| נשלח ב-18/11/2007 02:41 |
|
| |
בענין תולעים.
הרמב"ם בפ"א מהל' כלי המקדש הל' ג' המור [שנותנין בשמן המשחה] הוא הדם הצרור בחיה שבהודו הידוע לכל משתבשמין בה בני אדם בכל מקום,
והשיג עליו הראב"ד א"א אין דעתי מקבלת שיכנסו במעשה הקדש דם שום חיה בעולם כל שכן דם חיה היה טמאה וכו' עכ"ל,
וכתב שם הכסף משנה יש לומר שכיון שנשתנה מצורת דם ונעשה כעפר בעלמא והוא בֹּשֶם מריח ריח טוב ביותר למה יגרע.
תוקן על ידי aaatozzz ב- 18/11/2007 2:43:40
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2007 16:45 |
|
| |
אמן!
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2007 21:37 |
|
| |
עס איז היינט דא א טעראר ווען א רב וויל ארויס זאגען זיין מיינונג, וואס הגם ווען מען רעט מיט זיי אין פריוואט וועלען זיי מודה זיין אז מען טרייבט איבער מיט די וואסער און מיט די סטראבעריס וכו', אבער זיי האבען מורא דאס צו שרייבן בכתב ווייל מען וועט זיי האלטן פאר קלים,
אגב דער יאקער רב שליט"א וואס איך בין זייער היימיש מיט איהם האט מען פארמשפט פאר א ..... ווען ער איז גאר א גרויסער ת"ח, און אן ערליכער, און איז שוין פאר די מלחמה געווען א געוואלידגע כלי, און ער גיט הכשרים לויט די הלכה, דהיינו וואס די חששות זיינען וכו', זאגען אנדערע רבנים אז זייער הכשר איז בעסער ווייל זיי שיקען א משגיח, פרעגט דער יאקער רב ווער זאגט אז דער משגיח איז מער פארלעסליך פונם שלחן ערוך?
די משגיחים זיינען אין א סאך פאלן סתם אן אחיזת עינים, מען נעמט א ערליכן יונגערמאן מיט א הדרת פנים אין זעצט זיך ארויף אויף אן איר פלעין און ער פאר און ער קוקט אין דאס איז כשר למהדרין, ווען א סאך מאל ווייסט ער נישט צופיעל,
איך האב א חבר וואס איז געווען א משגיח אין א עסען פאבריק און ער האט זיך אפגעזאגט ווייל ער האט געפילט אז עס טויג נישט און מען נוצט זיין הדרת פנים פארן הכשר,
ר' יחזקאל ראטה שליט"א איז אויך נישט צופרידען פון די נייע חומרות אבער ער האט נישט קיין כח צו די וואס לייגן פרעשער וועגן פארשידענע אינטערעסן,*--endfragment*
תוקן על ידי aaatozzz ב- 18/11/2007 21:42:17
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/11/2007 21:48 |
|
| |
גראדע איז ר' יחזקאל רוטה'ס בי"ד פון די גרעסטע שפרינגער ביי יעדע נייע חשש. אגב, וואס זענען די "פארשידענע אינטערעסן" אויב נישט אביסל פובליסיטי?
תוקן על ידי אנאליזירער ב- 18/11/2007 22:46:30
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 06:12 |
|
| |
אמת, דער יאקער רב איז א גרויסער מקיל, און א גרויסער תלמיד חכם, די שאלה איז וואס אנדערע תלמידי חכמים האלטען לגבי זיינע קילות, ער האט גאר שטארקע קילות, וואס קיינער ווייסט נישט וואס זיינע צדדים זענען. אדרבה, זאל ער דריקען א קורצע תשובה אויף זיינע פראדוקטען, און ירא הקהל וישפוט.
לגבי וואסער, ביסטו נישט גערעכט, די מקילים וואס זענען מקיל האבען נישט מורא צו זאגען זייער דעה, די פראבלעם איז נאר, אז זיי זענען נישט אזוי גערעכט...... (איידעל גערעדט), און איינער פין זיי רח"ד כץ, האט פשוט קיינמאל נישט געפילט פאר וויכטיג צו זאגען ביי א שיעור אדער אפילו ביחידות וואס זיין טעם הכמוס להתיר איז.
די איינציגסטע אמת'ע גדול וואס איז מקיל איז ר' פישעל הערשקאוויטש.
סטראבעריס, אדרבה, וואס איז די צד להקל, עס איז דא ווערעם, יעדער קען עס זעהן, פארוואס זאל עס זיין מותר?????
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 14:29 |
|
| |
1) לויט די שו"ע איז פינקל'ס פלייש אויך געווען כשר. 2) האק נישט אין טשייניק מיט יאקערס השגחה, סף,איז נישט קיין פורים השגחה, ס'איז סתם קיין השגחה נישט! 3) ביז לעצטנס איז געווען פונקט פארקערט ווי דו זאגסט, ווען איינער האט געטראפן א חשש, מכשול אדער איסור אויף עפעס האט ער געציטערט ארויסצורעדן, היינט איז "אביסל" לייכטער געווארן, כאטש איז היינט דא ווער ס'איז גרייט מקבל צו זיין. 4) דו ביס לכאורה פון די וואס ווילן מ'זאל מעגן 'אלעס' 'אייביג' 'איבעראל' עסן, פון סיי וועלכן קל שבקלים קאמפאני, און פון סיי וועלכע קל שבקלים בעל מכשיל. אנטשולדיגט, די טעג זענען פאראיבער, ווען עפעס טויגט נישט, וועט מען דאס צופויקן ווי עס ברויך צו זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 17:45 |
|
| |
1. אויב איז עס כשר לויטן ש"ע איז עס כשר.
2. ווער ביסטו צו רעדען אויפן יאקער רב, ער האט נאמנות פונקט ווי די ההייימישע רבנים.
3. און דאס איז א סימן אז היינט ווייסט מען דעם אמת? יא א אויסגעבאקענעם אמת.
איז דער עולם געווארן ערליכער? און ארץ ישראל יא, אין דיין וועלט ניין,
4. "כלל גדול" די מאדערנע אידן זיינען קלים ורקים די ההייימישע אידן זיינען ערליך און פרום. דער וואס פארכאפט דיר די אויגען מיט זיינע "ידיעות" אין די הכשרים ליין, מיינט עס נאך גארנישט,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 19:13 |
|
| |
היימישע רבנים טריפה
קארלבאך צדיק יסוד עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 19:31 |
|
| |
לויט וואס פאר א איידעם דער מנחת אלעזר האט גענומען האט ער נישט געהאט צופיל הערצה צו די היימישע רבנים.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 20:18 |
|
| |
מנחת אלעזר נישט
קארלבאך יא
|
|
|
|
| נשלח ב-19/11/2007 21:42 |
|
| |
וואס ביי דיר איז אבסורד, איז ביי יענעם א מציאות,
די וואלסט דאך געזאגעט רבינו הקדוש ברך משה יא, לובאוויטשער רבי נישט !
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 18:45 |
|
| |
אפילו טויזענטער מענטשען האלטען א מיינונג מיינט נישט אז עס איז נישט אבסורד,
און אז איינער האט א מיינונג און מען לאכט פון איהם מיינט נישט אז ער איז נישט גערעכט !
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:09 |
|
| |
ATOZZZ
קענען זי פיללייכט ערוועהנען וואז זי האבן געוואלט מיט דען רמב"ם פון מור? (MUSK OIL ) בלע"ז
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 22:49 |
|
| |
זעהט איר נישט אז דער כ"מ זאגט אז היות עס איז נשתנה איז עס אויס דם טמא.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 00:23 |
|
| |
דו רעדסט פון עסען? שמעקען? רייכערען?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 06:56 |
|
| |
הייסט אז דו וואלסט פארשטאנען אז אפילו ווען עס איז אסור באכילה, קען מען עס נאך אלץ שמירן מיט דעם די כלי המקדש ?
|
|
|
|
|