בית פורומים כל העולם כולו

נייע סאטמארע-מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/11/2007 23:51 לינק ישיר 
נייע סאטמארע-מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס

מ'שמועסט אז מיעל מארט גייט עפענן א נייע שחיטה אין טעקסאס,

דארט גייט מיעל מארט מאכן אלע חומרות וואס רבינו שליט"א האט פארלאנגט ס'גייט זיין אינטער די שטרענגע השגחה פון דיינים ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר

איינער ווייסט דא מער פרטים?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 00:38 לינק ישיר 

טאמער דאס וועט אמאל ווערן בכלל. איז דער עיקר אז עס זאל טאקע זיין בתכלית הכשרות נישט קיין כסות עינים.

קודם כל זאל יעדער קענען אריין גיין קוקען אויב אלעס איז על צד היותר טוב. נישט אזוי וויא ביי די וויליאמסבורג מקוה (לדברי נחום)

2 עס זאל זיין א שחיטה מונחת. מען זאל זיך נישט דארפן פארלאזן אויף קולות

3 מען זאל שניידען די בהמה גלייך דארט אין טעקסעס פאר צלע י"ב אזוי וויא מען האט געטון ביי אלע יודען מדקדקים במצוות אז עס זאל נישט פארקומען קיין מכשול ח"ו

4 מען זאל נישט נוצען טענדערליין וכדומה וואס איז זייער שווער צו מאכען ניקור.

5  די ניקור זאל זיין ניקור חם ווייל עס איז א סאך גרינגער

6 מען זאל טאקע מאכן "חלק לגמרי" דהיינו חלק בית יוסף אז אפילו ספרדים זאלען עס קענען עסן. . ווייל דער שלה"ק ועוד האלטן להלכה אז חאטשיק דער רמ"א איז מיקל אבער אזוי וויא לויטן מחבר אין שו"ע איז דאס טריפה מדאורייתא מדינא דגמרא. דארפן אידען ובפרט חסידים מדקדק זיין צו עסן א זאך וואס איז כשר לכל הדעות מיט א רוהיגן געוויסן. נישט אז מען זאל קומען צו א שמחה און דער אדער יענער זאלן שרייען איך עס נישט וכדומה.

7 טאמער מען שחט קעלבלעך זאל מען ח"ו נישט נוצען די ווייסע קעלבלעך וואס מען נוצט היינט אפילו די וואס האבען דעם הכשר פון רח"ד כ"ץ ווייל דאס אלעס איז נאר בדיעבד . עס איז נישט כשרער וויא די שטאפ גענז וואס חסידים האבען אינדערהיים נישט געגעסען.

8 טאמער מען שעחט לעמער  . זאל מען נישט שחטן מיט א שביל נאר מען זאל אפשערען די וואל פאר די שחיטה עס זאל נישט זיין קיין חשש חלדה וואס דאס איז נבילה דאורייתא

9 מען זאל אויסזאלצען דאס פלייש און בראטן די לעבער גלייך אין די ערשטע דריי מעת לעת . נישט פארלאזן זיך אויף ווייקן אין וואסער וואס דער מחבר איז נאר מתיר בדיעבד.

10  דער מנקר זאל האבען א קבלה אויף ניקור.

11 מען זאל גוט אפוואשען די דופני הבהמה מיט וואסער עס זאל נישט זיין קיין דם בעין ווייל שיטת הרא"ה און יש אומרים שבמרדכי מובא בפמ"ג אז קען מען נישט אויסזאלצן טאמער מען זעהט נאך דם בעין.

ועל כולם אז איינער וועט נאך אלץ נישט וועלן עסן בהמה פלייש מטעם חשש חלב.

קען ער עסן חיה פלייש פון הערשן וואס ביי חיה איז נישט דא דער איסור פון חלב. און ער קען אפילו עסן די פעטע פלייש פון חלק אחוריים וואס אונדז בני אשכנז נוצען דאס נישט ביי בהמות . אבער ביי הערשן מעג מען עסן דאס חלב אליין אויך.

נאר דער וואס וויל עסן די פלייש פון חלק אחוריים ביי הערשן דארף האבען א מנקר וואס קען אויספוצען דעם גיד הנשה .וואס איז אסור מדאורייתא און דעם שומן הגיד וואס ישראל קדושים פורשים ממנו.

הערשן פלייש ווערט געשאחטן אין טשעסטער אפסטעיט ניו יארק .

ויאכלו ענוים וישבעו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 01:41 לינק ישיר 

עבד, פארוואס איז די ווייסע קלעבער פון רח"ד כ"ץ נאר כשר בדיעבד???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2007 02:02 לינק ישיר 

עבד עברי, האסט פארגעסן צוצולייגן נאך איין תנאי:

אפשפארן קנאפע צוויי וואכן נאכן עפענען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 09:00 לינק ישיר 

וויא ענדערש אפשפארן הייבט מען נישט אהן. . אבער אין ברכות (דף כח) זאגט די גמרא אז אפילו א גדולה וואס געדויערט נאר איין טאג איז אויך כדאי

געדאנקען הי"ו

ווייל דער בני יששכר שרייבט אז נאך א טעם פארוואס מען טאר נישט עסן שטאפ גענז . ווייל  די גענז ווערן אנגעשטאפט בעל כרחו . דאס איז א ענין פון צער בעלי חיים .

די סתם ווייסע קעלבלעך זענען נתפטם בדברים האסורים או באיסורי הנאה (עיין יו"ד סימן ס)
עס איז אסור אפילו לויט הגאון ר"מ פיינשטיין ז"ל

אבער די אנדערע ווייסע קעלבלעך הנ"ל אפילו זיי ווערן נאר אנגעשטאפט מיט סאי וואס איז כשר אבער עס איז דאך צער בעלי חיים אז זיי זענען איינגעשפארט אין קעידזש און מען שטאפט זיי בעל כרחו.  און עס איז דא א סאך דעות אז צער בעלי חיים איז מדאורייתא און ממילא שטייט דאך (חולין קי"ד) אז כל שתיעבתי לך הרי הוא בבל תאכל. אז יעדע זאך וואס מען טאר נישט טון און טאמער מען האט עס יא געטון. טאר מען עס נישט עסן.
אונדז וואס ביי אונדז זענען שטאפ גענז געווען אסור. איז דאס אויך נישט מותר אבער עכ"פ עס איז דאך נישט אינגאנצען שטאפ גענז . ממילא איז עס עכ"פ בדיעבד מותר
ואחתום לכם בשלום וברכה לשניכם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 15:13 לינק ישיר 

עבד עברי, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.

אויב זאל מען פרובירן איינצוהאלטן די אלע תנאים, טייל פון זיי העכסט איבערגעטריבן, וואס דו פארלאנגסט, דאן האט דער דאזיגער שלאכט הויז נישט די מעגליכקייט צו עקזיסטירן מער ווי צוויי וואכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 16:43 לינק ישיר 

עבד עברי, איך בין שוין אינגאנצן צומישט מיט דיר, איך ווייס נישט צו דו ביזט א סאטמארער, א קלויזנבורגער וואס שטיצט דעם עירוב אדער גאר א קאשויער וואס מיינט אז יעדער מוז זיין גענוי אזוי פרום בענין בשר ווי דו אדער דיינע אייגענע געפילן

איך בין נישט צופיל באקאנט אין הלכות שחיטה, ניקור און די אלע זאכן וואס די רעכענסט אויס

אבער מיט עטליסט צוויי זאכן בין איך באקאנט, נאמבער 2 און 3 פון דיינע נקודות

שחיטה מונחת, אויב עס וועט געלונגען צו מאכן, איז מה טוב ומה נעים, אבער עס איז נישט קיין קולא שחיטה עומדת, וואס איז א לכתחילה לויט אסאך פוסקים, און א מעשה רב דא אין אמעריקע, פון אזא שחיטה האבן געגעסן אזעלכע גדולי עולם ווי דער דברי יואל מסאטמאר, ויחי יוסף מפאפא, קאפישער רב, שאפראנער רב, פריימאנער רב און נאך

וועגן צלע י"ב, ביי די פרשה פון קאשוי האט דער שו"ב ר' יודא לייב ווייס ע"ה פון ירושלים מעיד געווען פאר די עדה החרדית, אז אינדערהיים אין סאטמאר האט דער סאטמארער רב זי"ע בעל דברי יואל אים באפוילן אויסדרוקליך צו שניידן ביז צלע י"ג, ווייל אזוי פסקנט דער חתם סופר, ואין לנו אלא דברי משה

ווילסט זיין פרומער, געזונטערהייט. אבער זאת התורה לא תהא מוחלפת, און ביטע, קום נישט דא פארדרייען דעם עולם א קאפ מיט איבערגעטריבענע פרומקייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2007 22:01 לינק ישיר 

רבי יונה, ס'איז נישט קיין צוזאמשטעל.

שחיטה מונחת איז אויסדריקליך יא א קולא, און דאס אז מ'האט עס נישט געקענט באווייזן אין די בראשית יארן אין אמעריקע איז נאכנישט 'מחייב' אנצוהאלטן דעם 'מנהג'. פאקטיש האט מען אינדערהיים אלעמאל געמאכט שחיטה מונחת.

ווידער די פארלאנגען פון קאשויער רב זצ"ל, אויסער וואס טייל פון זיי זענען געווען אייגענע חומרות אויסגעזויגן פון מלאכי'ס פינגער, וואס אלע סאטמארע שונאים האבן זיך צוגעכאפט דערצו אן קיין נארמאלע סיבה. זענען די אנדערע חששות פארבינדן מיט ריזיגע מחלוקת אין די פוסקים, און דער מנהג אינדערהיים איז קלאר געווען להקל. ס'איז אן ערנסטע אחריות צו קומען און טוישן איינגעפירטע מנהגים אפילו אויב מ'וויל מחמיר זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2007 00:16 לינק ישיר 

עס איז טאקע נישט מחייב דאס אנצוהאלטן.


אבער צו גיין בארעדן די שחיטה ווי דער גרויסער מאנראוער האט געטאן איז זיכער אן עוון פלילי! 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נייע סאטמארע-מיעל מארט שחיטה אין טעקסאס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext