בית פורומים כל העולם כולו

מנהל קווינס ישיבה, רוצח פון ארץ ישראל!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/11/2007 22:47 לינק ישיר 
מנהל קווינס ישיבה, רוצח פון ארץ ישראל!!!

דברות קודש מאת ר' נחום ראזענבערג 212-461-2778

יעצט וויל איך רעדן אביסל וועגן די סאטמארע ישיבה אין קווינס, די סאטמארע ישיבה אין קווינ'ס איז א וואוילע ישיבה, עס האט 600 - 700 בחורים, און מטרייט עס צו האלטען אין די ראמען, עס איז אבער דא פראבלעמען, די זעלבע וואס קרית יואל האט מיטגעמאכט אלע יארען. ער מיינט, אומזיסט איז מען געווארן ר' אהרן'ס שונאים? ער האט נעבאך אויך נישט געוואוסט ווי אזוי צו פירען, עס איז שווער מיט היינט ווי אזוי מען פירט, און ביז מען לערענט זיך אויס. און וועגן דעים זאג איך אלץ גיי אין די אלטע אויסגעטראטענע וועג.

 אסאך חברים פרעגן ווי זאל איך שיקען די קינדער? זאג איך נאר אויף קרית יואל!, ווייל פון דארט ווי רבי זלמן לייב גייט ערשט גיין קומען זיי שוין צוריק, און דאס אלעס איז נישט געווען אומזיסט, מען האט זיך געלערנט. און אנשטאט מען זאל זיך נעמען לערנען אויף זיינע מיסטעיקס, און וויסען איך זאל נישט מאכן די מיסטעיקס, מאכט מען די זעלבע מיסטעיקס אליינ'ס אויכעט.

עס איז דא 700 בחורים, און אז עס קומט סוף זמן ווארפט מען ארויס די אלע עלטערע בחורים, אן א פארוואס. עס איז דא בחורים וואס זענען וואוילע בחורים, איך האב מיר נאכגעפרעגט, פאר איך האב גערעדט דעים ספיטש, וואוילע בחורים זענען זיי געווען, מען האט זיי ארויסגעווארפן ווייל זיי זענען געווען אלט.

עס איז דא דער מנהל דער ר' נ*** בל***, דער ר' נ*** בל*** איז א רוצח פון אר"י וואס פירט אראפ אידישע קינדער פון וועג, ווייל יעדן קינד וואס ער ווארפט ארויס פירט ער אראפ פון וועג, ער איז א שטרענגע מענטש, ער איז גוט פאר איזראיעל, איז ער גוט, אבער פאר דא טויג ער נישט.

איך וויל זאגן אז איר זאלט וויסען, עס ווערט געברענגט אין די ספרים, איך ווייס נישט צו אין "מושיען של ישראל", איך האב עס געהערט פון רבי יונה לאנדא, אז די רבי האט געזאגט ווען ער האט פארלוירען זיין טאכטער, איך ווייס נישט צו די לעצטע דא אין אמעריקא צו דעמאלטץ אינדערהיים, איז ער געווען, אזוי האט די רבי געזאגט, אז ער איז עס תולה אז עס איז ווייל ווען ער איז געפארן פון קראלי אויף סאטמאר איז געווען א שוואכע בחור האט ער געזאגט די זאלסט בלייבן דא, ער האט זיך אויך נישט געוואלט פלאגען מיט א שוואכע בחור, האט ער באצאלט א פרייז.

נפתלי בלומענפעלד פארלאזט זיך אז ער טוט דעים רבינ'ס רצון, ער בויעט דעים רבינ'ס מוסדות, די רבי אליין אז ער האט געמאכט א מיסטעיק האט ער באצאלט א ביטערע פרייז

איך וויל דיר זאגען, די חת"ס איז אמאל געגאנען שפאצירען אין פרעשבורג...

דע זעלבע אויכעט, מען טאר נישט טשעפען מיט בחורים, דו ווארפסט ארויס אומשולדיגע בחורים פאר גארנישט, ווייל דיר זאל זיין גרינגער, דו ביסט א רוצח און אן אכזר, און איך וויל דיר עפעס זאגען, "יבא יומו", עס וועט אויף דיר אויך קומען די צייט, און איך רעד נישט צו דיר אזוי ווייל איך האב א פערזענליכע נגיעה, איך האב דארט נישט קיין קינדער אין ישיבה, און בשעת ווען איך האב דארט געהאט, האב איך מיט דיין אלע שוועריקייטן דורכגעמאכט, און איך האב גארנישט געהאט קיינמאל קיין פראבלעים, אבער איך וויל דיר זאגען איין זאך, עס איז דא בחורים וואס זענען שוין אין די גאס פון דיר, עס זענען דא וואס גייען נישט אויף גוטע וועגן, עס זענען דא וואס עס זענען סתם אנגעווייטאגט. זאלסט געדענקען איין זאך, טאמער דעיס גייט זיך נישט אויפהערן, וועסטו אינטערגיין, די ישיבה גייסטו מיטשלעפן, נאר דאס איז נישט דיין געשעפט, ווי לאנג מ'צאלט דיר ביסטו דער מנהל.

און איך בעט אלע וואס האבן געגרינדעט די ישיבה, מען האט אריינגעלייגט צענדעליגע מיליאנען $$$, מען וויל בויען אז עס זאל זיין א קאמפעטישען פאר רבי אהרן, זאלן ביידע האבן, קנאת סופרים תרבה חכמה, ווי אזוי עטס פירטס עס יעצט וועט עס נישט זיין קיין גרויסע קאמפעטישאן.

איך בין געווען הושענא רבא און שמיני עצרת און שמחת תורה אין גרויסען בית המדרש ביי ביידע, פאראיאר איז עס געווען בערך  50 – 50, היי יאר איז עס שוין געווען 75 – 80, ביי 20, דא איז קאלט געווען, די עיר קאנדישאנער האט גוט געארבעט, ווייל עס איז שוין נישט געווען קיינער

זאלסט וויסען, ווען מען עפענט א ישיבה, מען ווערט א רב, צו מען ווערט א רבי, נעמט עס צייט ביז עס זעצט זיך אראפ יעדע זאך, נאכדעים "כפי מעבידתיה אתא מטלליתא", ווי אזוי דו גייסט דיר אויפפירען פאר מענטשען, אזוי וועלן מענטשען ווייטער גיין מיט דיר.

עס קומען אריין טאטעס זיי באקלאגט זיך פארן רבי'ן ביי רבי זלמן לייב'ן: מען האט ארויסגעווארפן זיין זון!, איך ווייס גארנישט, גיי צום וועד החינוך!!!, דו ווייסט ווי אזוי דו האסט יענעם בא'עול'ט און באליידיגט ווען דו האסט אים דעיס געזאגט? האסטו דאך אים ממש גע'הרג'ט!!! ווען עס זאל נישט זיין דיין מוסדות, און א איד קומט זיך אויסרעדן פאר דיר, וואלסטו דאך אים אויפגענומען און אויסגעהערט, און געוואלט פארשטיין. מאכט דיר כאטש, ניין! ס'איז נישט מיין פראבלעים, וויל איך רעדן מיט אייך וועגן די מקוה, זאגט איר איך האב א דיין!, הרב וועבערמאן פון פלארידע גייט מיט אייך שפאצירען און ער וויל מיט אייך רעדן וועגן די שחיטה, זאגט איר איך האב א דיין!!! לאמיר דיר עפעס זאגן איין זאך, די שפילען זיך ארום איך האב דעים איך האב יענעם. איטס דאזענטס ווארק עני מאר, עס האט אפשר אמאל געארבעט, אבער עדווענטשעלי ווען איר באליידגיט גענוג מענשטען, גייט איר נישט האבן קיין ביהמ"ד צום דאווענען, סאו איך וויל אייך זאגען איין זאך, ווארפטס נישט ארויס די בחורים ווייל זיי ווערן גאסען בחורים.

דאס איז די מעסעדזש, פארן רבי'ן פאר רבי זלמן לייב'ן, און פאר רבי ר' נפתלי בלומענפעלד

איך האב אבער נאך א וויכטיגערע מעסעדזש פאר ר' אברהם וואלף שטויבער די מנהל.

איך וויל דיר זאגען איין בחורים קומען מיר זאגען אז דו רעדסט מיט זיי מנוולות, דו נוצסט א "דריי לעטער ווארד" וואס איז זייער א מיאוס'ע ווארט, און דו קוקסט אויפן בחור און דו זעטס, ווייסט ער פון וואס דו רעדסט און ער געט א שמייכל, ווייסטו אז ער איז א מנוול און טאמער נישט נישט.

אזוי זענען מיר געקומען שוין צענדעליגע בחורים שוין דערציילען ביז יעצט, א האלב יאר וואס מען קומט מיר דערציילען

איז, וויל איך דיר יעצט זאגען קלאר און דייטליך, איך האב זיי נישט געגלייבט, איך האב געהאלטען אז זיי ווילען זיך נוקם זיין אין די הנהלה, האב איך געגעבען א בחור א פעדער וואס די פעדער איז א טעיפ-ריקארדער, ער איז קליין אין דין און ער כאפט אויף ביי מיר אינדערהיים, און דארטן, וויל איך דיר זאגען דו האסט אזוילכע מנוולות גערעדט, וואס אז איך זאג עס נאך אויפן האטליין, דעמאלטץ וועט איצא גליק זיין גערעכט אז עס איז א מנוולישע האטליין, ער וועט זיין 100% גערעכט אז מען דארף עס צושפארען, אזוילכע מנוולות, אז די האר פון שטעלן מיר זיך אויף אז דו ביסט בכלל אין חינוך.

און איך וויל דיר געבן א מעססעדזש, דו זאלסט עס הערן קלאר, און דו זאלסט עס געדענקען. נאך איין בחור ער קומט מיר קאמפלעינען, גייט דער טעיפ אריין צו די עף בי איי, וכו', וכו', וכו',

הערטס און האטס הנאה.




קרעדיט: אבי מלעבט




תוקן על ידי פארלעסליך ב- 06/11/2007 22:51:07




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-6/11/2007 23:23 לינק ישיר 

אוי געוואלד
דעס איז נאכדעם וואס די גאנצע ביד"צ עדה החרדית
זיצט שוין צוליב די זופניק מקווה

אלי' אמסעל זאגט אז ער האט געכאפט נחום'ן ביי די מעשה
האלט אייך געשפאנט
עס קומט א ווינטער פול מיט אינטערטעינמענט
ווארט, וואס זאגט געשטעטנער?

אלטער משה האט גארנישט צו זאגען דערויף?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2007 03:12 לינק ישיר 

וועלכע דריי לעטער ווארט?
זאלי איז א פיר לעטער ווארט...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2007 03:26 לינק ישיר 

א צורודערטער בריאה


ער איז שוין געווען ביזי מיט אלעס אויף דער וועלט אבער קיינער מאכט זיך ב"ה נישט וויסנדיג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2007 05:10 לינק ישיר 

אינטערעסאנט.. ווען ער האט גערעדט אויף דוד עקשטיין האבען די זאלי'ס געשפרינגען פאר שמחה אזש ס'האט זיך געקענט איינעם דאכטען אז די באשעפער כביכול אליינס האט גערעדט אויפ'ן רבי'ן.
פלוצלינג איז ער אפגעפרעגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מנהל קווינס ישיבה, רוצח פון ארץ ישראל!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext