בית פורומים כל העולם כולו

פסק איז ארויס ! ! ! !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/11/2007 22:36 לינק ישיר 

איך האלט מיך נאך אלץ ביי מיינעם
און דאס איז אז מען דארף אויספאלגאן די פסק פונעם קארט אוו אפיעלס

כ ל   ד א ל י ם  ג ב ר
לית דין ולית דיין

וד"ל
מען קען עס מאכען אויף כמה וכמה וועגן (איך רעד נישט פון זיך שלאגען..וכדו' וואס דעלמאט איז יא דא דין)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 22:36 לינק ישיר 

פון ב"פ וויל איך נישט רעדען,

און פון וומ"ס שרייבסטו גארנישט ווייל
די בי"ד און וומ"ס וועם דער ברך משה האט אויפגענומען האבען אנדערש געפסקנט.
און אלע פעיראל דיינים וואס פסקענען די רעלעגיעזע שאלות פאר קהל יטב לב וומ"ס מעגען מחולק זיין מיט די ארוינישע דיינים אפגעזען פונעם טיטעל וואס זיי טראגען.

למשל אויב כ"ק אדמו"ר ר"א וועט פסקענען אז ממוז נעמען מצות פון אריזאנע ווייץ, קענען די דזאדזעס(בי"ד) פון קהל יטב לב וומ"ס פסקענען אז ווער עס עסט מצות פון אריזאנא וויי. עסט חמץ אום פסח און דעריבער קען ער קיין מעמבער נישט זיין.

 סא טשיף פונעם ראביניקל קאלעדזש הרה"ג רבי הירצקא צוויבל מעג זאגען וואס ער וויל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 22:38 לינק ישיר 

ענטשולדיג,
לויטן פסק פונעם קארט קען דער קארט נישט אריינרעדן
צו די דיינים קענען יא אדער נישט פארופן וואלן,
דאס איז קלאר א עקאליסטיקל און רעליגיעזע אישוי,
אזוי קען דער קארט נישט אריין רעדן ווער עס איז רבי
אין וויליאמסבורג, אמת איך ווייס ווער עס איז רבי,
איך ווייס ווער עס האט 15000 מענטשן ביי הקפות
און ווער עס האט 500 מענטשן ביי הקפות,
אבער דער קארט קען נישט און וועט זיך אין דעם נישט
אריינמישן, דאס איז זיכער א רעלידזשעס אישוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 22:40 לינק ישיר 

פאטאקי,

די קארט האט נישט געזאגט אז
כ ל   ד א ל י ם  ג ב ר
לית דין ולית דיין

זיי האבען געזאגט אז אית דין ויש דיין
און יענקעל כהנא איז בעל הבית 
מכוח די סברא פון סטאטוס קווא

ס'איז א גרויסע נפקא מינא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 22:46 לינק ישיר 

סיז מעגליך אז די קארט ווייסט למשל אז
איינער האט
99999999999999999999999999999999999999999999999999999999999
ביי הקפות, ווען דער צווייטער האט נעבעך נאר
10 מענטשען ביי הקפות

דאס מאכט עס נאך נישט פאר קיין
עקאליסטיקל און רעליגיעזע אישוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 22:50 לינק ישיר 

ווערבינאיך,
אויב האסטו דורכגעליינט דעם היינטיגן פסק און דעם פסק פון
באראש וועסטו זען אז די רעדסט נישט צו דערזאך,
ווייל דו אלץ א היידפארק שרייבער האסטו דעם פריווילידזש
צו זאגן וואס מען קען יא און וואס נישט, אבער די ריכטער האבן
קלאר אנגענומען א פאזיציע אז ווי ס'קומט אריין א רעליגיע פראגע,
ווער ס'איז דיין, ווער ס'איז רבי, צו וואס ס'איז דער כח פון א דיין
קענען זיי זיך נישט מישן, סא, דו קענסט טענהען אז דער דיין קען נישט
פארופן וואלן, און איך קען טענהען אז דער דיין (רביניקל קארט בלע"ז)
קען יא פארופן וואלן, און דער עכטער קארט קען נישט אין דעם אריין רעדן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 22:52 לינק ישיר 

דעטס עקזעקלי מיי פוינט,
דער קארט קען נישט זאגן ווער עס איז רבי,
ווייל דאס יא געוויס א רעליגיע אישוי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 22:56 לינק ישיר 

יענקעלע,
ווען עס וואלט ווען פאסירט,
עס האט נישט פאסירט,
יעצט יום ג' שנכפל בו כי טוב פרשת וישלח
האט קהל יטב לב איהר אייגענע בי"ד און זיי האבען א קהל
עס קען קיין פרעמדע דיין נישט מאכען קיין וואלען
מקען נישט צוריק דרייען דעם זייגער און זאגען אז איך וואלט געקענט
אויף דעם איז דא א פאלקס ווערטעל ווען די באבע וואלט געהאט רעדער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 22:59 לינק ישיר 

פאפע רבי קען זיך נישט ערקלערען אלץ סאטמארע רבי און מאכען מארגען וואלען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 23:03 לינק ישיר 

דער קארט האט קלאר אנערקענט יענקל כהנאס קהל
אפגעזען אז עס איז געקומען מכח דעם דין פון סטאטוס קווא

יענקל כהנא איז פרעזידענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 23:14 לינק ישיר 


verbeenich כתב:
דערקארטהאטקלאראנערקענטיענקלכהנאסקהל
אפגעזעןאזעסאיזגעקומעןמכחדעםדיןפוןסטאטוסקווא

יענקלכהנאאיזפרעזידענט


דו קריגסט פון מיר א מאה, אויב די צייגסט מיר אז יאנקעל כהנא איז פרעזידענט אינעם פסק פון די מאריטעט (PIGGOT).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 23:18 לינק ישיר 

ווערבינאיך,
בארוהיג דיך און כאפ א אטעם,
ביים ערשטן טעסט וועלן מיר זען ווער עס איז בעל הבית,
אויב שרייסטו אזוי אז יענקל כהנא איז פרעזידענט,
פארוואס זענט איר געלאפן צוריק צו באראש בעטן
ער זאל עם ערקלערן פרעזידענט און ער האט דאס צוריק געוויזן?,
מיר גייען אין סירקעלס, לייען איבער באראשס פסק, וועסטו
זעהן אז יאנקל כהנא איז נישט מער ווי דער מענעדזשמענט אגענט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 23:32 לינק ישיר 

ווער בין איך:

די האסט געשריבן אז:
דער קארט האט קלאר אנערקענט יענקל כהנאס קהל
אפגעזען אז עס איז געקומען מכח דעם דין פון סטאטוס קווא

יענקל כהנא איז פרעזידענט

יעצט, זיי מוחל און צייג אן ווי עס שטייט אינעם פסק פון די מאריטעט.
וואס סמיט שרייבט איז נישט אינטרעסאנט - ווייל ער שרייבט עס אויף א היכי-תימצא, און נישט אלס א פסק. און אפילו י א, איז ער סיווי אפגעווארפן פונעם רוב.

אלזא, די זאלונים האבן נישט קיין שום אויטאריטעט. לעגאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/11/2007 23:40 לינק ישיר 


מיין ארימע מיינונג אויפן בית החיים
ביזדערווייל וועלן דאס די ארוינים אנפירן ווי ביז יעצט
און די זאלונים וועלן מוזן גיין אין קאורט אויפווייזן ווערביןאיך'ס פשט אינעם פסק
און אלעס איז מעגליך

בדרך הגב ווייסט איינער אויף זיכער אויב די נייע צוגעלייגטע חלק איז קלאר פאר די ארוינים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/11/2007 23:44 לינק ישיר 

גוטזאגער און יענקעלע,

איך האף אז עטס פארשטייטס אז אינעם לעגאלען שפראך שרייבט מען נישט ארויס פונקטלעך אזוי ווי אין בלאט ברחל בתך הקטנה, איינער וואס ליינט אדורך דעם פסק פארשטייט אליינס וואס די פסק איז דא און לטובת וועם דאס איז, נאר נארישע קעפ קען מען איינרעדען אז וויבאלד עס שטייט נישט ארויס בפירוש ווער עס איז פרעזידענט איז כל דאלים גבר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פסק איז ארויס ! ! ! !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.