|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:35 |
|
| |
ביים בית החיים קען דער וויליטש זאגן אז זיי נעמען
ארדערס נאר פון רבי בערל פריעדמאן,
ווייל ער איז פרעזידענט פון סאטמאר
און דער רבי האט עהם נישט ארויס געווארפן,
און דער קארט קען זיך אין דעם נישט אריין מישן,
דאס איז זייער קלאר פונעם פסק,
און אזוי האט ריכטער סמיט אויך פארשטאנען,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:37 |
|
| |
שר
די נעמסט נישט קיין דזשאוקס?
איך בין גראדע זייער זייער ווייט פון דיפרעסט,
ביי מיר האט זיך גארנישט געטוישט מער אדער ווייניגער היינט ווי נעכטען
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:38 |
|
| |
השר אלעס גייט טאקע צום אלטן,
אבער די פארגעסט אז ווען די גייסט און וומס"ב צום אלטן מיינט עס די זאליס ווייל זיי זענען אינעוויניג,
אבער מיט די ביה"ח גייסט צום אלטן זענען די ארוינים אינעוויניג,
פארשטייסט
די קארט רעדט נאר וועגן די דיד און זיי ווארפן עס אפ אז ס'איז נישט 50/50 ק"י וומס"ב
אבער ווער ס'איז לגייבע די ביה"ח וומס"ב זאגן זיי נישט,
און למעשה זענען די ארוינים אינעווייניג דארט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:38 |
|
| |
לית דין ודיין, איז שוין לאנג אקטועל. איצט איז שוין לית שווארצע חלאטל, אויך. ווידער לאז ארויס פאפא און חרדים מען רעדט דאך דא פון לעגיטימע מעמבערס און קהל'ס לייט, און אויב די קארט טאר זיך נישט אריינמישן, דאן איז טאקע כל דאלים גבר. די עצה איז צו שטעלן יעדן פיסל וואס מעגליך ווי סמיט שרייבט, שטערן ביי די בענק אקאונטס, אקאפירן שילן ווי צב"ש סאוט 8 אדער א מוירטל וואס איז סייווי רוב אהרונים, אדער אפילו ראדני אינדערוואכן און זיך פירן מעשה בעל הבית און יעדעס מאל וועט פאליציי קומען און חוזר חלילה, ניטש באערדיגן מתים נאר פאר'ן פאלן פרייז און ח"ו נישט קיין מלשינים וכו' ביז עס וועט מוזן קומען א ד"ת אדער א פשרה. ושלום על ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:38 |
|
| |
שר מקוצי
לויטן פסק קענען זיך די אהרונים קלאר אריינברעכן אין די בני יואל שול אין עס איבערנעמען, אין די קארט קען נישט אריינרעדן!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:44 |
|
| |
נו! אומר ועושה
געגאנגען!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:44 |
|
| |
פאטאקי, לויט ווי איך פארשטיי, קען די קארט זיך טאקע נישט אריינמישן אבער די 90 פריסקינט יא, ממילא איז נישט שייך דיין גאנצע טענה פון זיך בעל כרחך אריינרייסן אין די אלע מקומות, כאפסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:48 |
|
| |
| DRUDGE08 כתב: |  | | , פארשטייסט די קארט רעדט נאר וועגן די דיד און זיי ווארפן עס אפ אז ס'איז נישט 50/50 ק"י וומס"ב אבער ווער ס'איז לגייבע די ביה"ח וומס"ב זאגן זיי נישט, |
|
איז דאס טאקע די מציאות??
לויט ווי איך האב געוויסט, אז פאר בערל האט עס איבערגעשריבען, איז עס געווען 50.50 קר".וומסב"ג
נאכדעם האט עס בערל איבער געשריבען 100% פאר קר"י, יעצט אויב עס בלייבט ביים אלטען, דארף קר"י נאך האבן 50% ??!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:48 |
|
| |
די 90 פריסינקט טאר זיך אויך נשיט אריינמישען, מען קען זיי קלאגען אין פעדראלען געריכט טאמער זיי טוען עפעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:51 |
|
| |
ארגינעלער, אויב חזר'ט זיך איבער א שמיני עצרת פרשה יעצט לדוגמא, ווילסטו מיר זאגן אז די 90 פריסקינט דארף אין וועט שטיין אין די זייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:52 |
|
| |
איך מיין אז מען זאל נישט לאזן באגראבען די זאליס אין בית החיים, דעמאלס וועלן די זאליס נשיט האבן קיין ברירה אין זיך שטעלן צו דין תורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:53 |
|
| |
%100 פארצענט די 90 האט זיך נישט וואס אריינצומישען, לויטן געזעץ טארן זיי זיך נישט אריינמישען.
נאר טאמער איינער שלאגט דעם אנדערן מעגן זיי ארעסטירן דעם שלעגער, ותו לא.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 20:55 |
|
| |
| ארגינעלער כתב: |  | לויטן פסק קענען זיך די אהרונים קלאר אריינברעכן אין די בני יואל שול אין עס איבערנעמען, אין די קארט קען נישט אריינרעדן!
|
|
עס איז מבהיל הרעיון, צי זאגען אז די קארט האט אראפגעלייגט אזא יסוד אין ניו יארק סטעיט
אויב אזוי ווי אזוי האט יוסל וואלדמאן בשתו געקענט ריפען ר"א אין קארט??
איך טראכט זיכער אז די ארונים וועלן נישט האבן קיין מאגען צי גיין ביז וואשינטן מיט די קעיס, אבער איך וואלט געוואלט אז זיי זאלן יא גיין, עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, אז דאס זאל טאקע זיין די מציאות
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:02 |
|
| |
איך פראביר דא צו פארשטיין אביסעל וועגן די ביה"ח, איך זעה אז מען יובל'ט דא ארום אז מען האט געווינען די ביה"ח, און ווען איך קוק אין די דעסיזשען (די קלענערע פון פיר זייטן) שטייט קלאר ארויס אז די טרענספער פון בערל פרידמאן איז גארנישט ווערד און עס בלייבט ווייטער האלב אויף האלב, נו וואס האט מען געווינען?? אפשר פארשטיי איך נישט עפעס? ביטע זייטס מסביר!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:08 |
|
| |
השר מקוצי. איינער פון די שרייבערס דא האט אן אויסדרוק, "איך קען דערליידן פערדן אבער נישט מענטשן וואס רעדן ווי פערדן." איך מיין ס'קומט דא אריין.
אדער ביסטו נאאיוו, אדער הייבסטו נישט אן צו וויסן וואס דא טוט זיך.
די יעצטיגע דזשאדזשעס האבן באשטעטיגט דעם אפעלאט וואס האט באשטעטיגט באראש, אז דאס געריכט טאר נישט אפמאכן ווער ס'איז בעה"ב. און אז דאס געריכט טאר נישט אפמאכן ווער ס'איז בעה"ב דאן איז בעה"ב דער וואס איז אינעווייניג.
אזוי ווי ריכטער סמיט ברענגט ארויס אין זיינע ווערטער, אפצו'חוזק'ן פון די מעדזשאריטי ריכטערס, But if members of the Friedman faction had somehow succeeded in occupying the Congregation's offices, and the Kahan faction sued to evict them, presumably the majority would say the case is still non-justiciable and the Friedman faction, being the defendant, would win
איבערגעטייטשט אין קורצן: כל דאלים גבר, ווער ס'איז אינעווייניג דער איז בעה"ב, און ווען בערל פריעדמאן וואלט געווען אינעווייניג אין ראדני וואלט ער יעצט געווען בעה"ב.
די סיבה פארוואס דער גאנצער עולם לאכט דיך אויס איז וויבאלד דו קומסט ווי א תם, און דו פרעגסט, געוואלד, וואס גייט זיין מיט'ן ביה"ח? כאילו ביז יעצט איז דער מצב געווען אנדערש. פארשטייסט? דו האסט נישט קיין אהנונג בחייכון און דו רעדסט אריין אין א סוגיא וואס דו הייבסט נישט אן צו וויסן.
וועגן דעם זאג איך דיך, זאלסט צוריקקוקן די לעצטע פאר יאר און זען ווער ס'האט קאנטראלירט די ביה"ח, וועט דיר אלעס קלאר ווערן.
דא האסטו איין לינק וואס כ'האב געטראפן ביי אן אויבערפלעכליכן סוירטש אויף היידפארק. http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1986685
 |
|
|
|
|
|