|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:09 |
|
| |
שמא גרים, איז זע אז די יכול'סט נישט. דער בית החיים באלאנגט אינגאנצן 100 פראצענט פאר ברוקלין קהל. אבער ביים גרויסן פסק שטייט קלאר אז אין ברוקלין קהל איז כל דאלים גבר. במילא איז דער בית החיים ביי סאטמאר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:12 |
|
| |
דער בית החיים איז געווען 100% ביי וויליאמסבורג
און רבי בערל האט איבערגעשריבן 50% פאר קרית יואל
אן צונעמען רשות פונעם אטארני דזענעראל אדער פון געריכט
ווי דאס געזעץ פארלאנגט, און דער קארט האט אפגעווארפן דעם
טרענספער פון 50-50 און ס'איז צוריק 100% ביד וויליאמסבורג,
נאר ווער ס'איז בעל הבית פון וויליאמסבורג איז א רעליגיעזע אישוי
און דער קארט קען זיך אין דעם נישט מישן,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:21 |
|
| |
יענקעלע,
אבער למעשה זאגען זיי אז אהן זיך מישען זענען די זאלי'ס בעה"ב, פארוואס הערסטו נאר איין ווארט פונעם קאורט און די אנדערע נישט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:24 |
|
| |
איינער שרייבט ערגעץ אזוי
מענטשען (ארוינים בעיקר) האבען דא א גרויסען מיסטעיק דא איז נישט שייך קיין "כל גבר אלים"
ווייל דאס וואס די קאורט האט געזאגט אז זיי קענען זיך נישט אריין מישען ווער איז בעל הבית אין סאטמאר איז ווייל זיי האלטען אז דער רבי איז דער לעצטער ווארט זאגער אין אלע זאכען פון די קהילה (ע"ע באראש וואס דאס האט יעצט די אפיל קאורט קאנפארמט) אבער נישט אז ווער עס וויל כאפען בילדינגס קען כאפען וואס מען וויל
די שאלה דא איז געווען "ווער איז קהל"?
אויף דעם האט קאורט געפאסקענט אז דער וואס איז יעצט אין אפיס דער איז קהל און אלעס וואס געהערט צו קהל געהערט צו "דעם " קהל ווייל עס איס קיינמאל נישט געווען קיין פראגע אין קאורט אז מען זאל צוטיילען קהל אז דע "בילדינגס" זאלען גיין פאר ווער עס איז דארט יעצט
אלא מאי פארוואס זענען די ארוינים יעצט אויפען בית החיים?
אויף דעם איז געווען געבויט דער גאנצער רויזענוואסער קעיס צו דער דיד טרענפער וואס בערל פ"מ האט איבערגעשריבען פון ווילי אויף ביידע סיי ווילי און סיי ק"י האט ראזענוואסער געפאסקענט אז עס יא ליגעל במילא זענען די ארוינים בעל הבית אבער דער אפעלעט קאורט האט געפאסקענט אז דער דיד איז וואויד און עס זאל צוריק געשטעלט ווערען אויף דעם נאמען פון ווילי זענען די ארוינים געגאנגען און האבען איבערגעשריבען אויף די ארויני-ווילי'ס נאמען
אבער אז די אפילס קאורט האט געזאגט אז דער ווילי קהל איז דער וואס איז ביז יעצט געווען דאס הייסט זלוינים איז דער צווייטער טרענפער וואס די ארוינים איבערגעשריבען דעם ביה"ח אויף ארויני-ווילי נאכען אפעלעט איז אנייע טרענפער און עס איז קיינמאל נישט צוריק געגאנגען צו די ארגינאלע בע"ב וואס איז ווילי קהל און דאס ווען זיכער מיזען צוריק גיין צו די ארוינים ווילען צו נישט
און ביי דעם איז שייך קיין "כל גבר אלים" ווייל דער ביה"ח איז נישט קהל דאס איז נאר א פראפערטי פון קהל א שטיקעל פון קהל וד"ל
זיי זענען טאקע אויפען דיד יעצט אבער לויט די אפילס פסק איז דער דיד נישט ווערט קיין צוויי סענט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:24 |
|
| |
וואו זאגן זיי אז די זאליס זענען בעה"ב? זיי פסל'ען דעם טרענספער פון וויליאמסבורג צו קרית יואל. יעצט ווער איז וויליאמסבורג? דאס זאגן זיי נישט!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:27 |
|
| |
זיי באשטעטיגן באראש, אין באראש האט געזאגט אז די סטאטוס קווא, איז קאהאן נישט אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:40 |
|
| |
רבותי,
בארואיגט אייך,
אוודאי וואלט געווען א בעסערע געווינס פאר זאלוינים ווען סמיט'ס פסק וואלט ווען געווען די רוב,
אבער מיט דעם אלעם האבען די ארוינים פארלוירען, אינגאנצען.
דער חילוק איז אז די זאלוינים האבען נישט אזוי שטארק געווינען ווי די ארוינים פארלוירען.
סטאטוס קווא מיינט אז ר' יענקל כהנא איז פרעזידענט, און זיין קהל איז בעל הבית.
די רעליגיעזע פראגע וואס די קארט האט נישט געוואלט אויפנעמען איז צו בערל פריעדמאנן איז א רעליגיעזער איד, א שומר תומ"צ.
ווייל לויט די שטאטוטען דארף מען זיין א שומר תומ"צ כדאי צו זיין א מעמבער,
איז ווי באלד די קארט וויל נישט פאסקענען אויף בערל פריעדמאנן צו ער איז רעליגיעז, קען די קארט נישט פאסקענען איבער די וואלען וואס דאס וואלט געמיינט אז זי מישט זיך אין רעליגיע.
איז ווי באלד די קארט מישט זיך נישט, זאגט די קארט אז סטאטוס קווא בלייבט וואס מיינט אז דער איצטיגער פרעזידענט בלייבט, און ער בלייבט מיט זיין גאנצע בעל בתישקייט איבער אלע אנגעלעגענהייטן וואס שייך, אין די בנינים באלענגען פאר דעם סטאטוס קווא קהילה, און איצטיגען פאל ר' יענקל כהנא.
און דער בית החיים באלאנגט פאר דעם איצטיגען קהל.
אפגעזען ווער עס האט פאבליק סעפטי, ווייל פאבליק סעפטי קען נישט אוועק נעמען פון מיר מיין פראפערטי.
עס קען נישט קומען א מאן דהוא און זאגען אז איך בין סטאטוס קווא אין כל דאלים גבר אין די פאליציי און די קארט קען זיך נישט מישען, ווייל דעמאלטס איז איש את רעהו חיים בלעו,
דער בעל בית פון קהל איז בעל בית אויף דעם בית החיים.
יעצט לגבי בארא פארק:
די ארוינים האבען נישט געווינען אין די זאלוינים האבען נישט פארלוירען עס האט קיין שייכות נישט.
איך וויל נישט מרחיב זיין דעם דיבור דערויף אבער צווישען די שורות שטייט שוין אלעס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:41 |
|
| |
ניין נישט אזוי!
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:52 |
|
| |
ווי מער איך ליין די תגובות דא בין איך מער נבהל ונשתומם ווי מען קען פארדרייען די קאפ פאר מענטשען וואס זענען אומוויסענד, זענען מיר טאקע אזוי פארתמ'ט אז מען קען אונז זאגען אז מיט דעם פסק האבען די ארוינים געווינען בארא פארק? ווען די געריכט האט נישט געהאט קיין כי הוא זה צו טאן מיט בארא פארק? אדער אונז איינרעדען אז די ארוינים האבען געווינען דעם ביה"ח ווען עס שטייט קלאר ארויס אז די ביה"ח איז הונדערט פראצענט פאר וויליאמסבורג וואס לויט די געריכט איז עס די זאלי'ס? פארוואס מיז מען מאכען דעם עולם אזוי צו נער??
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:54 |
|
| |
יכול,
וואו זעסטו אז זיי שרייבן אז אן זיך מישן זענען די זאליס בעל הבית?
זיי זענען בעל הבית ווייל זיי זענען מוחזק,
און ווערן די אהרונים מוחזק זענען זיי בעל הבית,
אזוי איז לויטן פסק, און אזוי פארשטייט ריכטער סמיט
וואס האט מיט די טענה אפגעווארפן דעם מאדזשאריטי פסק,
די זאליס האבן פארלייגם כוחות ארויס צו באקומען אז זיי זענען
בעל הבית אבער עד היום האבן זיי דאס פון קיינעם נישט באקומען
אפילו נישט פון זייער פריינט באראש,
באראש האט נאר געפסקעט אז דער רבי האט א כח ארויס צו ווארפן
און אז ער האט נישט גענוג הוכחות אז דער רבי האט טאקע ארויס
געווארפן רבי בערל, און דער פסק האבן די ריכטער היינט קאנפירעמט.
לדעתי, איז דא פאר די אהרונים אסאך ארבייט צו טוהן,
און איך רעד נישט פון ווילדע זאכן, נישט פון כאפן בנינים,
נאר איך רעד פון למשל וואלן, בפקודת כ"ק העקאליסטיקל ראבייס,
מיר דארפן אנהייבן צו שפילן די זאלי געים,
און דער קארט קען זיך בשום אופן נישט אריין מישן אין רעליגיעזע אישויס,
זיי קענען נישט אנטיילן ווער ס'איז רבי, טאמער דער קרית יואלער דיין
וועם דער הייליגער בעל דברי יואל זי"ע האט עם אויפגענומען, און איז זיכער גענוג
א גרויסער עקאליסטיקל כח, און רבי משה פריעדמאן דער בארא פארקער
דיין וואס דער רבי דער ברך משה זי"ע האט עם געמאכט פאר דיין,
און איז אויך א עקאליסטיקל מאכט, זאלן צוזאם מיט נאך דזשאסטיסעס
פון אונזער ראביניקל קארט ארויס קומען מיט א דעקלעראציע אז מען זאל מאכן
וואלן, קען דער קארט דאס לכאורה נישט אפשטעלן,
דאס קען אנמאכן גענוג קאפ וויי פאר די שטאט
און לויטן קארט דיסיזשאן וועלן זיי דארפן שטיין אן מאכט דאס אפצושטעלן,
די שאלה איז נאר אויב די אהרונים האבן נאך געדולד צו פייטן
אדער זענען זיך שוין מייאש און וועלן זיך קאנצאטרירן אויף זיך ווייטער צו בויען,
ימים ידברו, ומה שיעשה הזמן יעשה השכל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 21:59 |
|
| |
עס איז נישט דא קיין שום סטאטוס קווא, אזוי ווי שמיט ברענגט עס זייער קלאר ארויס, אז מען קען פריזען אלע אקאנטס, די אהרונים קענען איבער נעמען אלע בנינים, עס איז כל דאלים גבר.
אז די אהרונים גייען היינט נאכט איבער נעמען ראדני זענען זיי סטאטוס קווא, אז מארגען גייען די זאליס און נעמען עס צוריק איבער זענען זיי סטאטוס קווא.
בנוגע בארא פארק, איז די בארא פארק קעיס האט די אונטערשטע געריכט געפסקנט אז עס איז א רעליגיעזע אישו אזוי ווי באראש האט געפסקנט ממילא קענען זיי זיך נישט אריינמישען, אבער זיי האבן צוגעלייגט אז דאס איז זיכער אז ר' אהרן וועלץ איז פרעזידענט.
יעצט שטייט עס פארן אפילס קארט אויף האלד, ווארטענדיג אויף די אלאבאני פסק, יעצט אז עס איז שוין דא מיינט אז די בארא פארק קעיס איז פארטיג פאר די זאליס, עס פליעהט ארויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 22:02 |
|
| |
יענקעלע
באראש האט געשריבן אז דער רבי איז באלעבאס פון די קהילה און לויט ווי ער זאגט מוז מען זיך פירן, אדער אן עקאליסטיקל כח (וואס מיינט אויב דער רבי איז נישט בכח וכו').
פאקטיש: ווער עס איז דער רבי היינט צו טאג ווייסטו אויך, און דיין רבי קען דא נישט אריינרעדן. ער קען איינטיילן אין די ק"י קהילה.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 22:10 |
|
| |
יענקעלע,
א דיין קען קיין וואלען נישט פארופען
דאס טוען נישט קיין דיינים.
צווייטענס,
עטס האטס נישט קיין איין דיין און קהל יטב לב וומ"ס
קרית יואל-בארא פארק - מאנסי- מאנטריאל,
זענען נישט מחייב וומ"סער קהלה.
ארגינעלער,
חלמא טבא חזית
עס איז נאך נישט געווען קיין קארט אין ב"פ
עס איז טאקע א רעליגיעזע מוסד אבער נישט קיין רעליגיעזע שאלה דארט און ב"פ
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 22:13 |
|
| |
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20071120/NEWS/71120009
Court decision wrests control from KJ rabbi
*************** language="" type="text/">
var isoPubDate = 'November 20, 2007'
>November 20, 2007
Albany -- 11:23 a.m. -- A bitter court battle that has divided the Satmar Hasidim of Kiryas Joel and Brooklyn for six years has once again been decided in favor of the faction that now holds power in Brooklyn. The Court of Appeals released a decision this morning upholding lower court decisions in favor of supporters of Rabbi Zalmen Teitelbaum, one of two brothers with rival claims to leadership of the 100,000-strong religious sect.
The order leaves hundreds of millions of dollars worth of property and Satmar-owned businesses in Brooklyn and upstate in the hands of Rabbi Zalmen's faction. Supporters of his older brother, Rabbi Aaron Teitelbaum -- the chief rabbi in Kiryas Joel for many years -- had sued to wrest control of those assets, contending they
had won an election in 2001 for lay leadership of the sect's Brooklyn branch
http://www.wcax.com/Global/story.asp?S=7387775
Top court upholds rulings on Satmar Hasidic sect assets
*-- *
Associated Press - November 20, 2007 1:45 PM ET
ALBANY, N.Y. (AP) - A court battle that has divided the ultra-Orthodox Jewish sect whose members mostly live in Kiryas Joel and Brooklyn has been decided again in favor of the faction that now holds power in Brooklyn.
The state Court of Appeals in a decision today upheld lower court decisions in favor of supporters of Rabbi Zalmen Teitelbaum, 1 of 2 brothers with rival claims to leadership of the Satmar Hasidic sect.
Supporters of his older brother, Rabbi Aaron Teitelbaum - chief rabbi in the Orange County village of Kiryas Joel for many years - had sued to wrest control of assets, contending they had won an election in 2001 for lay leadership of the sect's Brooklyn branch.
Their father Rabbi Moses Teitelbaum, died in 2006 at the age of 91. In his will, he recognized Zalmen Teitelbaum, the third of his four sons, as the next rebbe, or grand rabbi.
.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/11/2007 22:22 |
|
| |
לכאורה,
לויט דעם פסק,
קען אונזער היזיגער רב אב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א
וואס לויט סקאט מאלען מיינט דאס ווארט "אב"ד" דער טשיף אויף די ראביניקל קארט
קען ער פשוט ארויס ווארפן פון בארא פארק בארד מענדל שוויממער
און חיים פריעדמאן, און אזוי ארום פשוט צו פארזיכערן א געווינס אין
בארא פארק פאר סאטמאר, כן נראה לע"ד,
אזוי אויך קען דער "אב"ד" (טשיף אף די ראביניקל קארט) פון מאנטשעסטער
צוזאמען מיטן טשיף פונעם ראביניקל קאלעדזש הרה"ג רבי הירצקא צוויבל
דערקלערן אז דער רבי דער בעך ברך משה זי"ע האט זיי באאויפטראגט
איבער צו געבן זיין רצון פון סטאקסעשן, אז ער וויל אז רבי אהרן זאל זיין דער
ממלא מקום, און במילא איז ער סאטמארער רבי און דער קארט קען זיך נישט
אין דעם אריין מישן,
די זאליס האבן געמאכט א מעכטיגן דזשאב מיט פאבליק רילעישאנס,
פארקויפט באבקעס פאר די מידיע, און אצינד האט זיך דאס זיי
שטארק אויסגעצאלט, איך האף אז ס'איז נישט צו שפעט צו נעמען
א פעידש פון זייער בוק און נאכמאכן, זאלן זיי עסן דאס וואס זיי האבן
אונז צו געגרייט,
|
|
|
|
|