בית פורומים כל העולם כולו

פסק איז ארויס ! ! ! !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2007 00:06 לינק ישיר 

דער יענקעלע רעדט שוין נעבעך אין גאנצען נישט צו דער זאך

דאס שרייבט ער דארט אויף דער אנדערע זייט

"ווערבינאיך,
אויב האסטו דורכגעליינט דעם היינטיגן פסק און דעם פסק פון
באראש וועסטו זען אז די רעדסט נישט צו דערזאך,
ווייל דו אלץ א היידפארק שרייבער האסטו דעם פריווילידזש
צו זאגן וואס מען קען יא און וואס נישט, אבער די ריכטער האבן
קלאר אנגענומען א פאזיציע אז ווי ס'קומט אריין א רעליגיע פראגע,
ווער ס'איז דיין, ווער ס'איז רבי, צו וואס ס'איז דער כח פון א דיין
קענען זיי זיך נישט מישן, סא, דו קענסט טענהען אז דער דיין קען נישט
פארופן וואלן, און איך קען טענהען אז דער דיין (רביניקל קארט בלע"ז)
קען יא פארופן וואלן, און דער עכטער קארט קען נישט אין דעם אריין רעדן, "

איין זאך זע איך אז "
דו" האסט נישט אדורך געליינט דעם פסק (אדער פארשטייסטו נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט)

זיי שרייבען אז נארמאל קען זיך די קאורט יא אריין מישען רילגיעזע קארפרעישען קוקסט וואס זיי שרייבען
In each of those cases, the courts resolved the
election dispute by applying those laws as well as the bylaws or
.rules of the religious organization

אבער דא איז א אנדערע מעשה ווייל דא רעדט מיז שוין זאגען דעות וואס רעליגע מיינט
קוקסט וואס זיי שרייבען ווייטער
Although courts generally have
jurisdiction to determine whether a congregation has adhered to
its own bylaws in making determinations as to the membership
status of individual congregants, here, the Congregation's bylaws
condition membership on religious criteria, including whether a
congregant follows the "ways of the Torah." Whether Berl
Friedman was expelled from membership of the Congregation
inevitably calls into question religious issues beyond any
membership criteria found in the Congregation's bylaws (Park
).Slope Jewish Ctr.,128 AD2d 847; Kissel, 103 AD2d 830
אבער דאס אז א דיין אדער א רב קען נישט מאכען קיין וואלען דא קענען זיי זיך יא אריין מישען ווייל דאס האט שוין צוטון מיט די ביי לאוס (און נישט קיין רעליגזע אישו) וואס דארט שטייט ווער עס קען מאכען וואלען





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 00:10 לינק ישיר 

יכול,
פונקט פארקערט,
ביים קארט איז טאמער שרייבסטו קלאר איז אזוי אנגענומען,
אויב דארפסטו לערנען פשט קענסטו זיך שטעלן אויפן קאפ,
די זאליס האבן פארלייגט גרויסע כוחות מען זאל זיי אנערקענען
אלץ לעגאלע בעלי בתים, און עד היום האבן זיי דאס נישט באקומען
פון קיין שום געריכט, מעגליך אז לעתיד (לבא) וועט מען דאס יא
באשטעטיגן אבער לעת עתה האבן זיי דאס נישט באקומען,
על כן בלייבט אלעס ביים אלטן, מפטירין כדאתמול,

זאג נאר,
האט ריכטער סמיט,
פאלש געלערנט פשט אין דעם מאיאריטעט פסק?
ער שרייבט דאך קלאר, אז דער פסק ווייזט
אז כל דאלים גבר, און אויב נעמען די אהרונים איבער
א בנין קען זיך דער קארט לויט זיי נישט אריין מישן זיי ארויס צו שטעלן,
ער שרייבט דאס קלאר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:16 לינק ישיר 

בציקער הדברים
די שבת וועט געפראוועט ווערן אין ראדני א גרויסע שבת  ו י ש ל ח
אפשר זאלן מיר פראבירן נעקסטע וואך פראווען שבת  ו י ש ב    ב.....
בבחינת כל דאלים גבר
סך הכל וואס קען געשעהן
מיר וועלן צוריק ארויסגיין בשן ועין
כבר היה הדבר לעולמים....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 00:19 לינק ישיר 

יענקעלע,

וואס מיינט דאס עס בלייבט ביים אלטען? איז דיר בייגעפאלען נאך די פריערדיגע פסקים צו כאפען בנינים? וואס האט זיך יעצט געטוישט אז עס איז געווארען א שטח הפקר?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:27 לינק ישיר 

יענקעלע

ריכטער סמיט איז נאר איין מיינונג און ער האט טאקע פאלש געלערענט פשט און דעם פסק והא ראיה אז אנדערע 5 ריכטערס האבען נישט אזוי געלערענט פשט און האבען נישט מורא געהאט דערפון

זייט ווען נעמסטו אן 1 אקעגען 5?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:38 לינק ישיר 

יא,
אזוי האט איר געטענהעט פאר באראש אז אויב ערקלערט מען נישט
יאנקל כהנא אלץ פרעזידענט קענען די אהרונים טוהן זאכן און איר
וועט זיי נישט קענען צוריק האלטן, און אז אן דעם איז עס א שטח הפקר,
און דאך האט דאס באראש צוריק געוויזן,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:42 לינק ישיר 

ביסט אפשר א ערליכער איד אבער פארט זייער נאריש,
ווייל די ריכטער האבן עהם נישט אפגעוואנדן,
זיי האבן זיך בכלל נישט פארופן אויף זיין פסק,
ער האט זיך נאר פארופן אויף זייער פסק,

ענטפער מיר,
לויט דיר, ווען די זאליס גנבענען בנינים איז דער תירוץ קלאר
אז מען קען זיך נישט מישן,
אבער ווען די אהרונים גנבענען,
קען מען זיך יא מישן???
אזוי האלסטו טאקע???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:44 לינק ישיר 

און פארוואס האט ער עס צוריקגעוויזען?  ווייל ער האט געהאלטען אז עס פעלט נישט אויס צו קלעריפייען און זיין פסק איז גענוג קלאר.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:50 לינק ישיר 

יענקעלע
אויף דעם האט שוין "פארוואנישט" געענטפערט אין אנשי שלומינו

מענטשען (ארוינים בעיקר) האבען דא א גרויסען מיסטעיק דא איז נישט שייך קיין "כל גבר אלים"
ווייל דאס וואס די קאורט האט געזאגט אז זיי קענען זיך נישט אריין מישען ווער איז בעל הבית אין סאטמאר איז ווייל זיי האלטען אז דער רבי איז דער לעצטער ווארט זאגער אין אלע זאכען פון די קהילה (ע"ע באראש וואס דאס האט יעצט די אפיל קאורט קאנפארמט) אבער נישט אז ווער עס וויל כאפען בילדינגס קען כאפען וואס מען וויל

די שאלה דא איז געווען "ווער איז קהל"?
אויף דעם האט קאורט געפאסקענט אז דער וואס איז יעצט אין אפיס דער איז קהל און אלעס וואס געהערט צו קהל געהערט צו "דעם " קהל ווייל עס איס קיינמאל נישט געווען קיין פראגע אין קאורט אז מען זאל צוטיילען קהל אז דע "בילדינגס" זאלען גיין פאר ווער עס איז דארט יעצט

אלא מאי פארוואס זענען די ארוינים יעצט אויפען בית החיים?
אויף דעם איז געווען געבויט דער גאנצער רויזענוואסער קעיס צו דער דיד טרענפער וואס בערל פ"מ האט איבערגעשריבען פון ווילי אויף ביידע סיי ווילי און סיי ק"י האט ראזענוואסער געפאסקענט אז עס יא ליגעל במילא זענען די ארוינים בעל הבית אבער דער אפעלעט קאורט האט געפאסקענט אז דער דיד איז וואויד און עס זאל צוריק געשטעלט ווערען אויף דעם נאמען פון ווילי זענען די ארוינים געגאנגען און האבען איבערגעשריבען אויף די ארויני-ווילי'ס נאמען
אבער אז די אפילס קאורט האט געזאגט אז דער ווילי קהל איז דער וואס איז ביז יעצט געווען דאס הייסט זלוינים איז דער צווייטער טרענפער וואס די ארוינים איבערגעשריבען דעם ביה"ח אויף ארויני-ווילי נאכען אפעלעט איז אנייע טרענפער און עס איז קיינמאל נישט צוריק געגאנגען צו די ארגינאלע בע"ב וואס איז ווילי קהל און דאס ווען זיכער מיזען צוריק גיין צו די ארוינים ווילען צו נישט

און ביי דעם איז שייך קיין "כל גבר אלים" ווייל דער ביה"ח איז נישט קהל דאס איז נאר א פראפערטי פון קהל א שטיקעל פון קהל וד"ל

זיי זענען טאקע אויפען דיד יעצט אבער לויט די אפילס פסק איז דער דיד נישט ווערט קיין צוויי סענט





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 00:50 לינק ישיר 

דאס האט דיר באראש געזאגט?
אדער פארשטייסטו דאס אליין?
דער עולם לאכט פון דיר,
דו בעסט דיך ביי באראש ברחמים ער זאל דיך
ערקלען פולשטענדיגער בעל הבית,
און ער ווייזט דאס צוריק,
ביסטו מיר מסביר אז ער האט דאס נאר צוריק געוויזען ווייל
עס פעלט עכט נישט אויס ווייל דו ביסט ממילא בעל הבית
WHAT A JOKE



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 01:11 לינק ישיר 

יענקעלע


איך האלט אז ענק זאלן מאכן א טעסט דערויף.

מיר שטייען גרייט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 01:16 לינק ישיר 

ווער געדענקט נאך דאס?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 01:20 לינק ישיר 

און ווער געדענקט דאס?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 01:20 לינק ישיר 

Top court decides it can't rule on religious elections

VALERIE BAUMAN

Associated Press Writer

ALBANY, N.Y. (AP) _ After many years of dispute, it remains unclear who is the appropriate successor of an ultra-Orthodox Jewish sect, despite two rulings issued Tuesday by the state's highest court.

The state of New York Court of Appeals said they could not rule on religious elections and ecclesiastical matters, and that members of the Satmar Hasidic sect's congregation must resolve the issues themselves.

''The First Amendment forbids civil courts from interfering in or determining religious disputes, because there is substantial danger that the state will become entangled in essentially religious controversies or intervene on behalf of groups espousing particular doctrines or beliefs,'' according to the court opinion written by Judge Eugene Pigott Jr.

The two opposing factions sought to have the court determine which of two separate elections for ''true officers,'' or business leaders, was valid, but at the heart of the dispute is who is the appropriate Satmar leader, or ''grand rabbi.''

In his will, Rabbi Moses Teitelbaum, who died last year at the age of 91, recognized Zalmen Teitelbaum, the third of his four sons, as the next rebbe, or grand rabbi.

But the decision, announced by the Satmars' Rabbinical Court, has pitted Zalmen Teitelbaum, against the eldest brother, Rabbi Aron Teitelbaum of Kiryas Joel, which is in the Town of Monroe in upstate New York.

The brothers have been feuding over the issue for years and each has a set of followers. As a result, the split Brooklyn congregations each elected their own board of directors and officers. Without a decision from the court, it remains unclear who controls about $6 million in assets.

''This simply leaves the status quo intact,'' said Richard Mahon, an attorney for the Kiryas Joel faction of the Satmars. ''I think all sides were looking for clearer direction and this did not provide that direction.''

The followers of Zalman Teitelbaum said they considered the decision a victory because they felt it resolved the legal parameters of the dispute over succession and control over the congregation, and left the ultimate resolution of disputes up to religious authorities.

A statement from his followers said ''The dispute arose out of a challenge to the previous grand rabbi's authority. Challenging the grand rabbi's decisions and authority is a direct assault on the basic tenets of Jewish law. Turning to secular courts for the resolution of intra-community disputes is an assault on ancient religious traditions.''

Judge Judith Kaye and three judges concurred with Pigott's opinion. Judge Robert Smith dissented and Judge Thomas Jones took no part.

In a separate but related ruling, the court decided the division of the sect's cemetery did not serve the congregation's best interest, but instead was plainly designed to advance one of the two rivaling factions.

The Court of Appeals upheld a decision by the Appellate Division to reject arguments that half of a cemetery owned by the Yetev Lev D'Satmar sect could be transferred by one of the two rival factions in Brooklyn.

The cemetery central to the debate is in Kiryas Joel, which is in the Town of Monroe. It contains the grave of the Grand Rabbi Joel Teitelbaum _ the founder of the Satmar movement. The cemetery holds considerable religious significance for all Satmars.

It was conveyed to the Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc. in Brooklyn in 1988, and was operated by both the Brooklyn and Monroe congregations.

The opinion was written by Pigott, five justices and Chief Judge Judith Kay concurred. Jones took no part.

Moses Teitelbaum led the Satmar congregation in Brooklyn after the death of Grand Rabbi Joel Teitelbaum in 1979. He helped guide the fast-growing Satmar Hassidim in Brooklyn, Israel and other spots around the world.

The Satmar Hasidic sect has between 65,000 to 75,000 disciples in the United States, with almost all of them living in New York state. The biggest congregations are in Williamsburg and the town of Kiryas Joel, about 45 miles northwest of New York City.

The Satmars emphasize tradition and adhere to a strict dress code _ long skirts for women, long black coats, black hats and long beards for men. Marriages are arranged and married women must keep their heads covered.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/11/2007 01:24 לינק ישיר 

נאך פון די זכרונות





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פסק איז ארויס ! ! ! !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.