אויך זעהט מען דעם אנדערען יאקעל שאקלען מיטען קאפ ווי צי זאגען אז מאללען רעדט נישט צי דער זאך
מודעה פאר די זאליס
נישט פארגעסען דאנערשטיק ביי תחנה צי שרייען הויך לצנו מ'רדני
נשלח ב-18/11/2007 14:33
דזשערי נאוועק מיט סאטמאר האט א לאנגע היסטאריע
דער געניטער
אדוואקאט דזשערי נאוועק איז געווען דער שליח פון רבונו של עולם צו
ראטעווען דעם עתיד פון סאטמאר מיט צען יאר צוריק, אין די פעדעראלע
געריכטן, פון די מסירות פון דעם "דיסידענט לידער" יאסעל וואלדמאן, מיט
זיין ברודער זאלמען, למיניהם.
די ערשטע קלאגע איז געווען אז דער
קרית יואל ווילידזש דיסקרימינירט קעגן דעם חרדים שול, און נאך דעם
שרעקליכען חילול ה' וואס איז פארגעקומען, ווען זיי האבן געצווינגען רבינו
שליט"א אויפצוטרעטן אין געריכט, האט מען געשליכטעט די קלאגעס.
דאן
האבן די מוסרים געעפנט א מאסיווע נייע סיוויל רייטס קעיס, ווי די מוסרים
האבן אנגעקלאגט פערזענליך יעדעם פון די הנהלת הקריה, מיט שוידערליכע
בלבולים , און די מוסרים האבן פארלאנגט אז דער קרית יואל ווילידזש איז
נישט געזעצליך לויט די קאנסטוטוציע און דער פעדעראלער געריכט זאל גענצליך
אויפלעזן דעם קרית יואל ווילידזש.
די סכנה אז דער ווילידזש וועט
ווערן אויפגעלזט איז געווען אומגעהויער גרויס, און דאן בעת צר האט דער
רבונו של עולם צוגעשיקט פאר קרית יואל דעם אדוואקאט דזשערי נאוועק, וואס
האט מיט גרויס סייעתא דשמיא געפונען א לעגאלע סטראטעגיע צו פארלאנגען
פונעם ריכטער אז מען זאל ארויסווארפן די גאנצע קעיס, און מיט דעם פארמיטן
קרית יואל פון פאטאלע קאנסעקווענצן אויב עס וואלט געקומען צו א פולער
טרייעל ר"ל, און א עווענטועלער אויפלעזונג פונעם ווילידזש.ש
נאך
דעם וואס דער ריכטער האט ארויסגעווארפן די קעיס, האט יאסעל וואלדמאן
אפעלירט צום צווייטען קרייץ געריכט אין מאנהעטען, און עס איז ב"ה
ווידעראמאל געלונגען פאר דזשערי נאוועק, צו איבערצייגן א פאנעל פון עטליכע
פעדעראלע ריכטער צו באשטעטיגען דעם געוואונס אין נידעריגן געריכט.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
נשלח ב-18/11/2007 14:46
דא איז א לינק צום וועב סייט פון די ריזיגע לעגאלע פירמע, און וואס דזשערי נאוועק איז א פארטנער
מען קען זעהן א ליסטע פון זיינע גרויסע סוקסעספול קעיסעס, מען זעהט אז ער האט שוין אויפגעטרעטן אין כמעט אלע פעדעראלע קרייץ געריכטן אין לאנד.
די פערטע
קעיס פון אויבן זעהט מען די פעדעראלע קרית יואל'ע קעיס פון יאסעלע
וואלדמאן אויפצולעזן דעם קרית יואל ווילידזש.
Waldman v. Village of Kiryas Joel,
207 F.3d 105 (2d Cir. 2000) (action seeking dissolution of municipality
on ground its existence violates First Amendment because of allegedly
excessive involvement of local religious leaders in village government).
ביידע מאל האט ער שטארק געקעקעצט און געבליבן שטיל ביי אסאך שווערע פראגן וואס די דזשאדזשעס האבן אים געפרעגט.
איך האב אויך אמאל געמיינט אז מאלען איז אינווינסיבל ביז ווילאנג איך האב געהערט זיין דיבעיט מיט יאסי בראך, וואו יאסי האט אים אזוי צומאלן אז ער האט געמוזט אנטלויפן ווי א לוזער אינמיטן די דיבעיט, און געמאכט די זאליס ללעג ולקלס.
דראדזש, ביסט היינט געבוירן? דו האלטסט בשיטה אז די זאליס געווינען אין קאורט וועגן סקאט מאלען? קאם אן, ס'פאסט נישט אז דו זאלסט רעדן אזעלכע נארישקייטן. פאסט נישט אז דו זאלסט זאגן אז דער דורכפאל פון א לאיער האט געמאכט א גוטן דזשאב. די זאליס האבן געוואונען אין קאורט צוליב אזעלכע מענטשן ווי קלערענס נארמאן און ראבערט רייש, וואס שמאכטן היינט צוטאגס אין תפיסה.
ס'קען זיין אז מען וועט פארלירן, אבער אויב יא, וויל איך זיין זיכער ביי זיך אז מען האט נישט פארלוירן ווייל מען האט אנגעמעסט. איך וויל זיין זיכער אז די ראה"ק האבן געטאן די מאקסימום צו ראטעווען די נכסי הציבור, און מיט'ן אויפנעמען אזא מעכטיגן לאיער ווי דזשערי נאוועק, וואס האט געמאכט א סופער דזשאב, האבן זיי באקומען מיין קאנפידענס.