| נשלח ב-12/11/2007 23:22 |
|
| |
אלבעני הירונג
אין די גאס גייט ארום שמועות אז פון די 8 הירינגס וואס זענען געווען יענעם טאג 10/16 אין אלבעני זענען שוין 5 קעסעיס ארויס געקומען די פסק, קען דאס איינער קאנפירמען? אין צי דאס מיינט אז אט אט דארף שוין צי קומען די פסק אופן סאטמערען קעיס?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2007 23:26 |
|
| |
וואס איז די גרויסע סודות אז די דארפסט הערן שמועות אויף די גאס
דער פראצדור דארט איז, אז א פסק קומט ארויס צווישן 4 און 8 וואכן נאכן הירינג. סא פיר וואכן איז שוין אריבער, מסתמא אין די קומענדיגע וואכן וועט זיין דער פסק, פון יעצט ביז חנוכה
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2007 23:30 |
|
| |
שור, איך האב דאס נישט געוויסט
אבער אין אנדערע ווערטער מיינט דאס , ווי פלעגט דער רבי זאגן אין חדר, טוטס ענק אן בלעכענע הויזן..........ווייל.............................................
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2007 23:45 |
|
| |
אז די וועסט וויסן ווען די פראסק קומט וועט עס ווייניגער וויי טיען?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2007 23:58 |
|
| |
וואס עפעס וויי טוהן,
מיר יודן ווייסן אין גלייבן "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד"
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 00:30 |
|
| |
פונעם מנהל: פארדריי נישט קיין קאפ מיט אויסגעטראכטע שפעקולאציעס.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 13/11/2007 6:02:37
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 02:09 |
|
| |
איך האב נישט קיין שום אינפארמאציע, אבער מיין גאט פילינג איז, אז עס וועט אונז גיין אזוי "גוט" ווי ביז איצט אין קאורט, און ווארשיינליך וועט דער קאורט אוו אפיעלס אין אלבאני אורטיילן ווי דער אפעלאט, אז מען טאר זיך נישט אריין מישען
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 02:15 |
|
| |
און, השי"ת וועט אונז נישט פארלאזן אזוי ווי ער האט אונז נישט פארלאזט ביז יעצט.
אונזער קהלה, אונזערע מוסדות, בליען ב"ה העכער אלע ערווארטונגען, אונז האמיר ב"ה א רבי'ן א גדול בישראל, וועלכער איז מעמיד הדת על תילה אויף אלע געביטן, כשרות, מלחמה לה' בעמלק, טהרת המשפחה, קביעת עתים לתורה, קלף כשר, מצות לפסח ועוד ועוד ועוד ועוד
רמקול וכל שום וחניכא דאית לי', דוד46, יאסל90 וכו' וכו' וכו' וכו' וכו', זאלן זיין גליקליך מיט זייער ריב'ן, און איך וויל זיי נאר דערמאנען איין זאך: פון געוואונען א קאורט ווערט מען נאכנישט קיין תלמיד חכם
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 03:29 |
|
| |
שור שנגח מיין גאט פילינג איז די זעלבע כאטש מיט שכל פארשטיי איך דאס נישט, לויטן שכל הישר וואלט דער קעיס קיינמאל געטארט האלטן ווי עס האלט, סיי געזעצליך און סיי לאגיש, סא פארוואס זאל אלבאני זיין אנדעש,
איך גלייב נישט אז די פריערדיגע פסקים זענען געווען געשמירטע וואס און אלבאני איז נישט שייך, עס איז מער מסתבר אז די געריכטן ווילן נישט קיין פרומע אידישע סכסוכים אין די געריכט הייזער, און זיי זוכן דער גרינגער וועג ארויס הענגן זיי זיך אויף קאנסטיטושען, און דאס זעלבע איז שייך אין אלבאני, אזויווי זיי האבן מתחילה נישט געוולאט אנעמען דעם קעס,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 05:57 |
|
| |
איך האב באקומען די ווידעאו פון די הירינג.
איך ווייס נישט וואס די פיילס זענען איך האב עס ארויף געלייגט אזוי ווי עס איז, ווער עס קען זאל מסביר זיין פארן ציבור וויאזוי דאס ארבעט.
http://www.mysatmar.com/court/
[email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 05:59 |
|
| |
די פיילס זענען איבער 4 גיגאבייטס.
די VTS_01_3.VOB, VTS_01_2.VOB, VTS_01_2.VOB און VTS_01_4.VOB פיילס זענען די גרויסע פיילס
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 07:06 |
|
| |
איך בין נישט קיין סתם דעפרעסטע ארוני, אבער די זאליס צו וועם איך רעד שווערען זיך אז זיי האבען עס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 13:35 |
|
| |
אין וועמעס נאמען שווערן זיי זיך ? כנראה אין נאמען פון זייער הייליגער רבי זענען זיי דאך עובר אויפן פס' ''ושם אלהים אחרים וגו' לא ישמע על פיך'' .
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 22:35 |
|
| |
(נאר א שפעקילאציע)
אויפן טעיפ הערט מען א ריכטער פרעגן "אז איך און דזשוינס וועלן מאכן עלעקשענס און קיינער וועט עס נישט
טשעלענזשען ווען מיר זיין אין קאנטראל פון די קאנגערגעשן?"
זעהט אויס אז ס'איז נישט אזוי קלאר פאר זיי אז ער איז טאקע געווען די פרעזידענט
ממילא איז שטארק מסתבר אז מ'וועט הייסן איבערמאכן וואלן
א ריכטער אין ברוקלין זאל קאנטראלן די וואלן פונקטליך ווער ס'קען שטימען?
רעזולטאט: אהרונים פארלירן גענצליך.
תוקן על ידי איציק_מיכל ב- 13/11/2007 22:38:30
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2007 22:44 |
|
| |
איציק- מיכל, אפשר נאכן הערן וואס דער לויער האט גענטפערט האט ער געטוישט זיין מיינונג...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/11/2007 01:19 |
|
| |
די שטותים וואס געגאנגען שרייבט איז ממש א געלעכטער הערט פארוואס:
) דערקלערן אז דער רבי איז נישט העכערן געזעץ, און סאטמאר איז נישט קיין היערארכיע נאר א קאנגרעגעישאן מיט א באורד און מעמבערס. דער רבי האט נישט געהאט קיין לעגאלע רעכט צו ווארפן ר' בערל פריעדמאן און דערפאר זענען זיינע וואלן די ריכטיגע וואלן. רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך. ווער האט אפגעמאכט צי בער'לס וואלען איז טאקע ריכטיג? דאס מוז א ריכטער פון אונטן באשליסן.
2) דער רבי איז יא העכערן געזעץ, אבער דער רבי האט פאקטיש גארנישט געזאגט, און אלע עדות איבער וואס דער רבי האט מכלומר'שט געזאגט איז אפגעפרעגט. במילא איז ר' בערל פריעדמאן קיינמאל נישט געווארפן געווארן און זיינע וואלן זענען די לעגיטימע וואלן. רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך. ריכטער נעגעלוואסער האט נישט געמאכט קיין טרייעל. דאס מוז א ריכטער פון אונטן באשליסן ביי א טרייעל.
3) דער רבי איז יא העכערן געזעץ, אבער נאר טיילווייז. ד.ה. אז ער האט טאקע געקענט ווארפן ר' בערל פריעדמאן, אבער ער האט נישט געקענט באשטעטיגן ר' יענקעל כהנא'ס וואלן וויבאלד ס'איז נישט געווען אויסגעהאלטן מיטן ניו יארק סטעיט געזעץ אז מ'דארף א קווארום פון רוב באורד מעמבער'ס. במילא איז די כהנא וואלן אראפ פון טיש, און אלס רעזולטאט ווערן באשטעטיגט די איינציגע וואלן וואס זענען נישט געטשעלענזשט, דאס איז ר' בערל פריעדמאן'ס וואלן. רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך. אויב דער רבי קען ווארפען, האט דאך רבינו שליט"א ובית דינו פריש געווארפען בערעלע פרידמאן מיט אלע פון זיינע מוסרים, איצי ראזענבערג און די איבריגע אלס הולכי בערכאות.
4) דאס זעלבע ווי #3, נאר אנשטאט דערקלערן ר' בערל פריעדמאן'ס וואלן וועלן זיי באפעלן צוריקצוגיין צו די אלטע קהל פון בעפאר תשס"א, און הייסן יענע קהל'ס לייט צו פאררופן פרישע וואלן. רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך (אין יענע קהילה האבן די אהרונים געהאט א היפשן רוב). ר' יעקב כהנא איז דעמאלט אויך געווען פרעזידענט. וממילא האבן די ארונים קיין שאנס.
5) דער רבי איז נישט העכערן געזעץ, במילא האט ער גארנישט געקענט טון. אבער זיי באשטעטיגן גארנישט נאר שיקן עס צוריק אראפ אין סופרים קאורט צו אורטיילן די פאקטן באזירט אויף דעם מציאות. רעזולטאט: אהרונים געווינען (ס'קומט נאך טאקע אפאר ביטערע יארן אין געריכט, אבער דער מציאות ביז היינט האט שוין געוויזן אז די זאליס קענען נאר געווינען אויב מ'נעמט אן באראש'ס טעאריע וועגן שטאַט און רעליגיע). די פאקטן און די מציאות איז נישט מיט די ארונים. ממילא וועט יעדער יושר'דיגער ריכטער פסק'ן אז די איצטיגע קהל פירט שוין קרוב צו צען יאר. וועלן זיי אי"ה ווייטער בלייבן.
6) די זעלבע ווי #3, אבער די פאקטן זענען אומקלאר במילא שיקן זיי עס צוריק אראפ. רעזולטאט: אהרונים געווינען (דאס מאל שוין אביסל שוואכער, ווייל פאקטיש לאזן זיי אין קראפט דעם רבי'נס רעליגיעזן שטאטוס און דער דיון וועט נאר קענען בלייבן אויף די כהנא וואלן. אבער נאך אלעם וועלן די כהנא וואלן גאנץ זיכער נישט באשטעטיגט ווערן). אויב גייט עס אראפ פאר דיון איז קלאר אז די בעלות פון רבינו שליט"א איז קלאר, און זיין פסק דין אויך.
7) דער רבי איז העכערן געזעץ, אבער דער אורטייל געהער נישט פארן געריכט נאר פאר א בית דין. זיי צווינגען ביידע זייטן צו גיין צו ארביטרעישאן - וואס מיינט אין אונזער פאל א די"ת בזבל"א. רעזולטאט: אהרונים געווינען גענצליך (היסטאריע האט שוין געוויזן אז די זאליס זענען זיכערע פארלירער ביי דין תורה). דאס געריכט קען נישט צווינגען צו וועלכן בית דין צו גיין. ובפרט אז רבינו שליט"א זאגט קלאר אז נאר ביד"צ דקהל יטב לב קען אין דעם אריינרעדן.
8) עס איז א פראגע וועגן שטאַט און רעליגיע און זיי קענען זיך נישט מישן. דער אפעלאט אורטייל בלייבט אין קראפט. רעזולטאט: אהרונים פארלירן גענצליך. אמן וכן יהי רצון.
 |
|
|
|
|
|