|
|
| נשלח ב-21/11/2007 17:45 |
|
| |
סימני הקטורת האט מען געקענט עסען?
דער ראב"ד מיינט מן הסתם אז דם ספעציעל איז א דבר מאוס
אגב סגארנישט קיין חיה טמאה.
האסטו דעם רמב"ן
(כג) מר דרור חמש מאות הסכימו המפרשים והרב רבי משה (הרמב"ם בהל' כלי המקדש פ"א ה"ב) מכללם, כי המור הוא הנקרא מוסק ור"א השיב כי איננו בשם אע"פ שריחו טוב ואולי בעבור זה הפרידו הכתוב מן הבשמים והוא הקשה כי כתיב (שה"ש ה א) אריתי מורי, שהוא דבר מלוקט, ואומרים המביאים אותו כי הוא נעשה בגרון הצבי ועוד מן הכתוב (שם ה ה) וידי נטפו מר ואולי כן הוא בהיותו לח, ויתכן שיאמר "אריתי מורי" בעבור כי הוא דם נצרר בבטן החיה הדומה לצבי הידועה בארץ הודו, ובלכתה בין השיחים בימי החום הגדול מגרדת בנפח ההוא, והדם יוצא צרור ולוקטים אותו מן האחו ואמר וידי נטפו מר, כי הכתוב ידמה ריחו כאילו ידיו תיטופנה מריח ההוא נטפי מים:
ואחרים (הראב"ד בהל' כלי המקדש פ"א ה"ג) אמרו איך יכנס בקטרת ובשמן הקדש דם חיה טמאה - גם זו אינה קושיא, כי הלחות ההוא הנאסף בה מרוב הדם ויזוב ממנה בחייה אין בו לא טומאה ולא מאוס ופירשו (הראב"ע בפירוש הקצר והרד"ק בספר השרשים ש' דרר) דרור מלשון וקראתם דרור (ויקרא כה י), שיהיה חפשי מן הזיוף והתערובת ואולי נאמר שהצריך הכתוב להיותו חפשי, לומר שיוקח מן הצבי ההוא בהיותו חפשי מתהלך בין ערוגות הבשמים ומתענג כרצונו, כי כאשר ילכד ויעמוד ברשות אדם לא יעשה מור כי אם מעט ואיננו מבושם וזה דבר ברור:
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 18:17 |
|
| |
ראה דברי הכסף משנה, שאפילו לדעתו שהיה טמא, היה מותר להשתמש בו וד"ל,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 18:47 |
|
| |
דער נייער מנהג פון אסרן די פיץ פיץ פיץ פיץ פיצעלע ווערעם איז א גרויסע חומרא, וואס איז ניטש געווען זייט בריאת העולם אז מען זאל זיך אזוי פירן,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 20:14 |
|
| |
idea
דו זאגסט דאס אלץ היסטאריקער אדער אלץ מורה הוראה?
אין די תורה שטייט שרץ, סווערט נישט דערמאנט קיין סייזעס, די פוסקים זאגן אבער אז טאמער זעהט מען עס נישט מיט'ן פלעינעם אויג דארף מען נישט חושש זיין
טייערער האסט טענות צו די תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 20:41 |
|
| |
איך האב שוין געשריבן אין א צווייטן פורום ביי בודק פראדוקטן.
אז דאס וואס קיינער גלייבט שוין נישט ווען עס איז טאקע יא דא ווערעם. זענען ליידער שולדיג א פאר אטענשאן זוכער . וואס גלייכען סענזאציעס. און זיי ווילן מען זאל פון זיי רעדן. יעדען טאג טראכטן זיי אויף נייע מעשיות. אז עס איז דא ווערעם אין לופט און אין מאושראם. און אין פיש. און אין וואסער און אין צוויבל און אין רעטאך.
אזוי וויא יענער פאסטוך וואס פלעגט שרייען א וואלף!!! א וואלף!! און יעדער פלעגט קומען בחינם צו לויפן . נאכדעם ווען עס איז טאקע געקומען א וואלף איז שוין קיינער נישט געקומען ווייל קיינער האט עהם נישט געגלייבט כך עונשו של בדאי. אפילו אומר אמת אין שומעין.
די צווחין ככלבא אויף די וויליאמסבורגער גאסען. מחלל שבת. מחללי' מיט אנדערע משוגעתן. די האבען אזויפיל אויפגעטון אז טאמער מען וועט אמאל אויסשרייען קעגן א אמתע פירצה אבער נאך א עכטן אויסוואורף וועט דאס מער גארנישט העלפן . עס וועט זיין א געלעכטער.
דער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט וועגן עפעס א סיבה אז טאמער מען וועט מאכען אויף יעדע זאך א מחאה וועט די מחאה האבען אזא פנים וויא דער שמש רופט אויס פרייטיג צונאכטס די זכרים וואס קיינער הערט כמעט ניטאמאל אויס .
זיי מאכען משוגע די רבנים און אז דער עולם זעהט אז מען טאר שוין גארנישט מער עסן. דעמאלס ווערט אלעס א געלעכטער . לא ניתנה תורה למלאכי השרת . די גמרא זאגט אין מסכת שבת ביי י"ח דבר "גדשו סאה" מען האט איבערגעגאסן דאס מעסטל.
אלעס דארף זיין נארמאל בדרך התורה דרכיה דרכי נועם. אין לך אלא מה שאסרה תורה
דער הייליגער נאסעדער רב זי"ע פלעגט זאגען אז א יוד פירט זיך עפ"י שו"ע איז ער שוין נישט קיין שייגעץ.
דער אמת איז אויך לאידך גיסא. אז מען האט גענומען זאכען וואס איז שוין אנגענומען ביים כלל ישראל הונדערטער יארן און אויך ביי די רעגירונג אז דאס איז ווערעמדיג למשל ספינאטש אדער בראקלי. און מען פאקט דאס אין פעקלעך. פלעין אפגעוואשענערבייט מיט א הכשר פון א אמעריקאנער קל וואס עסט בשר בשר
(אזוי וויא אמאל ביי די אמעריקאנער 999 בוטשער פלעגט דע לייט בשר כשר בלינקן אנגעצינדן און אויסגעלאשן א גאנצע צייט. פלעגט דער רבי זי"ע זאגען אמאל געלונגט אז עס איז כשר און אמאל איז עס טריפה אזוי וויא עס שטייט ביי עשיו לצוד ציד להביא. אז וועט ער טרעפען כשרס איז גוט אז נישט להביא וועט ער ברענגן טריפות.)
און מען האט אויפדעם סמך פון דעם אמעריקאנער ראביי ארויפגעלייגט דעם סטעמפל פון בי"ד המיוחד און מען סערווירט דאס אויף חתונות בר מצווהס. .
און די יודעי דבר וואס עפענען די פעקלעך זעהן עין בעין אז דאס איז פול מיט חרקים און שרצים. און דאך האט דאס די בעסטע הכשר . ווערט די מעשה א געלעכטער . דער גאנצער ענין פון ווערעם ווערט א פורים שפיעל. אז ווען איך געב א הכשר מעג מען עסן ווערעם . און אז נישט דעמאלס נישט. אזוי וויא דער איסור ערכאות. וואס יעדע פארטיי וען זיי ווילן מעגען זיי גיין לערכאות
נו! מה יאמרו הבריות.
בדרך אגב די מוסק פון מור פון די סימני הקטורת לייגט מען אריין אין די שווארצע ליקאריס פון די קאמפאני "וויי ענד עס" אין לאנקעסטער פענסילוועניא וואס מען פארקויפט דאס ביי אונדז מיט א היימישן הכשר מיט א סטיקער. ועיין משנה ברורה הלכות ברכות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 21:43 |
|
| |
ווען די תורה זאגט חד בתרי בטל, ווי וועט זיין, ווען א בעל רוח הקודש וועט קומען און מברר זיין וועלעכע עס איז חלב הערט מען איהם נישט צו, ווייל אזוי איז דער דין,
וואס הייסט זעהן און נישט זעהן איז שוין באשטעטיגט געווארען ביי אונזערע זיידעס און באבעס און ביי די רבנים דיינים פוסקים פון די לעצטע 5 טויזענט יאהר, סא קום נישט מיט דעם אז די תורה אסר'ט עס, זיי אלא קדושים וטהורים האבען דאס אויך געוואוסט,
לפי היינטיגע פירעכץ זיינען זיי די אמלאיגע נישט געווען קיינע שומרי תורה ומצות רח"ל, ווייל היינט האבען די עסקנים אסאך געלט און א סאך צייט [און זיי דארפן נישט אנקומען צום עולם] און זיי פארשטייען נישט וואס זיי מאכען אן א חורבן מיט אנלייגן דעם כלל ישראל מיט די עקסרעמע פירערכץ,
תוקן על ידי ideas ב- 21/11/2007 21:48:37
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 16:59 |
|
| |
א חורבן מאכן די וואס זענען מאכיל כלל ישראל מיט מאכלות אסורות, סיי די סוחרים, און סיי די שוואכע רבנים מכשירים, וואס צוליב אפאר דאלאר מיט נאך אביסל פוילקייט וועט מען אנשטאפן אומשולדיגע אידן מיט טריפות, שרצים און דברים המפוקפקים, די מאכן א חורבן, נישט די חשוב'ע רבנים וואס טוען כסדר מעורר זיין אויף די שקאצערייען וואס מ'כאפט ליידער.
אפאר קלים וואס צו מאכן א לייכטן דאלאר גיבן זיי השגחות ווען זיי ווייסן נישט בחייכון וביומיכון אויף וועלכע וועלט זיי זענען, קיין ידיעות אין כשרות איז ביי זיי נישט דא, (אדער ווילן זיי נישט וויסן) און קיין יראת שמים רינט אויך נישט איבער פון זיי... וואויל פאר די רבנים וואס האלטן זיך שטארק, און זאגן דעם אמת'ן דבר ה' אן קיין פחד, און זענען מציל טויזנטער אידן פון כל מיני איסורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 17:02 |
|
| |
עבד עברי - וואס קוועטשט דיך? אויף קלענערע און מער נארישע עוולות ווי שרצים וכדו' קערסטו איבער וועלטן, וואס שטערט דיך אזוי אז א רב זאגט ס'איז דא ווערים אין מאשרום? הא? וואס איז די אגענדא?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 17:48 |
|
| |
איך האב א פארשלאג פאר די אלע וואס עס איז זיי נישט גענוג א הלכה'דיגן הכשר נאר זיי ווילן זיין זיכער אז עס כשר במציאות,
אויב איר זיינט פארהייראט און איר האט פון צייט צו צייט שאלות אין "קאלירן" זאלט איר נישט חלילה פרעגען די רבנים וואס זיינען מקילים "קלים" וואס זיינען פוילע וכו', נאר גייט צו א רב וואס קען זיך אויס אין די קעמיסטרי און ער זאל מיט חכמה און קענטעניש אייך זאגען צו דאס איז טאקע כשר,
פארגעסט נישט דאס איז הארבע איסורים און די רבנים וואס ווייסען נישט וואס טוט זיך מיט זיי זיינען רח"ל מכשיל.........
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 05:11 |
|
| |
rockland
כל הכבוד דער עולם איז שוין זאט פון די וואס געבן הכשריםאין וויסען נישט בחייכון וביומיכון
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2007 07:32 |
|
| |
א ביז תיו.
גלייב מיר, קיינער ווייסט נישט גענוי וואס די ווילסט.
דאס איז א הלכה פסוקה, אז ווען א זאך ווערט נשתנה לגמרי, איז עס מותר, ממילא איז וואס?????
יעדער ווייסט דאס, עס איז באקאנט, תולעת שני, קאלירען וואס מען נישט היינט צו טאג, און ווייס איך אלץ וואס. אבער עס מיז האבען א שינוי גמור.
די ווערים אין וואסער, קענען אסאך מענטשען זעהן, און אסאך נישט, אשר על כן, וואס ווילט איר זאגען?? די אוסרים פין די ווערים אין וואסער, טענה'ן, אז די מתירים זענען מתיר על סמך דעם וואס מען קען נישט זעהן די ווערעם נאר לאור השמש אדער מיט א פארגרעסונג גלאז, אבער זאגען די אוסרים, אז די "מציאות" איז נישט אזוי, יעדער קען עס זעהן ווען מען וועט אים אנווייזען, (עפ"י רוב קענען עלטערע מענטשען נישט זעהן - אזוי איז מיר אויסגעקומען כמה פעמים, ווען איך האב געוויזען פאר עלטערע מענטשען די ווערעם, און זיי האבען געטענה'ט אז זיי זעהן גארנישט).
וואס ווילסטו זאגען גענוי?
וואס איך זאג וועגען יאקא רב, איז אמת ויציב, בחנם ווייסט יעדער קטן וקטנה אז זיין הכשר איז פויגעלדיג??? ווילסט זאגען אז ער איז גערעכט, נניח, אבער ווי זענען זיינע תשובות?? ער האט היתירים וואס אנדערע האבען נישט, דאס איז זיכער.
גלייב מיר, איך הייב נישט אהן צו וויסען וואס דיין ציל איז מיט דעם גאנצען אשכול.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2007 21:03 |
|
| |
ר' שלום שטוב
לאמיר מקדים זיין מיט א גמרא אין מס' כתובות ג' ע"א
אלא רבא דאמר אין אונס בגיטין אין לו ראיה ממשנה ולא ממימרא דאמורא, אלא סברא דנפשיה קאמר וזה שאומר ולענין גיטין אינו כן הוא משום גזירה משום צנועות ומשום פרוצות, משום צנועות דאי אמרת לא להוי גט באונס זימנין דלא אניס והוי גיטא וסברה דאניס פי' האשה תפחד מהפרומקייט שלה ותאמר דלמא אניס ואינו גט ותדאג להינשא ומיעגנא ויתבה,
ומשום פרוצות דהא בנשים כשרות אמרינן דייקא ומינסבא[ דאי אמרת לא ליהוי גיטא, זימנין דאניס הבעל, ועל פי דין אינו גט ואמרה לא אניס # לא שאמרה שקר גמור, אלא שהיה אונס גדול, והיא ממעטת את האונס וז"ל הריטב"א ולא ליקלקלן פרוצות כשיעמדו על קו הדין ולא נוכל למחות בידם ואזלא ומינסבא וכשיבא ויאמר נאנסתי ונמצא גט בטל ובניה מן האחרון ממזרים לפיכך אמרו יהא גט,
מען קען פון דעם זעהן אז עס איז נישט אזוי פשוט אסור מותר,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2007 22:15 |
|
| |
וואס איך וויל איז אזוי, אויב נשתנה איז מותר איז וואס איז דער פארבלעם מיט "דשעלעטין" ? וואס איז געמאכט פון ביינער פון בעלי חיים,
די ווערים אין די וואסער קען מען טרעפען פארשידענע היתרים, איינץ ווייל זיי ווערען באשאפען אין די וואסער [ וואס דאס האלט הרב בעלסקי], אויך האב איך געזעהן א שטודיע אז די מיני וואסער ווערים האבען די עצמות פון דרויסען און די פלייש און איברים אינענוויניג, און וואס מען זעהט זיינען די עצמות וואס עס פעלט די איברים ווייל זיי ווערען אויסגעריסען פונעם וואסער פלוס,
ביי די סטראבעריס זיינען די ווערעם זייער זייער קליין, און רבנים האב שוין גקפסק'נט איבער די יארן אז דאס הייסט נישט קיין ווערים, איך האב עס אליין געהערט פאר 16 יאהר צוריק פון זייער א פרומען רב ביי א משפחה חתונה וואס מען דארט געגעבען סטרובעריס,
אבער היות היינט זיינען דא א זעלעכע וואס זוכן צו מאכן טראבעל, און קוועטשען די גרויסע רבנים און מאכען זיי פילן כאילו זיי זיינען קלים, און מען ערלעדיגט איסורים און חומרות וכו',
זעה די מעשה מיט די שייטלעך,
דו פרעגסט ווי דער יאקער רב האט געשריבען א תשובה, ראה זיינער שאלות ותשובות חוקי חיים 6 אדער 7 בענדער, איז ווער עס גייט נישט אויף דעם נייעם גאנג א קל ?
בימינו אלו וואלט מען ווען געזאגט אפילו אויפן חתם סופר ווען ער זאל לעבען אז ער איז רח"ל .....
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2007 06:20 |
|
| |
א ביז תיו.
א נחת צו זעהן ווי די ברענגסט א גמרא אז צו זאגען אסור אדער מותר איז נישט פשוט, האסט געקענט ווייזען די ספרים שאנק, וואס דארף מען אלע ספרים אויב נישט מברר צו זיין הלכות??
לענין די עצם טענה וואס די זאגסט, האסטו א שטארקע פוינט, דאס הייסט, רבנים היינט האבען א טבע נישט צו זאגען דעם אמת פאר א שואל, זיי קענען זאגען אז א זאך אסור ווען איז באמת מותר, אדער פארקערט.
ושייטעל יוכיח, איז טאקע אן אמת'ר ראי', ווי גאנץ אסאך רבנים האבען נישט געהאלטען עס איז עבודה זרה, אבער האבען געקענט באשטיין אריין צו קאשען, און זאגען עס איז אסור דורך מחמיר זיין אויף יומען האר, און אזוי ארום אריין ברענגען מער די סינטעטישע האר צום עולם.
מען קען זיך מפלפל זיין אויף דעם, און טענה'ן לטובת די רבנים, אז בעצם זענען זיי גערעכט, ווייל די יומען האר שייטעל איז לדעתם אסור מחמת פריצות, נאר דער איסור הערט די עולם נישט צו, כאפען זיי זיך צום אנדערען איסור, און זאגען עבודה זרה, כולי האי ואולי.
אבער עס איז דא נאך זאכען, ווי צב"ש בורט קאנטראל, וואס די איסור כללי האט נישט קיין הענט און קיין פיס, און מען קען זעהן אז רבנים ביי א שיעור וועלען "קיינמאל" נישט זאגען די גדרים פין בורט קאנטראל הלכות ווען עס איז מותר אדער אסור, דאס איז א שאלה וואס זיי נעמען נאר אויף פריוואט, און דעמאלס זאלסטו נישט וואגען צו פרעגען מהיכן דנתני, ווייל זיי וועלען די אנקוקען ווי גרעסטע שייגאץ. פארוואס?? ווייל די איסור אין דעם איז נישט קלאר, (בעסער געזאגט - די איסור איז נישט), און אויב זיי וועלען מגלה זיין דעם גדרים וואס זיי ניצען, וועלען די ת"ח צווישען דער עולם שרייען געוואלד.
לדעתי זענען זיי מכשיל מענטשען, ווייל גענוג און נאך מענטשען וואס זענען געווענליך מדקדק בקלה וחמורה זענען זיך מקיל אין דעם ענין, און אפילו שלא כדין, ווייל זיי האבען מורא צו פרעגען, און ווייסען נישט וואס מעג און וואס מען טאר נישט. (ווי למשל וועלכע סארט בורט קאנטראל).
און עס איז דא נאך כמה דוגמאות אזעלכע.
אבער דיינע צוויי דוגמאות זענען נישט גערעכט.
פארוואס??
די זלטין, איז נישט נשתנה, אדרבה, זאג די, ווען גענוי איז געשעהן די שינוי??
שינוי מיינט אז די זאך איז געווארען כעפר בעלמא, אזוי ווי די אליינס האסט צו געוויזען א כסף משנה, דאס איז אבער פעטס ארויס גענומען פין ביינער פין חיות בהמות דגים, און עס איז געבליבען פעטס, ווי איז די שינוי?????
איין היתר האב איך געזעהן, היות עס האט נישט קיין טעם, אבער ששים ברויך מען דאך, און אין מבטלין איסור לכתחילה, וכו' וכו'.
איך ווייס נישט וואס דער יאקען באבעט דיך איין, אבער אפילו די סטאר קעי, איז נישט מתיר קיין זלטין.
וה"ה די Ou
http://www.oukosher.org/index.php/articles/single/5467/C396/
און יעצט לענין די וואסער ווערעם.
איך ווייס נישט וואס די ברענגסט פין רב בעלסקי, ווייל וואס איז א נפק"מ ווי עס ווערט באשאפען???
ביי וואסער איז נישטא קיין היתר פין לא פירש. (אין א כלי עכ"פ).
און די שטודיע וואס די ברענגסט, אדרבה ברענג א מקור, ווייל וואס איך ווייס איז אז אני הקטן ראיתי בעיני, לעבעדיגע ווערעם אין די וואסער, און טאמער קענען ביינער לעבען, זענען זיי ווערעם, און אסור עפ"י תורה.
די היתירים אויף די ווערעם אין די וואסער זענען "נישט" אזוי גוט, יעדער ווייסט דאס, עס איז אן אמת'ר אלטע מחלוקת, נאך פין די ווערעם אין די שטאט אומאן, כידוע די תשובת ד"ח וואס "אסר'ט" צו טרינקען, דארט איז אויך געוועהן מקילים.
איין זאך איז זיכער, אז לויטען ד"ח איז אסור די היינטיגע ווערעם, און ממילא, טאמער די ד"ח איז חשוב ביי דיר, דארף מען מחמיר זיין.
אויף ביטול, דאס הייסט בדיעבד נאך דעם וואס מען האט עס שוין אויסגעמישט, איז כמעט יעדער מקיל, ווייל די ביטול איז נאר מדרבנן (ברי'), אבער די ווערעם אליין, איז באמת באמת נישט כדאי מקיל צו זיין. און דאס איז נישט דא דערמאנטע קאנספקריענסי וואס איז פריער אדורך גרעדט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2007 08:45 |
|
| |
אז ווערים מיינט פיץ פיצלעך ווערים איז נישט קיין שו"ע,
עס איז אמאל דא לעבעדיקע ווערים, אבער זייער א סאך זיינען נאר ביינער, און ביינער פון שרצים איז נישט אסור,
אמאליגע רבנים האבען אכט געגעבען נישט ארויס צו קומען מיט פסקים שווער צו מאכען אויף מענטשען, בפרט א איסור אויף די נו יארקער וואסער וואלטן רוב אלטע רבנים בשום אופן נישט מסכים געווען, [נישט יעדער קען האבען געפילטערטע וואסער, על כן איז דאס אן ענין פון פיקוח נפש], עס איז אויך דא אן ענין פון "מוטב" אויב דאס איז נישט אסור על פי תורה,וואס זאלען טועהן אידן וואס זיינען נישט אינדערהיים, אויף פארשידענע פלעצער ווי זיי קענען נישט קויפען קיין וואסער?
פארוואס האט מען מתקן געווען מכירת חמץ? פרוזבול? עירוב? גאנץ שוואכע היתרים,
יא ווען מען דארף נישט ארבעטען פאר פרנסה פארשטייט מען נישט פארשידענע זאכען, אויך ווען מען קוקט נישט ארויס אויפ'ן ציבור פאר פרנסה ווייל מען האט פארמעגענס אסאך מער ווי רוב בעלי בתים קען מען זאגען וואס מען וויל, אפילו ווען עס איז אומ'אחריות'דיג,
צוריק צום יאקער רב, ער איז א תלמיד חכם מופלג, פון פריערדיקען דור, איך האב א מאל אפגציילט ביי זיינס א דרשה ווי ער האט נאך געזאגט 71 מאמרי חז"ל מיטן גאנצען לשון, מיטן פונקטליכן מראה מקום, אויך איז ער ירא וחרד, ווי האט מען די חוצפה צו זאגען אויף אזא איד דברי זלזול,
איך ווייס א מעשה פון איינע פון די פאלעסליכע רבנים המכשירים וואס האבען געקויפט א פעקס מאשין, דער סוחר האט מיר דעציילט אז דער חשוב'ער רב קען נישט איינשטעלען דעם מאשין, ער האט פארברענגט מיט איהם אויפן טעלעפאן אן א שיעור צייט און ער כאפט נאך אלץ נישט,
נו ! ווי קען אזא געשיקטער רב געבען הכשרים, ווען ער האט נישט קיין שום געפיל צו טעכניק? אבער ער דרש'נט און ווייזט ווי פרום ער איז און דאס גלייבט דער עולם,
 |
|
|
|
|
|