| נשלח ב-4/11/2007 04:00 |
|
| |
שומו שמים. מקוה טהרה פסול. אן השקה
די מקוה טהרה אין וויליאמסבורג, האט פאריגע וואך דאנערשטאג נישט געהאט קיין השקה. און ס'איז געווען פסול. רחמנא ליצלן. שומו שמים וואסערע שרעקליכע מכשולות - שוידערליך.
פארוואס
ווייל מ'האט געשיקט א סובפינע און ערכאות קעגן הרב עזריאל יודא כ"ץ שליט"א
שייע וויינשטאק מיט שאול פערשלשטיין האבן אים גע'מסורט אין ערכאות אז ער כשר'ט געלט - שומו שמים.
איצט איז די מקוה נישט געווען כשר דאנערשטאג ביינאכט - ווער ווייסט די נאכפאלגן - רחמנא ליצלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 13:27 |
|
| |
אנטשולדיגט, דאס הייסט איבערגעצויגן די שטריק, און טאקע צו שטארק.
ס'איז וואר אז די זאליס האבן אריינגעגעבן זייער מיאוס'ע און אפענע מסירות קעגן ר' "רזיאל"
יודא כ"ץ - וועלכער איז אגב אין די בראשית יארן פון די פאליטיק געווען א גרויסער זאלי, וואס
האט זיך געעפנט די אויגן נאכן איינזען מיט וועמען ער האנדלט, בפרט אין די אויסטערליש האקעלע
ענינים - און דאס איז א פרשה פאר זיך.
אבער פון דארט ביז מעלדן אז די מקוה איז פסול?! איר זענט אויפן קאפ געפאלן?! עמיצער גייט נאך
אזוי ווייט ווי נוצן דאס ווארט "נידות"?!
ס'איז א טרוקענע הלכה אז "כל המצויין אצל מקוה מומחין הן", מ'קען זיך אפשר אפילו פארלאזן אויף
די פרויען זעלבסט וואס ארבעטן דארט. איך בין טיף איבערצייגט אז מען האט זיכער געמאכט אז די
מקוה איז כשר (אפגערעדט דערפון וואס אפילו אן השקה קען מען נוצן פארשידענע צירופים מכשיר צו
זיין די מקוה בדיעבד).
ביטע נישט אריינרעדן אין זאכן וואס איר האט נישט קיין ידיעה. ס'איז נישט קיין קינדער שפיל צו
נוצן אזוינע האקעלע טעמעס פאר פאליטיק.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 19:17 |
|
| |
לויט ווי איך פארשטיי איז עס א פייט צווישן די עקסטרעמיסטישע און נארמאלע זאליס, ווייל ריח"מ פרידמאן האט געזאגט פאר הרב כ"ץ, אז "וויאזוי האט מען דיך געקענט ארויסווארפן? דו ביסט דאך מיין משגיח?"
אויך משה דוד נידערמאן און אנדערע נארמאלערע זאליס נעמען זיך אן פאר הרב כ"ץ.
אבער דערווייל איז די מקוה אן א השגחה, און ס'דא גרויסע שאלות, איז דעריבער בעסער אז מען זאל זיך צוריקהאלטן פון גיין אהין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 19:25 |
|
| |
דער שלעגער יואלי שטערן פירט דערווייל די מקוה.
ווער עס קען אים ווייסט אז ער ווייסט נישט וואס קיין מקוה מיינט, נישט קיין השקה, און גארנישט.
די מקוה איז ליידער אויף הפקר, און עס איז נישט כשר.
ר' מנשה פריעדמאן זאגט פאר יעדעם אז ר' עזריאל יודא איז נשיט ארויסגעשטעלט ווייל ער איז זיין משגיח, און עס איז נישט מעגליך אז מען האט ארויסגעשטעלט זיין משגיח אן זיין רשות.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 19:30 |
|
| |
געגאנגען, יא יא, די מצב איז ליידער ביטער ווי א זית. דער הרב כ"ץ איז שוין נישט דארט א וואך צייט, און די מקוה ווערט געפירט אן קיין גוטע השגחה, וואס האט געברענגט די שרעקליכע מכשול. קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס גייט דארטען פאר, אבער טאקע דעס איז די חורבן, ווייל "קיינער" ווייסט נישט. סאיז דא א טעיפ ווי ריח"מ פר"מ רעדט צו הרב כ"ץ און ער זאגט אים קלאר אז "ער" (כ"ץ) איז די משגיח אין די מקוה, און ווען הרב כ"ץ פרעגט אים ווער האט געמאכט די לעצטע וואך די השקה האט ער אים גענטפערט "מסתמא דו"- און ער דארף הייסן די בעל מכשיר, ווען הרב כ"ץ איז שוין נישט דארט א וואך צייט!!!!! די רב שליט"א האט נעכטן געמאלדען אז מפלאנט אי"ה בקרוב צושטעלען א נייע מקוה פארן עולם, וואו די כשרות פון די מקוה וועט זיין העכער פאליטיקס!!!!!!!
רחמנא ליצלן ווי נידעריג מענטשען קענען גיין!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 19:54 |
|
| |
די קאץ איז איז ארויס פון זאק, די ארונים ווילן עפענען א נייע מקוה!
דאס איז טיפיקעל ארונישע רעטאריק פארן זיי ווילן עפענען א נייע זאך, מבני_בניו א דאנק פאר קלאר שטעלן די פאקטן.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 20:01 |
|
| |
וואס טוט מען דערווייל, מען גייט קיין פאפא? צעלים?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 20:14 |
|
| |
היינט זענען די זאליס אברהם מאיר רייך מיט אברהם בער יאקאבאוויטש געלאפן צו ר' מנשה בעטן א צעטעל אז די מקוה איז כשר וישר, אבער ער האט נישט געוואלט געבן ער האט געזאגט אז מען האט ארויסגעשטעלט די משגיח אן זיין רשות און עס איז נישט אונטער זיין הכשר איצט.
זיי זענען געלאפן צו ר' זלמן פילאפ, און וויינבערגער, אבער דערוויל איז גארנישט געווארן און זיי געבן נישט קיין צעטעל ארויס.
איצט הייסט עס אז מען וועט זיי שיקן א שטיקל טשעקל, און עס וועט זיין א צעטעל...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 20:36 |
|
| |
לייביש פר"מ זאגט עס איז כשר
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 21:44 |
|
| |
נעבעך אפגעשמיסענע אהרונימליך זוכן סחורה.
די אהרונימליך זענען דאך נישט אינטערעסירט אין די טובה פון כ"ץ, נאר זיי נוצן אים פאר זייער שמוץ אינטערעסן.
איך וועל זיך יעצט נישט אריינלאזן אין צופיל פרטים, צוליב דעם כבוד פון דעם יונגערמאן. פארשטייט זיך אז עס ווענדעט זיך אין אים אליינס) . איך וועל שרייבן עטליכע נקודות. עס איז דאנערשטאג געווען א יוגנערמאן וואס האט איבערגענומען די מקוה, א * אינגערמאן וואס איז שוין עוסק אין די ענינים די לעצטע פאר יאר.
כ"ץ האט באקומען א עיקול פון בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר און א אזהרה אז * ער טאר נישט אריינגיין אין די מקוה. אלעס ווערט געטאן לויט זייערע הוראות.
גראדע איז דער כ"ץ נישט קיין חסיד פון דעם אדער יענעם, ער איז "זיינס" א חסיד. פאר עס האט זיך געטוישט די הנהגה אין סאטמאר איז ער געווען מלא טענות אויף ר' אהרן. נאכדעם וואס דער סאטמארער רבי שליט"א איז געווארן רב אין די סאטמארער קהילה אין וויליאמסבורג האט ער אויסגעדרייט דעם דאשיק און געווען ביזי אז קיינער פארשטייט נישט נאר ער. באדעם ליין איז, אז ער האט קיינמאל נישט געוואלט לאזן אז עמיצער זאל אים איינטיילן וואס צו טאן.
באמת איז דא אסאך וואס צו שרייבן, אבער דערווייל וויל איך נישט אריינגיין אין פערזענליכע ענינים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 21:52 |
|
| |
א הערצליכען דאנק אין נאמען פון אלע זאליס פאר דוד46 פאר טרייען צו פארדרייען די סאבזשעקט.
איך האלט נישט ביים מיטארבעטען מיט דיר און איך וועל נישט אוועקדרייען די שמועס צו הרב כ"ץ,
צי וועמען האט קיינער ביז היינט נישט געהאט קיין טענות (אינטערסאנט, די זאליס זענען שוין
דארטען אכט יאר און קיינער האט ביז היינט נישט געהאט קיין טענות אדער קאנטראל אויף אים?! טפשים).
דא איז די אישו אז ווייל די זאליס האבען פלוצלונג א פרייוועט סכסוך מיט א יונגערמאן האבען זיי
געלאזט די גאנצע מקוה אויף הפקר! סאיז נישטא יעצט קיינער וואס האט פערזענליכע אחריות אויף די
מקוה, אפגרעדט אז ריח"מ פר"מ האט אויפגענומען הרב כ"ץ און קיינער האט נישט קיין רעכט אים
אפצוזאגען פאר מרעדט צו ריח"מ, און די בעל מכשיר אליינס האט נישט געוויסט וואס גייט פאר אין
"זיין" מקוה, אבער יעצט איז בכלל נישטא קיינער וואס האט די אחריות! יעדען טאג דארף א אנדערער
קומען קוקען און זיך אפגעבען מיט עס, און פאקט האט קיינער נישט די עול!
שומו שמים, וויפיל רשעות און אנטי אידישקייט זענען די זאליס גרייט צו טון וועגען זייערע
פאלטיק אינטערסן?!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 21:57 |
|
| |
"דו" פארדרייסט דעם סאבדזעקט
דו האסט "נישט" געהערט פון הגאון הצדיק ראב"ד סאטמאר שליט"א אז ער ווייסט גארנישט וועגן די כשרות פון די מ קוה.
דו ווייסט "נישט" אז דער כ"ץ. סכסוך מיט קהל גייט שוין אן א לענגערע צייט, און יעצט האט עס געפלאצט.
דו ווייסט "נישט" אז דער בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר איז אין שפיץ פון אלעם,.
דו ווייסט "נישט" אז דער כ"ץ האט באקומען אן עיקול פון בית דין צדק דקהל יטב לב ד'סאטמאר אז ער טאר נישט אריינגיין אין די מקוה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2007 23:55 |
|
| |
רבי_יונה, דאנערשטיג נאכט איז די מקוה געווען ווארעם, ערשטהאנטיגע אינפארמאציע (לגבי השקה ווייס איך נישט)
עס איז שוין סתם אזוי צייט אז אזא שטאט ווי וומסב"ג זאל האבין מער ווי צווי מקוה'ס
ס'מעג זיין 2 פאר די זאלונים, 2 פאר די ארונים, די שטאט איז גענוג גרויס, ס'איז נישט קיין שום מצוה זיך צו פייניגען נאר אין איין מקוה
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2007 02:51 |
|
| |
נישט ברענגען ביטע קיין לינקס פון א פורם נישט מסורת.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/11/2007 3:37:35
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2007 02:52 |
|
| |
טריקענע פאקטן !!!
1) איך האב גערעדט מיט ר' לייביש בן ריח"מ פר"מ פאר א יאר צוריק, איך האב אים געפרעגט אויב
ער איז דער בעל מכשיר אויף די מקוה, האט ער מיר געזאגט אז ניין, נאר זיין טאטע האט דארט געשטעלט א טראסטבארער יונגערמאן אין וועם ער האט טראסט, און דער אינגערמאן ריפט זיין
טאט'ן ווען ס'פעלט זיך אויס
2) איך האב אים געקאלט פרעגן פרייטאג אינדערפרי וואס ער זאגט צי די מקוה פרשה, האט ער מיר געזאגט אז ביז נעכטן (דאנארשטאג) ביינאכט האט זיין טאטע ניטאמאל געוויסט אז עפעס גייט פאר!!!
האב איך אים געפרעגט אויף וועמענס אחריות איז יעצט די מקוה, האט ער מיר געזאגט איך זאל אים צוריק ריפן, און ער וועט ווייטער רעדן מיט מיר שפעטער......
3) איך האב היינט אינדערפרי גערעדט מיט רש"ל וויינבערגער, און ער האט מיר געזאגט אז ער האט בכלל נישט געוויסט פון גארנישט פאר דער כ"ץ איז געקומען צו אים דאנארשטאג נאכט, און ער האט מיר אויך געזאגט אז ער קען נישט און זיכט זיך נישט אריינצומישן אין דעם גאנצן ענין!!!
תוקן על ידי מנהלרוחני ב- 05/11/2007 3:09:13
|
|
|
|
| נשלח ב-5/11/2007 03:29 |
|
| |
רבותי.
ביטע זיך האלטן רואיג. איך האב יעצט באקומען קלארע אינפארמאציע, איז די מקוה איז אונטער די השגחה פון הרב דוד46.
דער דוד46 שרייבט קלאר אז ס'איז קיין שום פראבלעמען מיט די מקוה.
אויך האט מען געמעגט מסר'ן דעם עזריאל יודא כ"ץ מיט MONEY LAUNDRING, ווייל ס'איז עניוועי א אלטע סכסוך.
רבותי... די מקוה איז אין גוטע הענט.... האלט זיך רואיג. יא השקה, נישט השקה, WHO CARES?
|
|
|
|
|