בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/11/2007 19:55 לינק ישיר 

רבותי איך האב היינט גענומען OFF פון מיין ארבייט צו קענען ענטפערן די טיפשים,
ביטע אריין שיקן א שטיקל באשטייערונג צו מינימיזירן דעם שאדן פון $300 וואס איך האב דערפון!!!

ווערבינאיך!!!,
אזוי? דו ביסט עלטער פון מיר?
דו געדענקסט נאך ווען אלע זקני הרבנים האבן זיך געריקט אין א זייט כדי
דער "שווארצער" סיגוטער (ווי די רופסט עהם)  וואס איז נאך ממש געווען א אינגערמאן, זאל קענען זיצן
דער ערשטער לעבן רבי'ן זי"ע?, דו געדענקסט נאך ווי מען האט געציפט דעם סיגוטער און גערודפט
בציווי הרבעצין ז"ל, אפשר געדענקסטו נאך ווי מען האט געפייניגט דעם רבינס טאכטער רויזעלע ז"ל?
(איך דארף פונקטליכע אינפארמאציע פון יענע תקופה, ווייל משה גבאי האט צו געזאגט אז ער
גייט מאכן פון אונזער רבי שליט"א "א רויזעלע!!!),

איך האב הנאה אז דו געדענקסט ווי דער הייליגער בעל ברך משה זי"ע האט שטארק פראבירט
מקרב צו זיין דעם קאשויער רב ז"ל און ר' אברהם לייטנער ז"ל, אמת ויציב, איך געדענק
דאס אויך, ער האט מיט כח פראבירט צו פארמינערן די קנאה שנאה פון געוויסע רבנים וואס האבן
פשוט נישט אויסגעהאלטן אז דער סיגוטער רב איז פלוצלינג געווארן דער סאטמארער רבי,
דער סיגוטער רב איז געווארן נשיא התאחדות הרבנים און נשיא עדה החרדית, און די קנאה
האט אנגעהויבן צו פלאקערן, האט דער הייליגער ברך משה ז"ל וואס איז כידוע געווען בבחינת
האיש משה עניו מאוד, א אוהב שלום ורודף שלום, האט פראבירט מיט צו ארבייטן מיט נאך רבנים,
יא, איך געדענק ווען דער ברך משה האט אנגעפירט א זיצונג מיט רבנים און איז געזעצן אויבן אן
ווי עס פאסט פארן נשיא התאחדות הרבנים, און אזוי ווי דער קאשויער רב זצ"ל איז אריין געקומען
האט ער זיך גערוקט אין א זייט אז דער קאשויער רב זאל אויך קענען זיצן אויבן אן,
משה גבאי האט אנגעהויבן צן קאפן מיט די פיס און צוריק ריקן דעם רבי'ן אבער ס'האט עם נישט
געהאלפן דער איש משה עניו מאוד האט זיך נישט געלאזט, אבער וואס איז שפעטער געווארן?,
ר' אברהם לייטנער וסייעתו האבן עכט געמיינט אז דער רבי נעמט זיי אריין אלץ שותפים אין די סאטמארע
רביסטעווע, זיי האבן אנגעהויבן צו זאגן מיינונגען אין הנהגת סאטמאר און האבן פשוט אנגעהויבן
דעריגירן און פארפירן מיינענדיג אז סאטמאר איז געווארן א שטח הפקר, און דאס איז געווען ווען
דער הייליגער ברך משה זי"ע האט אראפ געלייגט א פיס און געזאגט עד כאן, דא בין איך בעל הבית
און פונקט ווי איך זאג נישט קיין מיינונג אין קאשוי און אין בנין דוד מאנטעוועדעא, בין איך נישט 
אינטרעסירט צו נעמען ארדערס פון ענק, און דאס איז געווען די התחלה פון די מחלוקה,  

אינטרעסאנט, דער ברך משה האט געהאט א זוהן א חכם עתיק, א נועם המידות, און זיך בכלל נישט
מתייעץ געווען מיט עהם, עיצות האט ער נאר גענומען פון זיין זוהן דער פערד (כלשונך הטמאה עפ"ל),
יא, ווען ער איז געזונט געווארן משנת תשנ"ט ולאילך האט ער זיך געכאפט ווי ראנג ער איז געווען כל שנות חליו
יא, דאן האט ער איינגעזען זיין מעכטיגן טעות און זיך אנגעהויבן מתייעץ צו זיין נאר מיט זיין בנו מחמדו דער
זיסער זלמן לייבעלע, כאטשיג פון מאל צומאל איז ער אביסל צוריק קראנק געווארן, למשל ווען ער האט
בפני עם ועדה טאקען ווען זלמן לייב האט חתונה געמאכט און מען האט נישט געוואלט ברענגען קיין 
בענקל פאר רבי אהרן, האט ער זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אז אויב ברענגט מען נישט זאפארט 
א בענקל גיט ער עם איבער זיין בענקל, אבער ווי געזאגט דעמאלטץ איז ער אביסל צוריק קראנק געווארן
א זאך וואס עס טרעפט ביי אסאך עלטערע אידן, אבער אין אלגעמיין ווען ער האט נישט געוויסט
צו עס איז זונטיג צו מאנטיג, דאס הייסט ווען ער איז געווען פאלקאם געזונט האט ער נאר געוואלט
הערן דעם חוות דעת און דעת תורא פון בנו מחמדו וחביבו !!! ,
[
ווערבינאיך, אפשר זאגסטו מיר, וויאזוי עס איז געלונגען פאר אזא פערד (עפ"ל) צו האבן צענדליגע טויזענטער
חסידים, רוב מנין ובנין און רוב זקני תלמידי רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך אנגעקלעבט אין עהם, מילא אז
פאר דיין שטריק איז געלונגען צו האבן עטליכע הונדערט שונאי סאטמאר איז מיר נישט שוער,
ער איז דאך נישט קיין פערד, ער איז דאך א פיקח עצום, אבער פאר א פערד זאל אזוי גיט גיין
איז פשוט א תמיה עצומה,

אזוי? ר' אברהם האט קיינמאל נישט גערעדט אויפן ברך משה? איך פארשטיי אז ווען דער ברך משה
האט עפעס געזאגט אדער געטוהן, איז דאס עכט געווען אהרן מדבר מתוך גרונו של משה, און עכט
האט דאס אונזער רבי געזאגט אדער געטוהן, אבער דאס אז ווען מען רעדט אויפן ברך משה זאל הייסן
אז עכט רעדט מען אויף קרית יואלער רב דאס האב איך נאכנישט געהערט, יעדען שבת ביי שלש סעודות
מידי שבת בשבתו האט ער גערעדט אויף "זייער פירער" ווי ער פלעגט צו רופן דעם ברך משה, (יא, ניבא
ולא ידע מה ניבא) ער האט אויף עהם גערעדט מיט א זילזול שאין כמוהו, וויאזוי קענסטו לייקענען השמש
בצהרים, די טעיפס זענען יענע צייט געווען גיט פארשפרייט, און יעדער האט דאס דאן געהערט,
SO STOP THE CRAP,

אלזא ווערבינאיך, האסט מיך אפגעפרעגט מיט דיין סטעיטמענט אז ר' משה מנחם זאגט דאס נישט,
זאג נאר, האסט עהם געפרעגט?, איך געדענק נאך ווען ער פלעגט דאס יא צו זאגן, קען זיין אז
היינט ווען ער דינט דעם פאלשן רבין מעג מען שוין זיין פאלש, און וואס איגנארירסטו דעם צווייטן
נאמען פון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א, איז ער נישט באגלייבט?

כא כא כא... דרך ארץ פאר א איד א תלמיד חכם, אפשר זאגסטו ווען איז ר' אברהם געוארן
א תלמיד חכם? אפשר ווען ער האט זיך צו געשטעלט צו עהם צו פייטן סאטמאר?, און וואס
טיט זיך מיט אנדערע תלמידי חכמים, ס'איז דא א איד וואס הרב וואזנער שליט"א זאגט אז ער איז
באשאנקען מיט כתר תורה, הרב שטערענבוך שליט"א זאגט אז ער איז דער גרעסטער מרביץ תורה בימינו,
דער ירושלימער רב שליט"א זאגט אז דער איד איז מחייב אלע רביס בזמנינו, און דער איד איז
פערצאפאל אחיו הגדול "כבד את אביך ואת אמך, את לרבות אחיך הגדול" אפשר וואלט געפאסט ער
זאל זיך איבער בעטן מיט דעם תלמיד חכם, הא?, יא, אפשר אביסל "הכנעה" פאר א עלטערן ברודער,
זעהסט, אויף מידות און חכמה קען איך נישט פרעגן, ווייל וואס פאר א בעל מידות דיין שטריק איז, ווייסן 
מיר דאך אלע, איך האב געהערט פון א  קלוגן איד (דו האסט דאך ליב איבער צו זאגן דבר חכמה פון
קלוגע אידן) אז ווען מען רעדט אביסל מיט זלמן לייב ווערט געוואר אז ער איז אסאך א גרעסערער
תלמיד חכם ווי א נועם המידות... זייער א טיף ווארט ודפח"ח,

ווידער חכמה?, וועל איך דיך פרעגן,  וויפיל חכמה פארלאנגט זיך צו טאנצן מיט יוסל וואלדמאן, הא?
איינער וואס האט גערופן דיין טאטן כומעינו, (יא, איך ווייס אז עכט האט ער געמיינט דעם קרית יואלער רב!!!),
וויפיל חכמה דארף מען צו זאגן אז שמעון ווייס איז געווען א ידיד נאמן פארן טאטן?,
(א זאך וואס האט ארויס גערופן א מעכטיגן גלעכטער פונעם גאנצן ציבור אינמיטן די לוי' 
עד כדי כך אז די אנשי חברה קדושה זאגן אז אפילו דער נפטר האט אויך געשמייכעלט,
און אז עד היום איז שפתותיו שמייכלדיג בקבר), וויפיל חכמה דארף מען צו גיין מספיד זיין איינעם
וואס איז געווען א שונא מובהק פאר דיין טאטן?, וויאזוי האט א באקאנטער רב, א רב וואס האלט כסדר
דרשות אין ראדני, א רב וואס הייסט אין די גאס איינער וואס איז נוטה צו זלמן לייב, געזאגט די וואך אין 53
בית המדרש, אז אפילו די גרועים שבאומות ווייסן צו שעצן א טאטן, און וואלטן קיינמאל נישט מכבד געווען
א שונא פונעם טאטן, און טאקע דריבער מאכט מען נישט קיין ברכה אויף מצות כיבוד אב ואם, און אזוי אויך
אויף צדקה און גמילות חסדים, ווייל דאס איז א מצוה שכליית, ס'איז שכלדיג אז א מענטש און אפילו א גוי
וועט מכבד זיין און נישט פארשעמען אן אייגענעם טאטן, על כל פנים דער חכם מחוכם דער פקח עצום
זלמן לייב טייטלבוים פארשטייט בעסער פון זיין טאטען, ער פארשטייט בעסער פון יעדן נארמאלן מענטש,
און פארשטייט אפילו בעסער פון די פשוטע גויים, יעדער איז מכבד א טאטע, און ער מיט זיין חכמה נפלאה
איז פראסט און פשוט מבזה זיין אייגענעם טאטן.

זאג נאר ווילסט דאס צוגלייכן צו די ספינקא מחלוקת? לא הרי זו כהרי זו, אין קראלי איז געווען א פלאקערדיקע
מחלוקה צעווישן רבי אביש ז"ל און דער רבי זי"ע, די מחלוקה איז געווען אז דער רבי האט געאסרט א שוחט און
ער האט מתיר געווען, פון רבי אביש ז"ל האט מען קיינמאל נישט געהערט א ווארט אקעגן רבין, קיינמאל,
האט ער נישט צוריק גענטפערט, מען האט עהם אנגעטוהן צרות צרורות כדרכם של חסידים ותלמידים,
אבער פון עהם האט מען נישט געהערט, סא, נישט דער רבי האט גערעדט אויף רבי אביש, און נישט רבי
אביש האט פערזענדלעך גערעדט אויפן רבין, ווען רבי הערשעלע ז"ל איז געקומען קיין אמעריקא, די מחלוקה
איז שוין מער נישט געווען אקטועל, האט ער מחליט געווען צו זיין נכנע אינטערן רבין זי"ע ער האט זיך אינטער
געווארפן כעבדא מרי קמיה, און ווי א חסיד איז ער כסדר געקומען צום רבין, נו, אוודאי האט עהם דער רבי ז"ל
מקרב געווען, דער סכסוך איז דאך נישט געווען מיט עהם, אבער דא, דער ר' אברהם איז דאך
דער זעלבער ר' אברהם, דער זעלבער מענטש, ר' אברהם האט קיינמאל נישט צוריק
געצויגן פון זיינע אטאקעס אקעגן זיין טאטע, ער האט קיינמאל נישט מפייס געווען דעם רבן של ישראל, 
און דאס איז דאך דער זעלבער מענטש וואס האט פערזענדלעך אטאקירט דיין טאטן, מעגסטו דען גיין צו
עהם?, איז דען שייך א גרעסערער ארור מקלה אביו?,
    
העי, ווערבינאיך, אל תמנע טוב מבעליו!!! רוף שוין אן דעם בעלזן און זאג עהם אז דו ווייסט
אז ער חלשט צו מאכן שלום מיט זלמן לייב אבער ביי מיסטעיק רופט ער אלץ אן דעם ברודער'ס
טעלעפאן, און חנפה'עט גאר צו זיין עלטערן ברודער, אגב, פארוואס טאקע נישט? פארוואס וויל נישט
זלמן לייב שלום מאכן מיטן בעלזער?, איז ער נישט געווען גענוג א גרויסער שונא פאר זיין טאטע
אז ס'זאל זיך לוינען שלום צו מאכן מיט עהם?, דער נועם המידות האט יעדן מוחל געווען, פון יוסל
וואלדמאן, שמעון ווייס, יצחק לייב וויינגארטן, ר' אברהם לייטנער ז"ל, וכו' , נו פארוואס נישט מיטן
בעלזער? מיט וואס איז ער ווייניגער?, ווייסטו וואס פאר א כבוד זלמן לייב קען האבן אין ארץ ישראל נאכן שלום
מאכן מיטן בעלזער? שטעל דיך פאר, ביים קבלת פנים אין ירושלים עיה"ק, וועט פון איין זייט זיצן זיין
ידיד נאמן דער חבר הכנסת, און פון די צווייטע זייט דער בעלזער רבי, און די אהרונים וועלן פלאצן!!!
ווערבינאיך טוה צו דערזאך, זעהסט,  איך בין נישט אזוי שלעכט, איך פארגין אייך כבוד מלכים, און געב אייך
גיטע עצות,

יעצט צו ענדע וועל איך ענטפערן די גרויסע מעטיגע קשיא,
ווערביןאיך???
די קשיא ענגברט יעדן רעכט דענקענדיקן מענטש,
יעדער נארמאלער מענטש וויל באמת וויסן ווער דו ביסט,
וועל איך דאס ענטפערן,
דיין ניק אין היידפארק איז נבוכדנצר,
און דיין אמתער נאמען איז.................................
זלמן לייב טייטלבוים 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 20:15 לינק ישיר 

ווען איך האב געהערט אז דער נפטר איז בסך הכל אלט געווען 78 יאר
איז מיר געווען א שטיקל פלא, אז שוין מיט 15 יאר צוריק , האט ער ביי א דרשה (קעגן סקול דיסטריקט) געזאגט אויף זיך אז ער איז פון די "זקני הרבנים", זייענדיג בלויז נישט מער ווי 63 יאר.

אויסערדעם האב איך געהערט, אז אין תשכ"ח, ווען מרן בעל דברי יואל איז ליידער פארשלאפט געווארן פונעם סטראוק ל"ע, האט דער נפטר רבי אברהם, זיך גוט נאכגעפרעגט צי דער רבי איז בכח צו פירן ווייטער די הנהגה וכו'?

ער האט דאס געפרעגט פון ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל און אנדערע געוועזענע אקטיווע פירער פון קהל יטב לב.

קומט אויס אז בשעת'ן רבינ'ס פטירה איז ער נאכנישט געווען קיין בן ארבעים...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 20:25 לינק ישיר 

יענקעלע
און דאס וואס ר' אברהם האט נאך נאך די פטירה פונעם בירך משה, פארפירט אז מ'מוז מאכן א וואנט צווישן אים אינעם דברי יואל?

אפשר האט אים רז"ל געדארפט גיין איבערבעטן ר' אברהמע'ן ביי די לויה, אז ער האט אים ליידער נישט געקענט פאלגן... ווייל ער איז נישט באלעבאס!




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2007 20:32 לינק ישיר 

ארגינעלער, וואו קראנט איז די מעשה מיטן וואנט? איך האב עס אויך געהערט, אבער נישט קראנט, די ווייסטעך ווי אזוי מעשיות גייען. האט טאקע ר' אברהם קלאר געבעטן זלמן לייב אין די שבעה פון רבין אז מ'זאל לייגן א וואנט?

אבג, אויב ער האט געענטפערט אז ער איז נישט בעה"ב, איז ער גראדע וואויל גערעכט, איך בלעים איהם נישט, ווייל קהל יטב לב בראשות ר' בערל פר"מ איז בעה"ב. ווען ער איז ווען בעה"ב וואלט ר' אברהם געווען אינעם אוהל און זיין טאטע צווישן די נפלים, רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 20:44 לינק ישיר 

וערביןאיך

ביסט א פאלנער ליגענער

די רבי שליט"א האט קיינמאל אין זיין לעבן נישט געזאגט קיין ווארט ברבים קעגן ר' אברהם לייטנער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:06 לינק ישיר 

יענקעלע יענקעלע געבענטשט זאלסטו זיין פארן נעמען די מי אפציענטפערן די אלע שקרים וכזבים פין די כת הרשעים כים נגרש, יעדעס ווארט וואס די שרייבסט איז דאך גינג גאלד, אין אמת ויציב, אין טאקע פאר דעם ווייל די אינטערנעט פארט אזוי ארום אין די גאנצע וועלט דארף מען טאקע יא צירוקענטפערן, ווייל נאך אלעם פארגעסען מענטשען אלטע געשיכטעס, אין אמאל קען זיך מאכן אז קומט אזא איינער ווי דער "נבוכדנעצאר" וכל שום וחניכא דאית לי', אין הייבט אן צי שרייבן שקרים אין קיינער קען נישט אויף ווייזן אויף די מינוט זיינע געמיינע ליגנטס, אלזא א דבר בעתו האסטו געטוהן צי נעמען off פון די ארבעט היינט אפציענטפערן די אלע שוטים? רשעים למניהם ויסכר פי דוברי שקר.

נאכאמאל א גרויסן ישר כוח יענקעלע11 אין אויך פאר דזשוליאני 08 (א גיטער פריינט מיינער) אין אלע אנדערע, דער דברי יואל אין דער בירך משה זצוק"ל וועלן ענק זיכער באצאלען מיט כל טוב.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 21:09 לינק ישיר 


יענקעלע,
אגב רוגזך לא דק
איך האב געשריבן אויף ר' אברהם אז ער איז געווען פון די שווארצע.

די מאכסט דעם אנשטעל כאילו דער ברך משה האט זיך שואל עצה געווען מיט זיין זין פון קר"י
האסט א טעות ער איז פארנומען געווען יומם ולילה צו ווישן זיין .... און דאס איז אויך געווען די סיבה פארוואס
ער האט געשטעלט רז"ל אין די זייט.

די פרעגסט

אפשר זאגסטו מיר, וויאזוי עס איז געלונגען פאר אזא פערד (עפ"ל) צו האבן צענדליגע טויזענטער
חסידים, רוב מנין ובנין און רוב זקני תלמידי רבותינו הקדושים זי"ע האבן זיך אנגעקלעבט אין עהם,

דער תירץ איז אז רוב זקני תלמידי רבינו זי"ע זענען טאקע נישט דארט

אינטערעסאנט אז עס איז נישטא קיין איין טעיפ קיין איין מאמר פון ר' אברהם קעגען דעם ברך משה און די האלטסט און איין
איבערחזרן דעם זעלבען שקר נאכאמאהל און נאכאמאהל,
יא אמת קעגען דעם גייסטיגען פירער פון קר"י איז דא אסאך אבער אויף דעם איז ר' אברהם נישט דער איינציגער
כמעט אלע ערליכע אידן פונעם פריערדיגען דור וואס זענען נאר נאענט געקומען צו דעם בהמה האבען זיך אויף דעם טיפוש אויסגעדריקט כל מיני לשונות של גנאי.

די פרעגסט ווען ר' אברהם איז געווארן א תלמיד חכם

פרעג זיינע תלמידים
ר' געציל
ר' ישראל חיים מנשה
ר' זלמן לייב פילאפ
ר' משה מנחם
ר' שלמה לייב וויינבערגער
וכו' וכו'

רב וואזנער מיט רב שטערענבוך מיטן ירושלימער רב זאגען די זעלבע און אסאך שענערע זאכען אויף
רז"ל, אוודאי ווייסטו נישט דערפון ווייל און בלאט ווערט דאס נישט דערמאנט.

דערנאך נעמסטו זיך איבער דעם ענין פון כיבוד אב

די אימפארשעמטער יונגאטש ווי איז נאך געווען אינדערוועלט אזא ביזוי אב ורבו ווי דעס רופען אין קארט אויפען גאס
א אייגענעם טאטען, איך דארף נישט קיין רב אין 53 ביהמ"ד זאל מיר זאגען אז אפילו די גרועים שבאומות
קענען נישט טיען אזא זאך צו א אייגענעם טאטען
און דא רעדט מען נישט פון קיין שליח נאר בכבודו ובעצמו פון זיין אייגענעם טשעקינג אקאונט האט ער באצאלט דערפאר
אויף דעם שטייט נישט ארור מקלה אביו?
פון עם דארף מען זיך לערנען כיבוד אב?
אזא ביליגער און שמיציגער שוטה אידיאט איז נאך נישט געווען מיום בריאת העולם
ווייל זיין טאטע האט עם געזאגט טייל דיך מיט דיין ברידער און די ירושה וועגען דעם מעג מען רופען א טאטען און קארט?

און דעס אלעס איז נאכדעם ווי
זיין טאטע האט זיך מוסר נפש געווען פאר עם קוק וואס ער האט עם באצעלט
זיין טאטע האט זיך צוקריגט מיט אלע רבנים נאר פאר דעם שוטה רשע גס רוח קוק וואס ער האט עם באצאלט
זיין טאטע האט אלע גוטע פריינד פארלוירען קוק וואס ער האט עם באצאלט

און ווען ער האט געמיינט אז זיין טאטע וועפט שוין און עס איז שוין געקומען די צייט צו שיקען זיין טאטען אין
נוירסינג האם אריין איז ער געוואר געווארען אז זיין טאטע ווייסט נאך יא עפעס
און זיין טאטע האט זיך מיישב געווען גענוג איז גענוג אין געברענגט זלמן לייב קיין וויליאמסבורג

עס האט נישט געהאלפען שיקען די בחורים שטויסען און צובליטיגען זיין אייגענעם טאטען שפאצירענדיג און קר"י
עס האט נישט געהאלפען זיינע דרשות אז זיין טאטע איז אויסגעוועפט
דאס אלעס איז געווען פאר גרויס כיבוד אב
אויף דעם שטייט נישט ארור מקלה אביו?
און פון עם דארף זיך רז"ל לערנען הלכות כיבוד אב?

איך האב נישט קיין טענות צו דיר ווייל אז מ'דרייט זיך לאנג מיט אזא בהמה עסט מען אליינס שטרוי

צום לעצט
איך האב פאר דיר נייעס דער בלזער האלט און איין שיקען שליחים צו ר' זלמן לייב אונטערעסאנט אז ער האט דיר דאס נישט מודיע געווען





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:15 לינק ישיר 

פאר די וואס ווילן זעהן ווער האט גערעדט אויף וועם
 
אדער זאלען קויפן דעם ספר מלחמת חובה וועלן זיי אליין נישט גלייבן וואס זיי וועלן דארטן זעהן. נאכדעם וועלען זיי שוין נישט האבן קיין קשיות אויף די דיבורים פונעם ברך משה זי"ע

אז נישט זאלען זיי לייענען וואס איך האב געשריבען בשם אומרו. אין סוף פונעם אנדערען ארטיקל (אשכול) פון דעם דעם זעלבען פורום.
"חבר הכנסת שיין אויפגענומען אין טענקער בית המדרש אין בארא פארק"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 21:40 לינק ישיר 

verbeenich די ביסט א פוסטער משוגענער א שקרן איך האב נאכאמאל איבער געקוקט דיינע מיט יענקעלעס תגובות, יענקעלע ענטפערט זייער גיט מיט באוויזן אין פאקטן, אין די ענטפערסט סתם שיסט צירוק מיט סתם שקרים אויסגעזויגען פון די פינגער וואס איז אפילו נישט כדי צי ענטפערן.

איין זאך בין איך מחולק מיט יענקעלע11 ער זאגט אז "ווערבינאיך" איז זל"ט, ולולא דמסתפנא זאג איך אז דער "ווערבינאיך" איז נישט קיין אנדערער ווי דער בן פראדל שר"י אליינס, פאר וואס זאג איך אזוי ווייל כמעט די זעלבע ווערטער, מיט די זעלבע מאס "שוים" ווי ער שרייבט דא האט ער אמאל געשריגן אופן גאס , עס איז געווען שמחת תורה ביינאכט תשסה לפ"ק נאך די הקפות אין טענט ווי טויזענטער יודן בלי גוזמא האבן אהיים שפאצירט אויף בעדפארד עוו. אין דער שוואנץ דער משתבק איז געשטאנען ביי בעדפארד קארנער ראסס, געשימפט אין געשאלטן אלעם בייזן, ולא נתקררה דעתו המטורפת, ביז ער האט געשאטן דברי בוז וקלון, אויף רבינו שליט"א, (דעמאלטס נאך רב הצעיר דסאטמאר) ממש געהוי ווי ער שימפט דא יעצט אינטערן ניק "ווערבינאיך" ,איך האב דאס געהערט, אין נאך אנדערע צענדליגע דורכגייער, (מרוב כעסו האט ער זיך נישט געשעמט אזוי צי ליארעמען אופן גאס, בא לידי כעס בא לידי טעות) במילא איז דאס נישט קיין גילוי ווייל דער אקס דער אזוי געריפענער משתב"ק האט זיך דא אליין'ס מגלה געווען. איך האפ אז די מנהלים וועלן דאס פארשטיין....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 21:45 לינק ישיר 

 איך זע נישט קיין שום תועלת אין דעם אשכול, סיידן בזיון דאס מבזה זיין גדולי ישראל באופן נורא ומבהיל.


אזעלכע זאכן טאר נישט אויסגעלופטערט ווערן אין דער פאבליק, אודאי נישט נאך זייער פטירה.

עס איז אבער יא אינטרעסאנט צו ווייזן , וואס א סאטמארער חסיד האט זיך אויסגעדריקט, אז דער אהונישער רבי איז היינט אויסגעשלאסן פון סיי וועלכע סאטמארער זאך, ווי נאר עס איז האנדעלט זיך מיט סאטמאר (און איך מיין נישט די היינטיגע יונגעלעך, נאר פון די צייטן ווען וועלט איז נאך געווען וועלט) . 

איז עס דען א וואונדער אז די אהרונישע יונגעלעך דא זענען אזוי צעטראגן? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 22:21 לינק ישיר 

ציטראגען? כא כא כא כא כא כא

יא אפשר מיר זענען ציטראגן מיט די טויזענטער יודן וואס קומען הערן הושענה רבה דרשות אויף האפפער סטריט פינעם צדיק הדור, אין עטץ זענטס "העעעעעעעעפי" מיט ענקערע טויזענטער מענטשען וואס איגנארירןן אין זענען נישט אינטערסירט אין ענקער שטריקס הושענה רבא דרשות הקפות מגילה ליינען, (עיין בגאגעל יוטאב וכו') אין קומען זיך נישט געזעגענען וכו' די ליסט איז גרויס, הא דוד46 , קאט די קרעפ פליז.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 22:23 לינק ישיר 

פאקט בלייבט פאקט:


דער אהונישער רבי איז היינט אויסגעשלאסן פון סיי וועלכע סאטמארער זאך, ווי נאר עס איז האנדעלט זיך מיט סאטמאר




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 22:32 לינק ישיר 

דוד וועלעכע סאטמארע זאך?

ער איז סאטמארער רבי!!





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2007 22:36 לינק ישיר 

ער קען זיין ביז איבערמארגן, אבער אז ער האט קיין שייכות נישט צו סאטמאר איז עס נאר דער נאמען אן קיין סחורה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2007 22:39 לינק ישיר 

איך זעה נישט וואס מ'מאכט דא א גאנצן בראטעל פונעם נפטר.
אין מיינע אויגן האט זיך דער נפטר אליינס באגראבן מיט'ן גיין צו די אראבער.

און רעב זאלי האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א וועלטס לוזער, ווען ער האט געהאקט אין דער איד אויף אים, בלויז מיט עטליכע חדשים צוריק, און דא האט ער אזוי געוויינט מיט קראקעדיל טרערן ביי זיין הספד.

און צום לעצט 2 פראגעס צו ווערביסטו:

(1)
ווען עס קומט צו לייגן א נאמען אויף די מתיבתא.. מאכן זיין געוואלדעס, אז דער בירך משה טאר נישט דערמאנט ווערן דארט...
א שעה דערויף, ווען מ'דארף פארענטפערן משה גבא'יס מיט זאלי'ס לוזערישע און פערדישע שריט, שרייען זיי... דער רבי איז שולדיג אין אלעם... נישט משה גבאי.. נישט דער בירך משה האט געזאגט פגום... נאר דער קרית יואל'ער רב האט אים געהייסן....
אלזא, אויב דער בירך משה איז נישט שולדיג, פארוואס לייגט מען נישט ארויף דעם טאוועל...!

(2)
די זאליס זענען אין ציוניסטישן קאורט שוין איבער א יאר... און מ'האוט נישט געהערט קיין ווארט פון קיינעם פון די פעיראלל דיינים, און אויך נישט פונעם גרויסן נפטר זצ"ל... וואס צייגט דאס?!

איינמאל היפאקריטן
צוויימאל היפאקריטן
דריימאל היפאקריטן




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה הג"ר אברהם לייטנער ז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.