| נשלח ב-30/11/2007 22:12 |
|
| |
א ביז תיו.
ווי איז דער שטודיע אז מען רעדט פין עצמות? עס האט פיסלעך, און די זאגסט אז עס עצמות.
אבי גערעדט.
פיץ פיצלעך ווערים איז נישט קיין שו"ע.
אין שו"ע שטייט בפירוש אז עס נישט דא קיין שיעור אויף א שרץ, נאר אויף א ברי' איז מען עובר אן איסור דאורייתא.
אבי גערעדט. (און עם הארצות אויך).
היתירים פין מוטב שיהיו שוגגין, האט מען "נישט" קיין רעכט צו זאגען קיינמאל, און פארקערט, די היתירים זענען נישט ווערט קיין צוויי צענט, און טאמער דאס סימבאליזירט דעם יאקער רב'ס היתירים, פארשטייט מען שוין אלעס.
ממש שטותים והבלים, מען קען קויפען, אדער פילטערען מיט פאפיר, אדער נישט טרינקען, יא נישט טרינקען, אפשר זאל מען מתיר זיין צו עסען אין מאקדאנעלדס אויך?
מכירת חמץ פרוזבול עירוב היתר עיסקא, די אלע זאכען היתרים ברורים, נאר וואס דען??? עס איז אן ענין פין התחכמות אויף די תורה, די גדולי אשכנז האבען מתיר געוועהן ווען מען האט "געמוזט" מען אזעלכע היתירים, אבער דאס מיינט נישט קיין היתר אויף אן אמת'ר דבר האסור.
למשל קיינער וועט נישט מתיר זיין צו האבען א פלגש בזמן הזה, כאטש מען קען דארט ארום פידלען, ווייל מען "מוז" נישט.
דער יאקער האט א נאמען אז זיין הכשר איז נישט גוט, ווילסט זאגען א כלל ישראל מאכט א טעות? הרי שלך לפניך, טוה וואס די ווילסט, אבער געדענק נאר איין זאך, "כלל ישראל מאכט נישט קיין טעות".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 09:19 |
|
| |
וואס הייטס אבי גערעט?
זעה Journal of Halacha and Contemporary Society # XLIX pg. 34
מוטב שיהיו שוגגין איז א הלכה וואס רבנים קענען נוצן,
אז דו זאגסט אז עס שטייט מפורש אין שו"ע, וואו? אין הלכות תולעים סימן פ"ד אין יו"ד האב איך עס נישט געטראפען, ער זאל רעדען פון אזעלעכע וואס מען זעהט נישט, אין קלארע וואסער, אין א גלאז, נאר אז איינער ווייזט צו, און ערשט דעמאלץ דארף מען שטארק קוקן עס צו זעהן,
אסרן וואסער פון נוי יארק סיטי איז זייער זייער א ערענסטע פראבלעם, און ערענסטע רבנים דארפן דאס ערענסט באהאנדלען, און פראבירן צו טרעפן א היתר.
איך האלט די זאלסט שרייבען א ספר, פארשטייט זיך אויף די אידישע שפראך, אז די נשים צדקניות זאל עס אויך פארשטיין, א ספר הכללים של אנשי שלומינו, פרק ראשון: "כלל ישראל מאכט נישט קיין טעות" וכו',
what a joke
,
תוקן על ידי aaatozzz ב- 02/12/2007 9:28:11
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 18:38 |
|
| |
ר' איד
ווי שטייט אז מען טאר נישט האלטען א שווארצע קאץ ביי שמע קולנו??
וואס נאך ווילסטו זאל שטיין???
עס שטייט מפורש אז עס מוז נישט זיין קיין כזית, און אז א ברי' איז אסור.
דיין היתר איז א טיפיקעל נארישע עם הארצות. וד"ל.
לגבי די יאקער, טאמער ניצט ער דיין היתר, זאגט עס גענוג אויף דעם מענטש.
און לאמיר נישט פארפירען דעם שמועס לגבי דעם יאקער, וואס איז א חילוק?? אלע הכשרים כמעט דארפען א תיקון, בתוך שאר הכשרי ישראל.
אבער איך וויל די טשאלענדזען,
א. ווי ניצט מען דעם היתר פין מוטב שיהיו שוגגין?? און איך רעד א שאלה וואס רבנים אין די לעצטע צוויי הונדרעט יאר האבען מקיל געווען צוליב מוטב שיהיו שוגגין, הייב אהן ביים חתם סופר.
ב. פארוואס זאלען ווערעם זיין מותר ווייל זיי זענען זייער קליין? און שטייט נישט אין דברי חיים אז עס איז אסור?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 19:41 |
|
| |
אין ש"ע שטייט אז מען טאר נישט האלטען קיין שום זאך אין די הענט וואס שטערט כוונת התפלה,
אז די פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישען קליינע ווערים און פיץ פיץ פיצעלעך וואס מען קען נישט זעהן אז דאס איז א ווארים, [והראיה אז 60 יאר האט עס קיינער נישט באמערקט], איז ווייל די דארפסט בעסער מכווין זיין ביי אתה חונן,
דאס אוועק מאכען דעם יאקער רב איז טיפיקל פאר די חדר פון די היפאקריטן - קנאים,
אויף שאלה א': אדרבה זאג מיר וואס פאר איסורים איז ארויס געקומען דא אין אמעריקא פון שנת תש"ה ביז תשל"ה זאג מיר איינץ?
דער גאנצער היייייימישער עולם האט פיין געגעסען די מיעל מארט פלייש, און נאר ר' שלום יהודה גראסס האט געהאקט און מען האט איהם ארויגעקאפעט פון סאטמאר,
אויף שאלה ב': דער דברי חיים איז נישט אן אפענער שו"ע, אויך אלעס פירסטו דיך ווי דער דברי חיים?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2007 19:45 |
|
| |
ועוד:
איך געדענק יארן צוריק איז געווען א בריוו אין "איד" פון איינעם קאהן א פאפ'ער חסיד, וואס האט געשריבען וועגען די פיץ פיצעלע ווערים אויף די סטראבעריס, אז ער האט געפרעגט ביי רבנים און זיי האבען איהם געזאגט אז דאס הייסט נישט קיין ווערים,
אויך האב איך געהערט פון זייער א חשוב'ן מורה הוראה די זעלבע זאך ביי א משפחה חתונה ווי ער איז געווען דער רב המכשיר,
נאר זייט דעמאלט איז דער עולם געווארען פרומער ? די גלייבסט דאס ?
_________________
|
|
|
|
|