| נשלח ב-20/11/2007 00:56 |
|
| |
היתכן: אינטערנעט אן א פילטער?
איך בין לעצטנס זייער אויפגעשוידערט געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז ס'זענען דא אומצאליגע היימישע אינגעלייט וואס האבן "אינדערהיים" אינטערנעט אן קיין שום פילטער.
רח"ל!!!!
וואס גייט דא פאר?? עד היכן יגענו???
די אלע וואס האבן צוטריט צו יו-טוב אדער גוגל ווידעא אדער צו די נישט-מסורת היידפארק, האבן נישט קיין פילטערס!!!
די אלע וואס לייגן לינקס צו די פלעצער, זאלן זיך ביטע מסביר זיין, היתכן??
די איינציגע אויסרייד וואס מ'קען האבן אז מ'ארבעט אין א גויאישע קאמפעני וואס מ'האט נישט קיין ווארט אויף די אינטערנעט עקסעס, וואס געווענליך אפי' די גויאישע קאמפעניס לייגן פילטערס, פשוט ווייל זיי ווילן נישט מ'זאל פארברענגן די צייט.
פארוואס איז דאס??? אז נאך עד היום הזה, נאכן קאמפיינען אזוי שטארק וועגן די חומר הדברים, זענען נאך דא אזויפיל היימישע פרומע אינגעלייט אן קיין בושות וואס האבן אינטערנעט צוטריט אן קיין שום פילטער, ברייט אפען?
וואו אזוי איז דאס מעגליך?
ווי אזוי שעמט מען זיך נישט?
אידן אייכם?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 01:01 |
|
| |
ביי אונז איז דא א פילטער, אבער מען האט פארלאנגט צו עפענען גוגל ווידיאו.אין נאך אפאר לינקס,
אבער עס איז דא ביי אונז די פראגראם, דאכצעך 'עין רואה', וואס די בעלי בתים קענען אלעס זעהן סוף טאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 01:08 |
|
| |
מקוה איד כתוב
איך בין לעצטנס זייער אויפגעשוידערט געווארן ווען איך בין געוואויר געווארן אז ס'זענען דא אומצאליגע היימישע אינגעלייט וואס האבן "אינדערהיים" אינטערנעט אן קיין שום פילטער.
פון ווי ווייסטו אז זיי האבן אינדערהיים אויך?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 01:11 |
|
| |
איך זאל אפשר שרייבן די נעמען אויך?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 01:57 |
|
| |
מקוה איד, ארלעדיג ביי דזשעי נעט אז זיי זאלן נישט זיין קיין ועד הצניעות אגענטן, וועלן מער מענטשן האבן דזשעי נעט.
איך וויל וויסן פארוואס ווען זיי בלאקן א סייט געפינען זיי פאר וויכטיג צו שרייבן אז "דאס און דאס איז דיין איי-פי אדרעס", כדי צו ווארפן א שרעק אויף דעם קאסטומער. דאס איז נישט קיין וועג וויאזוי צו מאכן דעם קאסטומער זיין באקוועם.
ווי אויך דארפן זיי ערלויבן פאר מענטשן וואס ווילן דווקא יא קענען זען יו טוב און גוגל ווידיא, אז זיי זאלן עס קענען זען.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 02:40 |
|
| |
מקוה איד, איז זייער גערעכט, גוגל און יו טוב פעלן נישט אויס פאר פרנסה.
ארגינעלער די סיבה וואס זיי שרייבן די איי פי אדרעס איז נישט צו ווארפן א שרעק חלילה, נאר אז עס זאל זיין גרינגער ווען עס פאסירט א מיסטעק און דעם פילטער עס צו פיקסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/11/2007 21:46 |
|
| |
.
|
|
|
|
|