|
|
| נשלח ב-31/10/2007 18:02 |
|
| |
דוד, פיין געשריבן, דאס טייער ווארט פון ר' סענדער דייטש ז"ל,
און ווער ס'האט זיך אויפגעדעקט דעם אמת'ן פרצוף איז טאקע
נאר דיין שטריק,
איך בין נישט אין די פאזיציע אצינד דן צו זיין אונזער נפטר ר' אברהם לייטנער ז"ל,
היסטאריע וועט פונקטליך אנצייכענען זיין מהות, וואס טראץ זייענדיג
א תלמוד חכם עצום, און יא, ער איז געווען א גאון, ער איז געווען דער רבי
ומדריך פון כמעט אלע מורה הוראות אין וויליאמסבורג, און טאקע דריבער
איז געווען ערווארטעט אז די דאזיגע מורה הוראות און דיינים זאלן גיין צו זיין
לוי' און אפילו עהם מספיד זיין, לא בחינם האט ר' זלמן לייב פיליפ אזוי יאמערלעך
געוויינט, ער איז דאך פארארעמט געווארן, ער האט נעבעך נישט וועם צו פרעגן
ווען עס מאכט זיך עהם א הארבע שאלה, רבי פישעלע הערשקאוויטש שליט"א
וואס איז אגב דער גרעסטער גאון און פוסק אין וויליאמסבורג קען מען דאך נישט
פרעגן ווייל ער האלט דאך פונעם עירוב, ר' ישראל חיים מנשה קען טאקע יא פרעגן
אבער קיין ענטפער קען מען פון עהם נישט ערווארטן, סא, איז עס פאר עהם טאקע
א אבידה שאין לה תמורה,
אבער פון דעסט וועגן איז דער נפטר קיינמאל נישט געווען מפורסם בתורתו,
קיין איין תשובה ספר איז פון עהם נישטא, אדרבה פרעג דיך נאך ביים עולם אויסער
וויליאמסבורג און אויסער סאטמאר, האט נאך קיינער פון עהם נישט געהערט, יא,
ער האט געחלשט נאך אביסל פאבליסיטי, און טאקע דריבער האט ער כסדר געטוהן
מעשים וואס האט עהם אויסגעשפיגן פון היימישן עולם, ער האט זיך געחברט מיט אלע
עקסטרעמע משוגעים, און אלץ איז ער געווען א היפכא מיסתברא, ער האט אלץ
פארקערט פארשטאנען, דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט עהם מרחק געווען,
דער בעל ברך משה זי"ע האט געאסרט זיין ציבור צו האבן א שייכות מיט עהם,
און אויסער זיין ענגן קרעמל פון אפאר פאנאטישע ציגיינער האט ער קיינעם נישט געהאט,
איז אנגעקומען דער טאג, ווען זלמן לייב וסייעתו האט זיך גענומען חנפענען צו עהם,
זיכענדיג כאטש איין רב וואס איז נישט אויף זיין פעיראל זאל האלטן מיט עהם,
און אזוי איז געווארן דער קשר, יא, דא האט ר' אברהם ז"ל געמיינט וועט ער קענען
ווערן עפעס אנערקענט ביי די וועלט, יא, דער הייליגער דברי יואל ז"ל איז עהם נישט גיט
געווען, דער הייליגער ברך משה ז"ל איז עהם נישט גיט געווען, אבער זלמן לייב טייטלבוים
יא, ער איז עהם גיט געווען, ער האט אפילו מוותר געווען צו האקן אויפן סקול דיסטריקט
אלעס כדי ער זאל ווערן אקצעפטירט ביי זי זאלונים, לא בחינם הלך...
אבער, די לעצטע שריט פון דעם שטריק דער בועט באביו וברבו, דער חצוף מחוצף, דער אומפארשעמטער אינגאטש, איז לכולי עלמא עבר כל הגבולים,
ווי האט ער זיך נישט געשעמט צו גיין צו זיין לוי' און נאך עהם אזוי מספיד
זיין בדמעות שליש, זלמן לייב!!! כיבוד אב איז שייך לאחר מותו, מכבדיהו בחייו
ומכבדיהו במותו, (אגב, איז ער מכבד זיין טאטן פונקט ווי ער האט עהם מכבד געווען
בחייו...) דיין טאטע וואס האט געזאגט ברבים אז מען טאר מיט עהם קיין שייכות נישט
האבן, ווי שעהמסטו דיך נישט אזוי בשאט נפש עובר צו זיין אויף דיין טאטענס פסק,
וואס מיינסטו זאגט די וועלט, נועם המידות?, ניין!!! די וועלט -און אפילו די וואס זענען
נוטה לשיטת הזאלונים- שרייען חצוף מחוצף!!! די וועלט שרייט אז די ביזט א מבזה
כבוד אביו אויפן גרעסטן פארנעם,
זאג נאר זלמן לייב, וועמען איז דיין טאטענס פסק מחייב אז נישט דיך, דו וואס לויפסט
ארום שרייען אז דו דארפסט זיין סאטמארער רבי (?) ווייל דיין טאטע האט כלומפערשט
אזוי געוואלט, דו שרייסט אין געריכט אז דער רבי האט דאס לעצטע ווארט, און אז זיין
פסק און מיינונג איז מחייב יעדן בלי שום עירעור, דו דערוואגסט דיך אזוי מיאוס צו טרעטן
אויף זיין קלארען פסק, וואס זאגט דאס פאר די וועלט, הא?, ווייזט דאס נישט ארויס
דיין אמת'דיגן כאראקטער, ווייזט דאס נישט ארויס דיין אמת'דיגן פרצוף,
יא דוד'ל, אמת ויציב, אונזער רבי האט נישט געקענט גיין צו די לוי', ווייסטו פארוואס?
ווייל זיין טאטע ז"ל האט עהם נישט געלאזט!!!, די תורה האט הקדושה האט עהם
נישט געלאזט!!!, די תורה הקדושה האט עהם מחייב צו הארכן צו זיין טאטן,
"כבד את אביך ואת אמך" און דעריבער האט ער "נישט געקענט" גיין צו די לוי',
יא, אונזער הייליגער רבי שליט"א, וואס איר באשולדיגט כסדר און זיין א בן סורר ומורה,
איר באשולדיגט עהם אין רופן דעם טאטן אין קארט, איר באשולדיגט עהם כסדר אין
זיין א מחוצף פארן טאטן, דער האט געפונען פאר וויכטיג זיך צו האלטן צו זיין טאטענס
פסק, און דער נועם המידות וואס שרייט געוואלד אז מיר זאלן פאלגן זיין טאטן, האט
אזוי מיאוס בועט געווען באביו וברבו, ZALI!!! SHAME ON YOU, מעגסט דיך שעהמען!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 18:05 |
|
| |
יענקעלע
כיהודא ועוד לקרא
זייער גוט אראפגעלייגט
שקויעך
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 18:16 |
|
| |
וכבוד גדול עשו לו במותו שהושיבו ישיבה על קברו...
דער הייליגער מוסד "קרית יואל סקול דיסטרוקט" וועט ביז א יאר בעזהשי"ת זיך אריבער ציען אינעם נייען מקום ביים אריינקימען אין שטעטל....
"סמוך ונראה" לציון המצינת....
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2007 18:21 |
|
| |
עס וועט זיין אינטרעסאנט ווען די קווינס ישיבה וועט באקומען א מעטכיגן ריזיגן טאוועל:
מתיבתא "חנינה אברהם".. לע"נ דעם נפטר רבי אברהם לייטנער...
און דער טאוועל פון רבי חנינה אברהם מיט דעם טאוועל פון רבי יעקב נחמי' יאקאבאוויטש (ביידע אייניגגע גוטע פריינט פונעם בירך משה) וועלן זיין די שענסטע מתנה פון רז"ל פאר'ן בירך משה, וואס זיין נאמען טאר דארט נישט דערמאנט ווערן...
דאס איז טייטש: נועם המידות 2000!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 12:13 |
|
| |
יענקעלע, דיין הייליגע רבי האט נישט באזוכט דעם בעלזער פאר פאליטשע סיבות, ער (אדער פישער) האט געוויסט אז דאס וועט מאכן א גרויסע שטינק. עס האט גארנישט געהאט צוטאהן מיט זיין "געטריישאפט" צום טאטן אדער ווייל דער בעלזער האט נישט מפייס געווען זיין טאטן.
איין זאך זעה איך יא, אז מיט וויפיל ר' זלמן לייב שטעלט זיך צו צו זיין טאטן'ס שונאים, שטעלט זיך דיין רבי צו צו דעם בעל ויואל משה'ס שונאים!
נאך איין נקודה, ווען מענטשן קומען צו א ספּיטש פון א ראביי סאונדעי עפטערנאָן אין די פייוו טאונס (עס איז א אפטע ערשיינונג דארט) אדער ווען עס איז דא א באַלאַגאן אין גאולה און עס זאמלט זיך צוזאם א שיינער עולם, הייסט נישט געקלעבט עס איז נישט מער ווי א דאזע פון נייגעריקייט און ענטערטעימענט פאר רוב פון די מענטשן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/11/2007 14:30:05
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 14:29 |
|
| |
הבדלה, איך האב פארראכטן דעם זלזולדיגן טיטול אויף א רבי פון ארץ ישראל, און דיין בילד איז בטעות פארשוואונדן געווארן. אויב דו ווילסט קענסטו עס צוריקלייגן.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 01/11/2007 14:31:27
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 15:15 |
|
| |
כ'האב אוועקגעלייגט מיינע דיבורים אויף א צווייטע געלעגנהייט. כ'האב זיך שוין אויסגעגעבן מיין כעס מיטן בלויזן שרייבן.
תוקן על ידי נבוכדנאצר ב- 01/11/2007 15:45:16
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 15:39 |
|
| |
אלץ א מצווה פון מחאה
בין איך מוחה אויף די דברי זלזול וואס איז געשריבען געווארען אויף כ"ק אבינו רועינו אדמו"ר הקוה"ט בעל ברך משה מ'סאטמאר זיעועכ"י
תוקן על ידי מה_טובו ב- 01/11/2007 15:45:50
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 15:59 |
|
| |
נבוכדנצאר, זיי מוחל טו א בליק אויפן ערשטען עמוד פון דעם דאזיגן אשכול, א געווויסער מאן דהו האט דארט ארויפגעלייגט א פאטא קאפי פון א בלאט שולחן ערוך אין יו"ד, עס גייט לכל הדיעות ארויף אויפן הייליגען רבין ז"ל, דער צווייטער סאטמאר רב,
זיי מוחל בעט אום איבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 16:15 |
|
| |
איך שטעל מיך צי צו די מחאה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 16:45 |
|
| |
צום דריט'ן מאל!
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 01/11/2007 16:46:59
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 16:46 |
|
| |
יענקעלע,
די שרייבסט
ווערבינאיך, די ביסט געוויס א ראצערל וואס האט אפילו נישט געקענט
נישט דעם הייליגן ברך משה זי"ע (אין די געזינטע יארן) און נישט ר'
אברהם לייטנער ז"ל, צו שרייבן אז דער רבי זי"ע האט מיט עהם געטשעפעט
איז אבסורד, וואס מיינסטו דער רבי איז א שיינעם טאג אויף געשטאנען
און מחליט געווען אז דער ר' אברהם מיט זיינע פאר אויסגעפליקטע חסידים
שטייען עהם אין וועג און האט ער מחליט געווען ארויס צוקומען אקעגן עהם
בחרב ובחנית?, ניין!!! אבסעלאטלי, ניין!!!
1) איך בין מסתמא עלטער פין דיר ווייל איך געדענק נאך ווען ער איז געווען אפגעפרעגט ציליב שווארצקייט
2) אויך געדענק איך תש"ם ווען דער ברך משה האט געהאט גרויס דרך ארץ פאר עם מיטן קאשויער רב ז"ל
אין זיך אלעס שואל עצה געווען מיט זיי אין זיך נישט גערירט אהן זיי
3) די פרעגסט צו דער ברך משה איז אויפגעשטאנען איין שיינעם טאג אין מחליט געווען געענדיגט?
דער תירץ איז אז דער ברך משה האט געהאט א זין א פערד אין ער האט עם זייער געשוינט
אין ער האט עם געקאווערט, אין דער זין האט פוער פיוו געווען קעגען ר' אברהם ז"ל,
האט דאס ציגעברענקט צו דעם אז דער ברך משה זאל זיך אננעמען פארן זין.
די שרייבסט ווייטער
ווערבינאיך, דער ר' אברהם האט זיך גענומען פאר
מצוה רבה לוחם צו זיין מיטן הייליגן ברך משה זי"ע, ער האט זיך געקרוינט און
זיך געהאלטן פארן ממלא מקום פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע,
ער האט זיך גענומען אריינמישן אין די ווערטשאפט פון סאטמאר מידי יום ביומו,
וואס אונזער רבי האט מתיר געוען האט ער גלייך געאסרט, וואס אונזער רבי האט
געאסרט האט ער מתיר געווען, און ווען ר' אברהם איז ארויס געקומען מידי שבת בשבתו
און גערעדט אקעגן שערי חמלה, דאס איז שוין געוען פאר אונזער רבי'ן צופיל, און
דאן איז געווען ווען ער האט מחליט געווען מגלה צו זיין קבל עולם ומלואו דעם מהות פון דעם איד,
זאל יעדער זעהן מיט וועם מען האט דא צוטוהן, און דאן האט ער מיט עהם אפגעהאקט,
דער ברך משה איז נישט געגאנגען קיין איין מאל שבעה עשר בתמוז פראטעסטירן
אויף 143 ראטלעדזש סטריט... , מען האט פון עהם מער קיינמאל נישט געהערט דעם
נאמען פון ר' אברהם לייטנער, ס'איז געווען בדיל ויעבור און גמרנו,
ר' אברהם האט קיינמאל נישט גערעדט קעגען ברך משה נאר קעגען דעם זין פון קר"י
ווידער פון צד השני איז געקומען פיילן כסדר, ווען ער האט נאר געקענט ווייזן אז ער
עקזעסטירט האט ער זיך געלאזט הערן, ער האט משמיע געווען אויפן ברך משה ז"ל
דברים שאסור לשומעם, און אויב גלייבסטו נישט דאן פרעג הרב הגאון רבי שמעי'
גרינבוים און הרב הגאון רבי משה מנחם טירנויער שליט"א,
רבי משה מנחם זאגט דאס נישט
ניין, איך האלט נישט אז זלמן לייב האט ווייטער געדארפט פירן די מחלוקה מיט עהם,
אבער פון פירן א קאמפ ביז זיין בידידות איז א ווייטער מהלך, אויב צו ווערן בידידות
מיטן טאטענס שונא הייסט נישט בועט באביו וברבו, ווייס איך נישט וואס עס הייסט יא,
אפשר סתם דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר מידות? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר הכנעה? פאר א ערליכער איד מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
אפשר חכמה? מיט וואס דער ברידער איז נעבעך אזוי ביטער געשלאגן
רבי הערשעלע ספינקא זצ"ל האט קיינמאל נישט געהאט א מחלוקה מיט רבינו בעל
דברי יואל זי"ע, און דער רבי האט געוויס נישט ווייטער געפירט מיט עהם קיין מחלוקה
צוליב דעם סכסוך וואס ער האט געהאט מיט זיין טאטן,
איין מינוט צוריק האסטו דאס נישט פארשטאנען
דאס זעלבע איז מיט קלויזנבורג,
דער היינטיגער קלויזענבורגער האט מיט אונזער רבינ'ס טאטע קיינמאל קיין מחלוקה
נישט געהאט, און אפילו מיט זיין פעטער אויך נישט, במילא האט ער געהאט א רעכט
עהם צו גיין באזוכן,
אלץ וויזוי עס שמעקט דיר
ווידער מיט בעלז וואס כידוע חלש'ן זיי זייער פאר א שלום, און אונזער רבי
אלץ שוואגער וואלט זיכער געווען פאסיג זיי זאלן זיך באזוכן, אבער אלץ געטרייער קינד
פונעם טאטן קען ער נישט און וויל דאס נישט טוהן, ביז דער בעלזער וועט נישט מפייס
זיין זיין טאטן כדת וכדין האלט ער עהם נישט ביים באזוכן,
איך האב פאר דיר נייעס דער בלזער חלשט זיך איבערצובעטען מיט רז"ל מער ווי מיט דיין חכם עתיק יומין
אפשר זאגסטו מיר וואס איז דער חילוק פון ר' אברהם צו יוסל וואלדמאן,
איין חילוק איז דא, ר' אברהם איז געווען א תלמוד חכם עצום און האט געוויסט וואס עס
שטייט אין שולחן ערוך בנוגע מבזה צו זיין א א רבן של ישראל, א תלמוד חכם וגדול בישראל
ווי אונזער רבי דער בעל ברך משה זי"ע איז געווען, ווידער דער יוסל וואלדמאן
איז דאך א פיסטער שטריק און האט אפילו נישט געוויסט אז ער איז עובר עפעס אן
עברה מיט מבזה זיין דעם גדול הדור, דאס איז דער איינציגער חילוק וואס איז געווען
אויסער דעם איז קלאר אז זיי האבן ביידע אייניג מבזה געווען אונזער רבי,
איך קען נישט מאריך זיין, און דאס וואס איך האב געשריבן איז אויך נאר געצווינגענערהייט
והוא רחום יכפר עוון,
אפשר קענסטו מיר צוווייזען איינמאהל ווי ר' אברהם האט מבזה געווען דעם בעל ברך משה?
ווערבינאיך,
דו קענסט שרייבן אויף רבינו הקדוש שליט"א, בהמה, טיפש, שוטה, אבער צו דעם שוטה
האבן זיך צו געטשעפעט טויזענטער אידן וואס ווילן האבן א מנהיג אמת,
תיקון טעות טויזענטער אידן וואס זוכען אינטערטענמענט, אין ער שטעלט דאס צו במלא המובן
ער קען וויינען ער קען לאכען ער קען טאנצען ער קען זינגען ער קען קלאטשען ער קען רעדן
ממש א כל בו
וואס ווילן הערן א אידיש ווארט,
לאוו דווקא
וואס ווילן הערן א שובבי"ם תורה, צו א תקיעת שופר, כל נדרי אדער
הושענא רבא דרשות,
און אפילו טאנצען הקפות
און אפילו זינגען גלות גלות
אז מ'האט א רבין א טיפוש האט מען אזא פנים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 16:59 |
|
| |
ווערביןאיך;
A1
געוואלדיג!!!
SUPER SPECIAL!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 17:11 |
|
| |
נבוכדנצר,
איך זעה אז איך האב דיך טאקע ארויסגענומען פון די כלים,
SORY SORY, ואתך הסליחה,
איך ווייס נישט ווי אנצוהייבן, ווייל רוב תגובה איז נאר דיין אייגענע
שנאה מיינונגען, און צעווישן דיינע נארישע סטעיטמענטס ריקסטו אריין
כמה וכמה שקרים ווי גלייך דיין שרייבן מאכט דאס פאר א פאקט,
במילא איז אויף דעם נישט שייך צו טענה'ען,
נבוכדנצר, לאמיך דיר נאר פרעגן:
ווי זענען היינט צוטאג רובא דרובא אמאליגע שלעגער? הא?
פארוואס ביי אונז אהרונים איז שלום ושלוה מען שלאגט קיינמאל נישט
אפילו ווען א שונא קומט אריין, מען ווארפט קיינעם נישט ארויס, און ביי אייך
שלאגט מען, מען ברעכט הענט און פיס, און מען ווארפט ארויס ווער עס געפעלט
אייך נישט?
דער תירוץ איז פשוט, דער גאנצער שייגעץ ארויס דרשה האט איר אויפגעשפילט
במזיד פארקערט פונעם מכוון נאר להבאיש ריח צו זיין פאר מרן בעל ברך משה זי"ע,
געווען איז דאס ווען אין סאטמאר איז מען ארודך א געפערלעכן קריזיס,
מען האט זיך טעגליך געשלאגן, געבראכן שויבן, געפלעט טייערס, ס'איז ממש געווען
א מקום סכנה, האט דער רבי זי"ע געהאלטן א דרשה און זייער שטרענג אנגעזאגט
אז מען זאל זיך אויפהערן צו שלאגן, מען טאר נישט הייבן קיין הענט, העכסענס
ווען מען זעהט די מחוצפים זאל מען שרייען שייגעץ ארויס, אבער קיין הענט טאר מען
נישט הייבן, למעשה האט די דאזיגע דרשה זייער אסאך געהאלפן רעדוצירן דעם
ארגן מצב, איבער איר רשעים ואכזרים, אנשטאט צו געבן קרעדיט פאר רבי'ן
זי"ע פאר די שכל'דיגע און אחריות'דיגע דיבורים, האט איר גלייך אנגעהויבן מיט א שמוץ
קאמפיין אז דער רבי האט געהייסן שרייען שייגעץ ארויס, איי עיקר חסר מן הספר, איז
אויף דעם זאל זיך דער סיגוטער (ווי איר פלעגט עהם רופן) זארגן,
נבוכדנצר, אומזיסט וועסטו שרייען אז דער הייליגער ברך משה האט מבזה געווען
ר' אברהם'ען, ניין, ווייל ארויס געווארפן פון סאטמאר האט עהם דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע
דער בעל ברך משה האט זיך נאר נישט געלאזט דעריגירן פון עהם און האט מגלה קלונו
געווען ברבים, ער האט אויסגעזאגט ווער און וויאזוי זיין מאמע איז געגאנגען אנגעטוהן,
וואס האלסטו? האט דער ברך משה זי"ע געזאגט ליגענט?, איז דאס נישט אמת געווען?
אדרבה כאפ א שמועס מיט אידן פון דערהיים וועסטו געוואויר ווערן,
און איז ר' אברהם געווארן אויס פגום?, ניין!!! זיכער נישט, מען קען נישט ווערן
אויס פגום, א פגום קען זיין א גאון גדול, א פגום קען זיין א געוואלדיגער תלמיד חכם,
אבער א פגום בלייבט א פגום, דאס קען מען נישט טוישן,
איין זאך זעה איך, וואס פאר א זכי' סאטמאר האט, אז נישט ר' אברהםן און
נישט שמעון ווייס ליגן אין סאטמאר, איז דאס נישט א אפענער מופת פון אונזער רבי?.
איי געפעלט מיר דיין סטעיטמענט פון מה בין הדברי יואל להברך משה,
ווי דו שרייבסט:
מה בין ברך משה לויואל משה (דברי יואל בלע"ז)?
ווען דער רבי האט געזאגט נישט גיין צו די בחירות - גייט מען נישט צו די בחירות; נישט גיין צום כותל - גייט מען נישט צום כותל; נישט רעדן קיין העברעאיש - רעדט מען נישט קיין העברעאיש; ס'איז געווען א מחלוקת לשם שמים, סופו להתקיים, אבער די מחלוקת'ער פון ברך משה קוקט עפעס אויס אז אין סופו להתקיים,
נבוכדנצר, אויף וואס פאר א פלאנעט געפינסטו דיך?,
מילתא דעבידי לגלויי לא משקרי אינשי, ווארשיינדליך ביסטו נישט
בחזקת בר נש, זאג נאר נבוכדנצר, וויפיל אירע גייען נישט צו די בחירות, הא?
גאר א קליינער קומץ!!! ממש יחידי סגולה, און נאך אסאך א קלענערער עולם האלט
זיך צוריק פון צו גיין צום כותל, און העברעיש, יא, וויאזוי שרייבסטו? דער רבי האט
געהייסן נישט רעדן קיין העברעאיש - רעדט מען נישט העברעאיש,
נעבעך נעבעך, מיינסט עס טאקע ערענסט, מען רעדט נישט קיין העברעאיש?
אפשר אין טשיינע אדער אין רוסלאנד, אין ארץ ישראל רעדן ליידער רוב מנין ובנין פון
אחינו בני ישראל און אפילו סאטמארע די טמא'ענע שפראך עברעאיש, און דאס מאכט
אבסעלוט נישט קלענער אונזער הייליגן רבי דער בעל דברי יואל זי"ע,
לאמיר ווייטער זען, , וואס איז געווען דער פייט ביי אונז, איר האט פשוט נישט געוואלט
דער ברך משה זאל זיין דער סאטמארער רבי, איר האט נישט געוואלט רבי אהרן
זאל זיין קרית יואלער רב, איר האט נישט געוואלט קיין מוסד שערי חמלה, און קיין איינס פון דעם איז אייך ב"ה נישט געלונגען, און טאקע נאר פארן שרייען שייגעץ ארויס, והוא שעמדה לאבותינו ולנו,
נבוכדנצר, היינט צו טאג, שעמען זיך כמעט אלע בני יואל זיך צו אונדענטיפיצרן מיט די בני
יואל, (קענסט דאס מיט רעכט אנרופן ווערעמיג), אויסער ממש אפאר גאר עקסטרעמע
בני יואל'ניקס, זענען זיי זיך אלע צולאפן, א טייל קיין קאשוי, לייטנער, רבי לייבוש לייזער,
טאש, תולדות אהרן, זיי האבן געשריגן אז זיי דארפן נישט קיין טייטלבוים, אבער סוף כל סוף
זענען רוב פון זיי אנגעקומען צו זלמן לייב, (אויך א טייטלבוים),
נבוכדנצר, דיין שנאה צו אונזער רבי שליט"א איז בכלל נישט גרעסער פון דיין שנאה
צו זיין טאטע ז"ל, אלזא איז אונזער רבי שליט"א דער אמתער ממלא מקום!!!,
היינט צו טאג ווייסט יעדער ווער עס איז דער עכטער סאטמארער רבי און ווער ס'פראבירט
צו גנבענען דעם נאמען און די מוסדות סאטמאר, אמת, ווען מען זאגט סאטמארער רבי
פרעגט מען וועלעכער?, אבער די פראגע גייט אזוי, וועלעכער? דער תלמיד חכם אדער דער
עם הארץ? דאס איז די פראגע, אדרבה, לאמיך הערן א דרשה פון הרב וואזנער מיט אזעלעכע לשונות וואס ער האט געזאגט אויף אונזער רבי שליט"א זאל ער זאגן אויף דיין רבי,
לאמיך דאס הערן, לאמיד הערן א דרשה פון ירושלימער רב שליט"א (וואס איז אגב נישט
נחשד צו זיין א אהרוני) לאמיך הערן אזעלעכע דיבורים אויף דיין שטריק, צו דיבורים פונעם ראב"ד הרב שטערנבוך שליט"א, די וועלט זעהט באשיינפערלעך ווער ס'איז דער ממשיך דרכו פון רבותינו הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, אלטע אידן אין ירושלים האבן מיט טרערן אין די אויגן
געזאגט אז אונזער רבי דערמאנט זיי דעם הייליגן דברי יואל זי"ע, די פלאם פייערדיגע
דרשות!, די הארציגע תפילות!, אידן מיט זייערע משפחות זענען געשטאנען גאנצע נעכט ווארטן
אריין צו גיין צו אונזער הייליגן רבי לברך ולהתברך, דאס קומט נישט פון דזשיגאן טעיפס,
דאס קומט פון זיין ממית עצמו לילות כימים לתורה ולעבודה, פיקטשערס אין עולם החרדי מאכט
קיינעם נישט סאטמארער רבי, פון קלאפן מזוזות און טאנצן אויף חתונות ווערט מען נישט קיין
צדיק הדור, א צדיק הדור איז נאר ווער עס איז א מרביץ תורה, וויאזוי האט הרב וואזנער שליט"א
געזאגט?, כתר מלכות און כתר כהונה איז עובר בירושה אבער נישט כתר תורה, כתר תורה
האט מען נאר אויב מען הארעוועט אויף תורה, און דאס איז אונזער שטאלץ, מיר האבן א רבי
וואס האט כתר תורה,
אגב, מיז איך מודה זיין אז ווען דער רבי דער בעל דברי יואל זי"ע האט גהאט צו גאסט
צום סדר דעם פרישן וויזניצן חתן, זענען זיי געזעצן BACK TO BACK, דער חתן איז געזעצן
מיטן פנים צום עולם, און דער רבי האט זיך געזעצט אינטערן חתן מיטן פנים צו די וואנט,
איי מיין טאטע שליט"א וואס איז געווען ביי דעם סדר זאגט אז דער וויזניצער חתן איז געזעצן הארט
לעבן רבין, און דער רבי האט עהם אויפגענומען בפנים שוחקות, נו, קען איך דען גלייבן מיין
טאטן? ער איז דאך א פאלנער אהרוני!!!, ובפרט ווען נבוכדנצר זאגט פארקערט,
לסיכום הדברים: נבוכדנצר, קענסט שפייען בלוט, אבער סאטמאר, איך מיין דער
אמתדיגער סאטמאר איז נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן קומען זיך צוזאם צו הערן
דברי אלקים חיים, איז מען נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן טאנצן הקפות מיט א ברען
עד כלות הנפש, איז מען נישט באנקראט, ווען טויזענטער אידן קומען הערן תורה
די ערשטע נאכט יום טוב, מיטל נאכט, און שבת בראשית, (כאטשיג דער רבי זי"ע האט
נישט געזאגט) דאן איז מען נישט באנקראט, להיפוך סאטמאר בליט עשרת מונים,
באנקראט איז מען אז מען האט א רבי א פיסטער שטריק א עם הארץ, דאן איז מען באנקראט,
באנקראט איז מען אז מען קען נישט צוזאם קראצן קיין פופציג מענטשן צום טיש, דאן איז
מען באנקראט, באנקראט איז מען אז חודש אלול ותשרי ווען ביי אונז שטייען יעדע נאכט
הונדערטער אידן צו האבן די זכי' להכנס אל הקודש פנימה צו הייליגן רבי שליט"א צו באקומען
א ברכה לקראת השנה החדשה לברך ולהתברך, בו בזמן איז ביי אייך פוסט און וויסט
תוהו ובוהו, דאס איז באנקראט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2007 17:12 |
|
| |
איך שטעל מיך אויך צו צי די מחאה קעגן די דברי ניאוץ אויפן רבין זי"ע.
צו דיר נבכאדנאצר, קורץ:
1. די אישו איז דא לגמרי נישט געווען ר"א לייטנער, די אישו איז זלמן לייב טייטלבוים, פינטל.
2. די בעסטע לימוד זכות אויף זלמן לייב טייטלבוים איז נאר אז ער האלט באמת ביי זיך אין הארץ יעדעס איינציג ווארט וואס די האסט געשריבן, דהיינו אז ער האלט קלאר אז זיין טאטע האט זיך געפירט כל ימיו נגד התורה און ער איז דער ברא מזכא אבא וואס איז מתקן די עבירות פון זיין טאטע. עפ"ל!!! רח"ל מהאי דעתא!!! דאס אין בעסטן פאל. 3. איך מצידי בין זיך גענצליך מחולק מיט דיר, איך האלט אז דער זלמן לייב, איז נישט מער וואו א פארשטינקענער חונף און א בלאפער ער ווייסט נישט פון זיין חיות צו זאגן פון ר"א לייטנער, ער איז געבינדען הענט אין פיס צו די אלע שונאי אביו, ער ווייסט אז די מינדעסטע ריר ער טוט קעגן זיי קען ער פארשפארן זיין ביזנעס, דעריבער איז ער גרייט צו פארקויפן זיין הייליגן טאטען מיטן באשאפער פאר זיין נזיד עדשים.
i leave it at that
|
|
|
|
|