בית פורומים כל העולם כולו

פסק איז ארויס ! ! ! !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2007 21:54 לינק ישיר 

כל דאלים גבר ווער עס איז שטערקער און נעמט גרעסערע שחורים דער געווינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 22:10 לינק ישיר 

יענקעלע טייערע
pardon my ignorance
אפשר קענסטו אביסל קלארער מסביר זיין

ווער איז דער "פארוואלטער" אויפן בית מדרש אויף ראדני?
זייט ווען איז שוין דער יעניגער "פארוואלטער"?
ווי אזוי איז דער יעניגער געווארן "פארוואלטער"?

ווער איז דער "פארוואלטער" אויף די ביעמס אויף ראסס סטריט?
זייט ווען איז שוין דער יעניגער "פארוואלטער"?
ווי אזוי איז דער יעניגער געווארן "פארוואלטער"?

ווער איז דער "פארוואלטער" אויפן כולל אויף קיעפ?
זייט ווען איז שוין דער יעניגער "פארוואלטער"?
ווי אזוי איז דער יעניגער געווארן "פארוואלטער"?

ווען און ווי אזוי קען מען טוישן "פארוואלטער"?  ווען און ווי אזוי נישט?


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 22:21 לינק ישיר 

מען וועט מיך נאך באלד אנשרייען און באשולדיגן
אין זיין א זאלוני, ניין, איך בין נישט קיין זאלי (ח"ו)
אבער איך בין א ריאליסט, ווען דער דזשאדזש האט
געפרעגט אונזער לויער ביי די ארעל ארגומענטס
ווער עס פירט די בנינים פון קהל יטב לב אין וויליאמסבורג
פאר די לעצטע יארן האט ער אויך גענטפערט אז זיי פירן עס,
פארוואלטער איז דער וואס באצאלט דעם קאן עדיסאן ביל, ווער
עס פארעכט דעם עיר קאנדישן ווען עס איז צובראכן,
ווער עס שטעלט צו האנדטיכער און קאווע יעדן טאג,
ווער עס שיקט צו צום עמוד און רופט אויף עולה צו זיין,
זיי נישט נאאיוו, אמת יאנקל כהנא איז נישט דער עמטליכער
פרעזידענט לויטן פסק פון די קארטס באט ער איז מער פרעזידענט
פון רבי בערל פריעדמאן, צו מיר גלייכן דאס צו נישט
ער איז דעפאקטא בעל הבית צו די ווילסט דאס רופן פרעזידענט
צו סיי וואס, די פאליציי וועט זיכער נעמען ארדערס פון עם אלץ
בעל הבית, זיי האבן דאס ביז היינט געטוהן און זיכער ווייטער אויך
טוהן, דאס איז דער פאקט ווי שטארק עס שמעקט מיר נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 22:39 לינק ישיר 

איז די פלאן טאקע צו טיילען מכות רצח אין די צוקונפט?

אגב, באקומען היינט א טעקסט מעססעדזש ווי פאלגענד:

די אהרונים זענען אריין אין גינעס בוק אויף רעקארדס פארן פארלירען אזוי פיל מיל אין אזא קורצע וויילע.
----
איין זאך האבן די אהרונים געוואונען, אז זיי קענען שוין מער נישט פארלירען...
----
אבער אנדערע קוועלער געבן איבער אז זיי פלאנען צו אפילען ביים אינטערנאציאנאלען געריכט אין האג-האלאנד...




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-21/11/2007 22:51 לינק ישיר 

יענקעלע טייערע זיי נישט ברוגז אבער איך פארשטיי נאכאלטץ נישט

האט איינער אמאל שוין געזעהן רעב יעקב קאהן פאררעכטן אן עירקאנדישן  אין בית מידרש?
אויב איך גיי יעצט פאררעכטן אן עירקאנדישן  אין בית מידרש וועט מען מיך ארעסטירן? אדער ווער איך פרעזידענט?

און דער לויער ירום הודו האט זייער נעריש געענטפערט אויף די שאלה. ווען מען האט עם געפרעגט אויב זיי האבן איינעם אפגעהאלטן פון גיין אויפן בית החיים האט ער ניטאמאל געוואוסט צו ענטפערן אז זיי האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שום קאנטראל אויפן בית החיים

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 22:54 לינק ישיר 

יעצט געליינט אין די גינעס בוק אף רעקארדס,
די אהרונים וואס זענען די גרעסטע פארלירער
האבן דעם גרעסטן בית המדרש מיט מוסדות פון קרוב
צו 5000 קינדער אין וויליאמסבורג,
אין די גרויסע זאלונישע געווינערס וואס זענען געפלויגן
פון בארא פארק האבן געמיזט צומאכן זייער כיתה ט'
און ישיבה קטנה אין בארא פארק. און זייער בוטשער
סטאר האלט שוין אויך ביי נעילה, דאס איז טאקע
א רעקארד, די שנעלסטע צוגעמאכט א תלמוד תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 23:27 לינק ישיר 

דוד46:

קשיא נומער איינס:

אזוי? דער בירך משה איז טאקע אזוי הייליג...

אויב אזוי, פארוואס לייגט נישט זיין געליבטער, געטרייער, ערליכער, נאבעלער זון
א טאוועל לע"נ אים אין זיין קווינס ישיבה....

הא...?

קישא נומער צוויי:
האט למשל אדאלף היטלער געהאט עפעס גרויסע זיידעס, אז ער האט געקענט אוועקנעמען נכסים פון 6 מיליאן אידן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 23:48 לינק ישיר 

יענקעל האסט אויס געלאזט ער האט פארשפארט לעצטענס און ב"פ א כולל וואס ער האט קוים געפענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 23:50 לינק ישיר 

אונגארישער, איך בין דיך דן לכף זכות
פאר א אונגערישן דארף זאגן 10 מאל ווי לאנג
ער כאפט, קיק אהער זיסקייט,
פאקט בלייבט פאקט, די זאלונים זענען די
מענעדזשניג אגענטן פון בית המדרש,
זיי צאלן די וועדזשעס פאר די ארבייטער, 
זיי צאלן אינשארענס און אלע אנדערע אויסגאבן,
און דאס מאכט זיי פאר דעפאקטא בעל הבית
ווען דער דזשאדזש וואלט דיך געפרעגט ווער עס פירט
אן דעם בית המדרש די לעצטע 7-8 יאר וואלסטו אויך
גענטפערט אז די זאליס נאר וואלסט מסתמא צוגעלייגט
אפאר באטס... ווען מען נעמט די ארבייטער פון 152 ראדני
און מען פרעגט זיי ווער זייער בעל הבית איז, וועלן אלע פה אחד
זאגן יאנקל כהנא און שאול פערלשטיין, און דאס הייסט בעל הבית,
יאנקל כהנא קען היינט עמטלעך פארופן וואלן, (מעגליך אז רבי בערל אויך,
נאר איך בין נישט אזוי זיכער) סא, זיי נישט איגנארענט און נעם דאס אריין
אין קאפ, די זאלונים שטייען דארט אסאך בעסער פון אונז, 

דאס אז אונזער לויער האט ראנג גענטפערט אויף אסאך פראגעס
איז קלאר, למשל, ווען מען האט עם געפרעגט צו דער רבי קען ארויס
ווארפן א מחלל שבת האט ער גענטפערט אז נישט פון די קארפערעישאן,
דער ענטפער איז, דער רבי קען אנרופן דעם ראש הקהל און זאגן אז
פלוני אלמוני איז א מחלל שבת און פליעז ווארף עהם ארויס און דער
ראש הקהל זייענדיג א ערליכער מאן וועט עהם זיכער פאלגן, און אזוי קען  
יענקעלע פון בארא פארק צו סיי וועלעכער מעמבער אנרופן דעם ראש הקהל
און זאגן אז פלוני אלמוני איז א מחלל שבת און נאך בירור הדברים וועט דער
ראש הקהל עם ווארשיינדליך ארויס ווארפן, און ואלט געדארפט ברענגען א
ראי' לדבריו פון די דרשה אקעגן ר' אברהם ל. ווי דער רבי בעט קהל אז זיי
זאלן ארויסגעבן א פסק אז ער איז ארויסגעווארפן און האט דאס נישט
אליין געטוהן, וכו' וכו' אבער אויף ענגליש הייסט דאס
MONDAY MORNING QUARTERBACK



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2007 00:18 לינק ישיר 

יענקעלע דו האלטסט אינגאנצן ביים צווייטן מאל מילא האב איך נאך נאך 8....

ביסטו מסכים מיך צו לאזן צאלן דיין קאן עדיסאן ביל פאר עטליכע חדשים? עס זעהט מיר אויס ווי א ריזיג גוטע אינוועסטמענט...

אפשר לייענסטו דורך מיינע שאלות וואס איך האב געפרעגט און פרוביר זיך מצמצם צו זיין און ענטפערן קורץ און שארף.
איך גלייב נישט אז דו האלטסט אז ווען איך זאל זיך נעמען איין טאג צו צאלן א געהאלט פאר ר יעקב הערש ווייס און די פוילישע ארבייטער און איך שיק אריין א טשעק פאר די אינשורענס קאמפאני ווער איך באלעבאס אויפן בית מידרש.

אפשר האסטו גענוג מאל געלייענט מאלען'ס שטותים אז עס איז דיר אריין אין קאפ

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2007 00:32 לינק ישיר 

יאנקעל כהנא קען פארריפען וואלען.
און פלויני אלמוני קען אויך פאררועפן וואלען

אויב געט פלוני אלמוני אריין א בריוו צום אטוירני דזשענעראל  אז יאנקעל כהנא האט נישט קיין רעכט איבערצושרייבן בנינים - דאן איז עס געבלאקט.

ריכטער סמיט שרייבט עס קלאר -
עס איז הפקר די באנק אקאונטס
עס איז הפקר די נכסים
עס איז הפקר דער נאמען

דאס געריכט קען גארנישט טאן... און גראב"ד פרידמאן אוודאי נישט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2007 01:47 לינק ישיר 

HUNGARIAN, דו מאכסט דיך אדער ביסט טאקע,
מאלענס שטותים איז מיר נישט אריין אין קאפ,
אבער ליידער איז דאס יא אריין אין קאפ פאר די שופטים,
דו פרעגסט וואס איך האלט?
איך האלט, אז זלמן לייב טייטלבוים איז דער גרעסטער גנב בדורינו,
און דער ווייטאג איז, אז די גנבה איז עהם געלונגען,
אבער וואס יענקעלע האלט איז לגמרי נישט רעלעווענט,

דער פאקט איז, אז אויב צאלסטו אלע יוטיליטיס און די פורסט דיך אויף
ווי א בעל הבית, ביסטו דער בעל הבית,
IF YOU ACT LIKE A בעל הבית AND SOUND LIKE A בעל הבית
YOU ARE PROBALLY THE בעל הבית,
איך וועל דיר געבן א ביישפיל, ווען איך פרעג דיך ווער איז דער בעל הבית
פון קאנטינענטאל האל? וועט געוויס קומען דער ענטפער אז יאנקי הירש,
איי האסטו דען געזען דעם דיד? ניין, נאר ער פורט זיך אויף מעשה בעל הבית
און אויב רוף איך אריין אין אפיס און פארלאנג צו רעדן צום בעל הבית
דאן קומט יאנקי הירש ארויף אויף די ליין, דאס מאכט עם בעל הבית,
און אויב וועט אונגארישער שרייען אז דער דיד איז אויף א קארפארעישאן
און אונגארישער איז דער הויפט פון די קארפארעישאן, וועט מען דיך שיקן
אין קארט און אויב דער קארט וויל דאס נישט אנעמען פאר סיי וואס פאר א טעם,
דאן בלייבט יאנקי הירש דער בעל הבית,

דא אויך, אויב רופט אן סיי וועלעכער פאליטישאן, צייטונג שרייבער, צו דער קעפטאן
פון די פאליציי און פארלאנגט צו רעדן צום פרעזידענט, וועמען מיינסטו וועט
מען ארויף שטעלן אויף די ליין?, יאנקל כהנא אדער רבי בערל פריעדמאן?
און אויב וועט מען פרעגן דעם פאליטישאן, צייטונג שרייבער אדער דעם קעפטן פון די
פאליציי ווער דער פרעזידענט איז? וואס מיינסטו וועט ער ענטפערן,
I HOPE YOU GOT MY POINT,

אויב פעיסט מען ריאליטי, טיט דאס נישט אזוי וויי,
דער אמת איז, די זאליס האבן אבסעלוט נישט באקומען גארנישט וואס זיי האבן נישט
געהאט א טאג בעפאר, (אפילו די פרעזידענסי איז אויך מוטל בספק)
און מיר האבן נישט פארלוירן גארנישט וואס מיר האבן געהאט א טאג בעפאר,
להיפוך, מיט דעם פסק זענען מיר געווארן היבש שטארקער אין בארא פארק
און אין קרית יואל, און פונקט ווי מיר האבן נישט געקענט ארויס שטעלן דעם גנב זלמן לייב
אין וויליאמסבורג ווייל זיי ווילן זיך נישט מישן, קענען זיי זיך נישט מישן אין בארא פארק
אדער אין קרית יואל, נאר ווי איך האב געשריבן, מען דארף שטיין אויף די וואך,
מיט די אויגן אויף דעם פסק, און אלעס מלבש זיין אין א רעליגיעזע אישוי,
און אזוי וועלן זיי זיך נישט קענען מישן, און מיט אפאר גיטע מאנאווערס
קענען מיר זיי אפילו טרעטן אויף די הונער אויגן אין וויליאמסבורג,
עם עקש תתפתל !!!







דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2007 01:48 לינק ישיר 

פון 3,000 קינדער איז לעצטענ'ס געווארן 4,000

איצט האלט עס שוין ביי 5,000

WOW






דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-22/11/2007 02:24 לינק ישיר 

יענקעלע
ביסט נישט גערעכט.
DE FACTO = הייסט נישט  לעגאל באלעבאס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 03:29 לינק ישיר 

רבי
איך האב נישט געשריבן אז זיי זענען די לעגאלע בעלי בתים
אדרבה איך האב געשריבן אז ס'איז תלוי ועומד און מוטל בספק,
און מיט אפאר גיטע מאנאווערס קענען מיר זיי אנמאכן גענוג
און נאך קאפ ווייטאג, אבער דע-פאקטא מיינט פאקטישע בעלי בתים,
זיי קענען דארט טוהן כל מה שלבם חפץ, ברצונם בויען זיי צו,
ברצונם נעמען זיי אראפ, זיי באקומען פערמיטס אונעם נייעם בית המדרש
אויף ווילסאן פאר זייערע נעילת החג פארטיס, און דו קענסט דאס נישט
באווייזן, און אויב הייסט דאס נישט פאקטישער בעל הבית, דאן ווייס איך
נישט וואס עס הייסט יא, און זעהט אויס אז דו ביסט נישט מחולק מיט מיר,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פסק איז ארויס ! ! ! !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.