אין ראדני האט מ'ען געשמיעסט אז נעקסטע וואך קומט א גרויסע קידוש
נשלח ב-18/11/2007 05:43
"אויב" דער פסק וועט זיין די וואך דעמאלט וועט עס זיין מאנטאג, אבער ס'איז נישטא קיין הונדערט פראצענט גאראנטי אז דער פסק וועט זיין די וואך, עס קען זיין נעקסטע וואך און אויך צוויי וואכן ארום.
און דער עולם זאל זיך אויפהערן צו צוהערן צו יאסי בראך און די אנדערע בהמות וואס ווילן זען א פארלוסט צוליב פריוואטע פאליטישע אינטערעסן, און זיי זענען גרייט בידים אונז אפצוטאן שאדן, דורך פארשידענע וועגן.
איך זאג נישט אז מען וועט געווינען און איך זאג נישט אז מען וועט פארלירן. דאס קען איך אבער זאגן מיט קאנפידענץ אז קיינער ווייסט נישט וואס דער אויסגאנג וועט זיין און אפילו אויב מען פארלירט קען מען געווינען דורך אנדערע וועגן. למשל, די ריכטער קענען ארויסווארפן ראזנוואסער און צוריקשיקן די קעיס צו די לאוער קאורט, וד"ל.
איך וויל נישט רעדן צופיל מער, און כ'בעט די מענטשן וואס ווייסן יא וואס זיי רעדן אז זיי זאלן זיך האלטן דאס מויל און נישט באגיין די מיסטעיקס פון די פארגאנגענהייט.