין מופת....
איך בין געווען דער וואס האט גערופן פייערלעשער....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 14:04 |
|
| |
911ZALIS:
תרי תשובות בדבר. קודם כל איך האב נישט גערעדט אויפן נפטר, איך האב סך הכל דערמאנט די אויסדרוקן וואס ער האט 'זוכה' געווען אריינצוכאפן פון עמיצן וואס איז לכל הדיעות געווען א רבן של ישראל, און אויף וועלכע איך בין זיכער אז ער וועט נאך הערן דערפון גענוג. צווייטנ'ס, אפילו אויב איך רעד יא אויפן נפטר בין איך סך הכל תולה באילן גדול - דער נפטר זעלבסט, וואס לויט טייל תגובות דא איז ער מיטאמאל געווארן א "גאון" און א "קדוש". דער נפטר זעלבסט האט גענוצט די געמיינסטע לשונות קעגן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אפילו לאחר פטירתו, אלזא לדעת דעם דאזיגן גאוני'שן נפטר איז מען יא בארעכטיגט צו בארעדן א נפטר אויפן סמך פון וואס מ'האלט אז יענער האט געטון בחיים חיותו.
לענינינו.
ס'איז אמאל גוט צו זען ווי ווייט דאס רשעות און די פאלשקייט גייט, אזוי ווייט אז מענטשן קענען פארטיידיגן אזא געמיינעם אקט בלויז דערפאר ווייל עס שטימט פאליטיש מיט זייערע ענגע אינטערעסן.
דער דאזיגער נפטר האט פערזענליך געבעטן פון דעם שטריק און נועם הארץ, דער בן יקיר, אז מ'זאל אויפבויען א וואנט צווישן די צוויי הייליגע קברים, מיטן חשבון אז אויב ס'איז אים נישט געלונגען בחיי רביה"ק צו מאכן א פירוד צווישן אים מיט זיין הייליגן פעטער זאל ער עס כאטש צושטאנד ברענגען לאחר פטירתו. דערביי האט ער זיך אויסגעדרוקט ווי א געמיינער יונגאטש קעגן דעם [ריכטיגן] גאון וקדוש, רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, וואס איז געווען צען פאכיג גרעסער פון אים בכל קנה מידה, און וועמענ'ס איינציגע עבירה איז געווען אז ער האט געוואגט צו האלטן אנדערש ווי דער דאזיגער נפטר.
וויאזוי שעמט זיך נישט א קינד צו טון אזוינס פאר זיין הייליגן טאטן?! אפילו אויב זיין טאטע וואלט געווען א פשוט'ער איד וואלט ער געדארפט אראפשליידערן אלע טרעפ איינער וואס קומט אזוי געמיין רעדן אויפן טאטן, און דא גייט ער נאך אים מספיד זיין ברבים?! און אויב ער קען יא וויינען, וואו איז ער געווען ביי זיין טאטנ'ס לווי'?! לא תהא כהנת כפונדקית?!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 14:44 |
|
| |
אבי די אהררונים ווייזן כאטש ארויס זייער ריכטיגן פרצוף אין די עפנטליכע גאס.
וויאזוי פלעגט זאגן ר' סענדר דייטש ז"ל: וטראג נישט ארויס דיין גאערבידזש אין פיפט עוועניו
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 16:34 |
|
| |
ווי ליגט ער באערדיגט?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 16:38 |
|
| |
בני יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 17:05 |
|
| |
אין דער ערד
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 17:13 |
|
| |
*--**מ'וועט קענען זעהן פון זיין אוהל די נייע בנין פון די (הייליגער מוסד "שערי חמלה") טרייפענע פאבליק סקול
תוקן על ידי גאסט ב- 31/10/2007 17:13:20
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 17:41 |
|
| |
געגאנגען,
בארואיג דיך געב נישט אוועק דיין רבי'ןס טיטלען (שוטה רשע וגס רוח) פארן יונגערען ברידער.
פארפאלען ער איז געווען מער ערליכער איד ווי דער ברך משה
אין דאס האט מען געקענט זעען אויף די הספדים
|
|
|
|
|