בית פורומים כל העולם כולו

היתכן: אינטערנעט אן א פילטער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2007 00:56 לינק ישיר 
היתכן: אינטערנעט אן א פילטער?

איך בין לעצטנס זייער אויפגעשוידערט געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז ס'זענען דא אומצאליגע היימישע אינגעלייט וואס האבן "אינדערהיים" אינטערנעט אן קיין שום פילטער.

רח"ל!!!!

וואס גייט דא פאר?? עד היכן יגענו???

די אלע וואס האבן צוטריט צו יו-טוב אדער גוגל ווידעא אדער צו די נישט-מסורת היידפארק, האבן נישט קיין פילטערס!!!

די אלע וואס לייגן לינקס צו די פלעצער, זאלן זיך ביטע מסביר זיין, היתכן??

די איינציגע אויסרייד וואס מ'קען האבן אז מ'ארבעט אין א גויאישע קאמפעני וואס מ'האט נישט קיין ווארט אויף די אינטערנעט עקסעס, וואס געווענליך אפי' די גויאישע קאמפעניס לייגן פילטערס, פשוט ווייל זיי ווילן נישט מ'זאל פארברענגן די צייט.

פארוואס איז דאס??? אז נאך עד היום הזה, נאכן קאמפיינען אזוי שטארק וועגן די חומר הדברים, זענען נאך דא אזויפיל היימישע פרומע אינגעלייט אן קיין בושות וואס האבן אינטערנעט צוטריט אן קיין שום פילטער, ברייט אפען?

וואו אזוי איז דאס מעגליך?

ווי אזוי שעמט מען זיך נישט?

אידן אייכם?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 01:01 לינק ישיר 

ביי אונז איז דא א פילטער, אבער מען האט פארלאנגט צו עפענען גוגל ווידיאו.אין נאך אפאר לינקס,

 אבער עס איז דא ביי אונז די פראגראם, דאכצעך 'עין רואה', וואס די בעלי בתים קענען אלעס זעהן סוף טאג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 01:08 לינק ישיר 


מקוה איד כתוב

איך בין לעצטנס זייער אויפגעשוידערט געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז ס'זענען דא אומצאליגע היימישע אינגעלייט וואס האבן "אינדערהיים" אינטערנעט אן קיין שום פילטער.

פון ווי ווייסטו אז זיי האבן אינדערהיים אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 01:11 לינק ישיר 

איך זאל אפשר שרייבן די נעמען אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 01:57 לינק ישיר 

מקוה איד, ארלעדיג ביי דזשעי נעט אז זיי זאלן נישט זיין קיין ועד הצניעות אגענטן, וועלן מער מענטשן האבן דזשעי נעט.

איך וויל וויסן פארוואס ווען זיי בלאקן א סייט געפינען זיי פאר וויכטיג צו שרייבן אז "דאס און דאס איז דיין איי-פי אדרעס", כדי צו ווארפן א שרעק אויף דעם קאסטומער. דאס איז נישט קיין וועג וויאזוי צו מאכן דעם קאסטומער זיין באקוועם.

ווי אויך דארפן זיי ערלויבן פאר מענטשן וואס ווילן דווקא יא קענען זען יו טוב און גוגל ווידיא, אז זיי זאלן עס קענען זען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/11/2007 02:40 לינק ישיר 

מקוה איד, איז זייער גערעכט, גוגל און יו טוב פעלן נישט אויס פאר פרנסה.

ארגינעלער די סיבה וואס זיי שרייבן די איי פי אדרעס איז נישט צו ווארפן א שרעק חלילה, נאר אז עס זאל זיין גרינגער ווען עס פאסירט א מיסטעק און דעם פילטער עס צו פיקסן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 21:46 לינק ישיר 

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > היתכן: אינטערנעט אן א פילטער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext