בית פורומים כל העולם כולו

בד"ה הרה"ג ר' דוד מאיר גרינוואלד ז"ל זקן היושבים בבעלזא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/11/2007 07:34 לינק ישיר 
בד"ה הרה"ג ר' דוד מאיר גרינוואלד ז"ל זקן היושבים בבעלזא

 

ר' דוד מאיר גרינוואלד ז"ל איז געווען א איד אין עלטער פין 94 יאר, אין גאנצן דור גלייב איך איז נישט געווען נאך אזא מתמיד, ער פלעגט אונקומען אין ביהמ"ד ממש עד יומו האחרות בערך 6 צופרי און אוועקגיין נאך 10 ביינאכט, ער פלעגט אויך עסן און שול, לא פסיק פימיה מגירסה.

חבל על דאבדין.

זיין לוויה אוז פאגעקומען און פארנט פון בעלזא - מאחנובקא שול אויף קעיפ סט. און וו"ב מיט א ריזן ציבור משתתפים.

שלא ישמע עוד שוד ושבר.

 "דער הייליגער פריערדיגער בעלזער רב ז"ל ר' ישכר דוב האט געזאגט אויף אים אלס יונגעל הערנדיג ווי ער דאווענט אז ער דאווענט זייער זיס"

ער איז געווען א בעלזער יושב מיט מסירות נפש אין נאכדעם געווען א ריכטיגער חסיד פין די הייליגע רב ז"ל אין דערנאך ביי מ"מ מרן אדמו"ר מבעלזא - מאחנובקא שליט"א וואס הרה"ג ר' דוד מאיר ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט איך האב ב"ה זיך זוכה געווען צי ווייקען ביי 3 בעלזא רביס ,

 ער האט איבער געלאזט א הערליכע דור בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, ער האט געקויפט א חלקה ביי די הר המנוחות פאר טייער געלט ער פלעגט שפארען אין זיך קיינמאל גארנישט קויפען צו האבן געלט פאר די חלקה אין פאר זיין יעדעס יאר נסיעה צום יארצייט פין די הייליגע רב ז"ל אין ער האט פארקוקט אז די הונדערטער אייניקלעך וועלן נישט קענען קומען אפט צו זיין קבר אבי צו ליגען לעבן דעם הייליגען רב ז"ל ,

ווען מען האט אים אפגעפירט אין ירושלים [מען האט אים נישט געפירט ביים רבינס ביהמ"ד ווייל די רבי שליט"א איז אין אנטווערפן ] איז געווען דארט די לווי' אין פראנט פין בעלזער שטיבל אויף רחוב ברוכים ווי הרה"ג ר' יוסף חיים מאשקאוויטש שליט"א ראש הכוללים דבעלזא ירושלים חדב"ן כ"ק מרן שליט"א אין  הרה"ג ר' מאיר הייזלער שליט"א האבן מספיד געווען ,

עס איז געווען באהאנגען גאנץ ירושלים צעטליך מיט ניחום אבילימס פין אלע בעלזער מוסדות אבער די ירושלימער-בעלזא האבן עס געהאלטן אין איין רייסען אלס נקמה אין הרה"ג ר' דוד מאיר ז"ל פארן נישט וועלן מקבל מרות זיין פין זייער רבין אין פין זיין זוהן ר' אהרן מרדכי שליט"א 

פאליציי שטעלט אָפ קעיפ סט. ישר כח פאר ר' משה ווייזער פארן ערלעדיגן

תוקן על ידי - ניהול_גרופ - 13/11/2007 2:45:37



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2007 18:34 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בד"ה הרה"ג ר' דוד מאיר גרינוואלד ז"ל זקן היושבים בבעלזא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext