בית פורומים כל העולם כולו

פסק איז ארויס ! ! ! !

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/11/2007 03:56 לינק ישיר 

אריינגעלייגט צוויי מאל בטעות, ביטע אויסמעקן

תוקן על ידי - געגאנגען - 21/11/2007 4:03:14



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 03:58 לינק ישיר 

בשם אלע סאטמארע חסידים וויל איך דא געבן א גרויסן דאנק פאר דזשאדזש סמיט פאר'ן אזוי גוט איבערטייטשן פאר אונז דעם פסק פון די מאיאריטעט ריכטער. מיר וואלטן עס אליינס נישט געקענט אזוי איבערטייטשן.

But if members of the Friedman faction had somehow succeeded in occupying the Congregation's offices, and the Kahan faction sued to evict them, presumably the majority would say the case is still non-justiciable and the Friedman faction, being the defendant, would win

און צו די דעפרעסטע זאליס אויפ'ן פארום: דמיונ'ט וויפיל איר ווילט, און מיר וועלן איבער'חזר'ן די ווערטער פון דזשאדזש סמיט.

און קומענדיגן כ"ו אב ברענגטס נאכאמאל דעם שיכור מעני מענגיועל צום ציון, אזוי ווי די לעצטע דריי יאר. מיר ווילן אז ער זאל פערזענליך נאכאמאל זיך איבערצייגן ווער ס'איז בעה"ב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/11/2007 04:01 לינק ישיר 

איך האב נישט געהאט קיין כח דורכצוליינען דעם גאנצן אשכול מיט אלע טענות, אויבנאויף האב איך געזען אלע שטעלונגען, און איך וואלט געוואלט אריינווארפן מיינע פאר צענט אין די קאסע.

צוערשט מוז איך קלאר מודה זיין אז איך בין געווארן איבערראשט. איך האב נישט געהאלטן אז דער דאזיגער געריכט איז אויך אזוי ביליג ווי די נידריגע געריכטן [איך ווייס אז ס'הערט זיך קינדעריש און זויער צו שרייען נאכאמאל און ווידעראמאל אז איך בין דער איינציגער גערעכטער און יעדער איז קארופטירט, אבער יעדער וואס איז נישט בלינד און קוקט אריין אינעם אורטייל ווי געהעריג זעט עס בחוש. איך האב נישט יעצט קיין געדולד עס איבערצוצייגן, מעגליך שפעטער. אויב איר גלייבט מיר נישט פרעגט סקאט מאלען, ער איז גענוג א געניטער לויער און אז ער איז געבליבן מיטן צונג אינדרויסן, אנן מה נענה אבתרי'], ביז היינט צופרי האב איך געהאלטן אז זיי וועלן עס מינימום אראפשיקן, אקוראט ווי ריכטער סמיט האט געפלאנט צו טון.

לענינינו, וואס ווייטער. איך גלייב אז קיינער ווייסט נאכנישט וואו מ'גייט פון דא. מעגליך אז מען וועט ווארטן ביז נאך די הירינג אין ברוקלין געריכט קומענדיגן יאנואר און ערשט דאן באשליסן.

---------------

איך האלט אויסדריקליך אז "כל דאלים גבר" איז נישט קיין אפציע. נישט בלויז האבן זיי די 90 פריסינקט אין טאש און וועלן טון כל מה שביכולתם אונז ארויסצוקאפען פון דארט בשן ועין, און נישט בלויז וועלן זיי צוריקשלאגן מיט די מטבע פון "כל דאלים גבר" איבעראל (וואס טוען מיר אויב זיי רייסן זיך אריין אין הופער? לויט עמיצן דא קענען מיר אריינגיין אויך אין בני יואל - וואס איך האלט איז נישט אמת, אבער לו יהא - קענען זיי דאך פונקט אזוי אריינקומען אין הופער, קרית יואל, בארא פארק, און אזוי ווייטער. דער דאזיגער שפיל וועט זיך זייער שנעל ענדיגן!).

אבער בעיקר בין איך בכלל נישט איבערצייגט וואס דער געריכט האלט אין אזא פאל. ריכטער סמיט פרעגט בלויז טעארעטיש, איך בין נישט זיכער אז ער האט דא געגעבן א "גרין לייט" פאר די אהרונים צו גיין מאכן כאאס. ס'איז שטארק מעגליך אז דער "סטאטוס קווא" וואס לאזט די כהנא פראקציע אין קאנטראל קען מעגליך אויך זיי געבן די רעכט ארויסצעווארפן יעדן וואס שטערט די טעגליכע ארדענונג, אדער פרובירט צו טוישן עפעס דערין.

די איינציגע פלאץ וואו מיר קענען מעגליך בענעפיטירן דערפון איז ביים נייעם ביהמ"ד, אבער דארט גלייב איך אז זיי וועלן בליץ שנעל טרעפן זייער ריכטער אין ברוקלין וואס זאל אונז אפשטעלן, פאר מערערע סיבות. איך וואלט דאס געהאלטן פאר א לעצטע אפציע.

--------------

די הויפט פראגע וואס ליגט יעדן אויף די צינג איז דער בית החיים. איך וואג זיך גארנישט פאראויס צו זאגן (ביזדערווייל בין איך כסדר געבליבן אויסגעשפילט... ווייזט אויס אז גרינע פאפירן זענען שטארקער ווי ווייסע), אבער איך האלט אז דא איז סאטמאר אין אויסטערליש א גוטע פאזיציע.

קודם כל איז דער ביה"ח יעצט פאקטיש איבערגעשריבן, און ס'איז שטארק אנצונעמען אז דער סיסטעם וועט נישט זיין אזוי שטארק קרום און זאגן אז זיי מעגן זיך מישן בלויז לטובת די זאליס... צוריק צו טוישן דעם דיעד. און אפילו אויב דער נידריגער געריכט אין ברוקלין וועט זאגן אז יא, גלייב איך אז דער אפעלאט געריכט וועט עס צוריקדרייען (ווי געשמועסט, איך קען מעגליך ווערן צום וויפילטן מאל איבערראשט, אבער דאס איז וואס מיין נארישער שכל זאגט מיר).

צווייטנ'ס זענען די אהרונים יעצט דע פאקטא בעה"ב אין בית החיים, זייערע מענטשן קאנטראלירן דארט יעדן ריר, און זענען די זעלבע סטאטוס קווא ווי די כהנא פראקציע אין ראדני. מעגליך אז די זאליס וועלן קענען אפהאלטן די ארבעטער פון איבערגעבן דאס געלט פאר ר' בערל פריעדמאן ווייל מעמבערשיפ געהער פאר זיי, אבער איך גלייב אז די פאקטישע ארבעטער וועלן קענען לייגן דאס געלט אין עסקראו, און ווי אויך נעמען באפעלן פון וועמען זיי ווילן בנוגע וואו צו לייגן עמיצן וכדו'.

וועלן מיר צעווארטן און זען.

------------------

צוויי נקודות וואס איך וויל יא ארויסנעמען פון היינטיגן אורטייל:

1) אז יענער איז א חי' טאר מען נישט גיין מיט זיידענע הענטשקעס. וואלטן מיר נישט געפאלגט ר' בערל יאקאבאוויטש און אריין אין ראדני מיט כח וואלטן מיר נישט געדארפט היינט באוויינען אונזערע ביטער אויסגעהארעוועטע צענדליגער מיליאנען פון וואס מ'האט אונז אזוי בארבאריש באראבעוועט.

2) אויב האט עמיצער אמאל זיך איינגערעדט אז די געריכטן זענען עטוואס מער ציוויליזירט און עטיש ווי - להבדיל אלף אלפי הבדלות - די בתי דינים, זאל ער מוחל זיין גיין כאפן א שמועס מיט סקאט מאלען (אן קיין טעיפרעקארדער...). און דאס איז אפשר די איינציגע גוטע זאך פון היינטיגן אורטייל.

תוקן על ידי - געגאנגען - 21/11/2007 4:06:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 05:36 לינק ישיר 

געגאנגען,

ווער רעדט בכלל ווער עס איז סטאטוס קווא אין ביה"ח? די געריכט האט דאס געגעבן פאר ווער עס איז סטאטוס קווא אין די ברוקלין קאנגרעגעישאן! און אז די קאורט זאגט אז די טרענפער איז קיין טרענספער נישט דארף מען נישט צופיל פארקרומען די סיסטעם צוריקצודרייען דעם דיעד, עס איז נישט אזוי שווער ווי די מאכסט עס, אזוי ווי די ווייסט אז ווען די אהרונים וואלטען געוואונען וואלטען ענק שוין היינט נאכט געווען אין ראדני אהן קיין שום שוועריגקייטען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 16:10 לינק ישיר 

אויף העברעיש איז דא א שפריך ווארט ''אין אדם שאין לו מחיר'' איינעם קען מען אונטער קויפן מיט קליין געלט אין דעם אנדערן נאר מיט גרויס געלט אבער אונטער קויפן קען מען יעדן איינעם וד''ל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 17:32 לינק ישיר 


וואס ווייטער???

איך גלייב אז פאר די  מענטשען וואס האבן געהאט דא א  פארלוסט, איז זייער שווער און כמעט אומ'מעגליך צי טראכטען, אז מען זאל נאך גיין וויטער פייטען, אבער איך טראכט  אז מען טאר עס נישט אויפגעבן, אין אויב האט מען שוין געגעסן די פארשטיקענע פיש ביז אהער, יעדער האט דיך שוין אנגעריפן מסור אין שלימזל  איז שוין אשאד זיך דא אפצישטעלן, דערלייגען מער קען מען שוין נישט, די שאלה איז נאר צי עס איז נאך דא ווי צי גיין ווייטער, אדער קען מען גיין קיין וואשינגטען, אדער צי א פעדראל דשאראש מיט א נייע טענה  ווי למשל וועגן די נייע שול, ווייל אויב האט מען שוין אזויפיל אינוועסטירט, איז שוין אשאד נישט צי גיין ממש ביזען סוף, פארשטייט אז עס זאל נישט קימען אויפן חשבון פין זיך נישט אנהייבען צי בויען פין דאסניי

____________

די זאך וואס מאכט מיך טראטען אז די ארוינים מיזען עס גיין ווייטער פייטען { אויב עס איז דא ווי....  } איז זייער פשוט
דער עולם {דא} האלט אז די פסק פין אלבעני האט נישט מיטען געזעץ, נאר מיט עפעס אנדערש, יעצט, ווער זאגט אז ווען עס גייט קימען צי בארא פארק, וועט די קארט נישט טרעפן עפעס א סיבה זיך יא אריינצימישען מיט א אויסרייד אז בארא פארק איז אנדערש, יעדער זעט דאך קלאר, אז עס איז דא פלעצער ווי זיי מישען זיך יא, אין עס איז דא פלעצער  ווי זיי מישען זיך נישט, אויף בארא פארק וועט שוין א לאקאלער קארט ריכטער טרעפן א סיבה, אז דארט איז עס נישט קיין רעליגעזיע סיבה, ווייל דארט רעדט מען דאך נישט פין די פאקט אז די רבי האט געווארפן שווימער, וועלן זיי האבן די רעכט צי זאגען אז זיי ווילען זיך יא מישען, אין ווי באלד עס איז דאך יעצט אנגענימען פאר א פאקט אין אלע קארטס פין ברוקלין, פינעם גלענסטען ביז אלבעני, אז מיט די סעקטע סאטמערע פין קר"י מעג מען טיען כל מה שליבם חפץ, וועט מען זיך איין טאג אויפוועקן צום פאקט, אז סיי  אין בארא פארק אין סיי ביים ביית החיים מעג מען יא אריינרעדן, ווייל די זאליס בשותפם מיט קארט סיסטעם וועל שוין טרעפן א קנייטש פאר וואס דארט איז אנדערש

____

נאך א זאך, ריכטער סמיט, האט געגעבן א מעכטיגען פאטאלן קלאפ פאר די ארונים מיטען די ווערטער

I join Justice Barasch - as, I am sure, do all my collegeues - in saying that this behavior is intolerable, and in expressing the hope that the proper authorities will deal with it.

מיט די ווערטער האט ער באשטעטיגט אז די ארונים זענענן חיות אין נישט קיין ציוועלעזירעט מענטשן, אין דאס איז שוין א בארעכטיגטע סיבה  אז מיט די ארונים מעג זיך אויפירען אזוי ווי מען פירט זיך אויף מיט חיות, אין אויב וועט מען נישט ווייטער פראבירען צי פייטען די קעיס, אפילו דארט ווי עס איז נאר דא א מינעמאלע טשאנס, וועט מען זיך אויפוועקן צום פאקט צוויי יאר ארום אין ברוקלין קארט, אין איינער וועט עס שוין דארט נאכזאגען פין ריכטער סמיט,

איינע פין די פעלער ווי די ארונים קענענן זייער זייער שטארק דערלייגען פין די אלבעני קעיס, איז בנוגע זיך ריפען "סאטמער" ווייל איה"נ אז די קארט קען זיך נישט אריינמישען יעצט "ווער" עס איז די איצטיגע סאטמער, ווייל עס איז א רעליגעזיע אישו, קענענן זיי אבער יא זאגען אז די נאמען באלאנגט נאר פאר די יעצטיגע סאטמערע קאפערעשין {וואס דערווייל ווייסט מען טאקע נישט ווער עס איז} אבער האסט נישט די רעכט צי גיין קאפיען די נאמען אין זיך ריפען אינדענטיקעל די סעים ווי יענעם, ווייל עס ברענגט צי א שטארקע צימישעניש, וואס דאס איז שוין נישט רעליגעזיע פראגע, אין אויב רעדט מען דא פין א סיסטעם, אז די ארונים זענענן חיות, אין נישט די געזעץ באשלוסט ווער עס איז גערעכט, נאר די אייגענע געפילען, אדער איינער אנדערש, איז שוין אלעס מעגליך אז עס זאל געשעין

{ד.א. מסתם האבן שוין די ארונים געהאט שכל פין לאנג צוריק, צי מאכען בארא פארק פאר א רעליגעזיע פייט, דורוך זייערע דיינים אין רב דארט}

 



תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 21/11/2007 17:55:20




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 17:51 לינק ישיר 

א קאורט קען נישט הייסען פאר איינעם זיך נישט צו רופען סאטמאר, פונקט ווי ער קען איינעם זאגען רוף זיך נישט איד.

סאטמאר איז נישט קיין טרעידמארק, עס איז מער א גלויבען.

מאקסימום קען ער פסקענען וועגען קהל ייטב לב.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 17:58 לינק ישיר 

גערעכט, אז די ארונים וועלן מיזען אויפגעבן די נאמען פין קהל ייטב לב
וועלן זיי קענענן אריינגיין אין גיניס בוק פאר די רעקארד, אז זיי זענענן די גרעסטע לוזערס פינעם יאר הינדערט 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 18:22 לינק ישיר 

קיינער פארלאנגט נישט זיי זאלן זיך נישט רופן סאטמאר


מען רעדט פון קהל יטב לב דא אין ברוקלין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 18:30 לינק ישיר 

א זייער אינטערעסאנטער אויסצוג פונעם דיסענט אינעם סופרים קאורט פסק פונעם 2000 פרעזידענט וואלן...

One thing, however, is certain. Although we may never know with complete certainty the identity of the winner of this election, the identity of the loser is perfectly clear. It is the Nation's confidence in the judge as an impartial guardian of the rule of law.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 20:22 לינק ישיר 

מיין פראספעקטיוו נאך זיך אביסל אויסניכטערן,

קודם כל איז אמת אז די אהרונים האבן טעכניקלי גארנישט פארלוירן
און די זאלונים האבן טעכניקלי גארנישט געווינען,
HAVING SAID THAT
האבן די זאלונים מיט גארנישט געווינען געהאט א מעכטיגן זיג
און די אהרונים מיט גארנישט פארלירן האבן באקומען א מעכטיגן פארלוסט,
און אויב וועלן זיך די אהרונים נישט צוזאם נעמען און טוישן סטראטעגיע
איז גאר מעגליך אז ס'איז אפילו א טויט קלאפ,
טוישן סטראטעגיע מיין איך נישט פון זיך אריין כאפן און איבערנעמען א בנין אדער צוויי
ווייל דאס וועט נישט ארבייטן, אז דו כאפסט דיך אריין אין א בנין
קען ביז 30 טעג אפילו די פאליציי דיך ארויס ווארפן, ער דארף נישט
גיין אין קארט, און די פאליציי ווייסט דאך קלאר מי ומי ההולכים,
ווער ס'איז אצינד דער פארוואלטער פון די בנינים און זיי וועלן געוויס נישט
לאזן קיין כאפן בנינים, דאס איז זיכער נישט רעאליסטיש,
אבער נאך דורכליינען גרינטליך דעם פסק אדער גאר אלע פרירעדיגע פסקים
פון באראש, אפעלעט קארט און די קארט אף אפיעלס, קען גענוי נעמען א וועג וויאזוי
ווייטער צו פארן, און גאר זייער שטארק מצליח זיין, 

וויסן זאל מען, עם עקש תתפתל, קענסט נישט שטיין מיט צוזאם געלייגטע הענט און שרייען
אז איך בין גערעכט, ווייל אן א צאל מענטשן האבן פארלוירן קארטס און אפילו להבדיל דין תורות
זייענדיג הונדערט פראצענט גערעכט, אויב וועט מען זיך גיט פראטעקטן קען מען דא ארויס מיט א זיג
אין בארא פארק און אין קרית יואל און מיט אביסעלע האום ווערק אפילו אין וויליאמסבורג אויך,
אבער מען קען נישט גיין עקטן ווי מיסטער נייס גיי און עקספעקטן צו געווינען,
מען זאל דאס בשום אופן נישט אנעמען אז איך שטיץ ווילדע שטיק, ניין, זה לא יוצלח,
דאס וועט זיכער נישט העלפן, נאר מען דארף זיך זעצן בכובד ראש אויסארבייטן דעם מהלך
און דאן קען מען בעזהשי"ת זייער אסאך אויפטוהן,

יעצט וועל איך שרייבן בערך וואס איך האב געשריבן נאכן אפעלעט קארט'ס פסק,
רבותי, We might be down but we are not defeated 
גם זה יעבור, מיט דעם וואס די גנבה איז זיי געלונגען ווערט זלמן לייב נישט סאטמארער רבי,
און אונזער רבי שליט"א ווערט נישט אויס סאטמארער רבי, קיין תלמוד חכם ווערט מען
אויך נישט מיט גנבענען בנינים, פארפאלן זלמן לייב וסייעתו זענען בעסערע גנבים פון אונז,
און אויף דען קענען מיר גארנישט טוהן, איך וואלט נאך אלץ נישט געטוישט אונזער רבי שליט"א
טראץ אלע פארלוסטן, מיט דעם גרויסן גנב המוצלח הגדול והנורא, ווייל קיין  
תענוג רוחני,
צו א סיפוק הנפש, האבן זיי נישט, זיי זענען טראץ דעם שכרות פון נצחון
נאך אלץ דערביטערטע זאליס, דער וכל זה איננו שווה לי שפראצט ארויס פון זייער זויערן פנים
ווען זיי זעהן די הצלחה פון רבינו הקדוש שליט"א,שפייען זיי בלוט, זייער פנים ווערט רויט 
פאר כעס,  די גאנצע וועלט ווייסט היינט צו טאג ווער ס'איז דער אמתדיגער סאטמארער רבי
וואס קען לערנען ווער עס איז א גרויסער מרביץ תורה, ווער עס האט אמת'דיגע געטרייע חסידים, ווער עס זאגט
הערליכע שלש סעודות תורות, שובבי"ם תורות, תקיעות שופר, כל נדרי און הושענא רבא דרשות, 
ביי וועם מען קען הערן א זיס טייער אידיש ווארט, און ווער עס שפילט רבי מיט א שיינע אויסגעקעמטע
בארד און קען נישט זאגן א פסוק חומש אדער א מאמר חז"ל אן קיין גרייזן, איינער וואס ווייסט נישט
קיין חילוק פון תכנית הליב"א פון צלע שניים עשר, ווייסט נישט קיין חילוק פון אריזאנא ווייץ 
צו אינדיאנישע שייטלעך, ער בלייבט דער געלעכטער פון יהדות החרדית, בו בזמן ווען יעדער
שעצט אונזער רבין שליט"א, יעדער פון לעיקוואד ביז ירושלים עיה"ק, פון פייוו טאונס ביז 
ישיבה אף סאוט פאלסבורג, יעדער ווייסט אז אונזער רבי שליט"א איז היינט צו טאג דער גרעסטער
מנהיג ישראל דער אמתדיגער ממשיך דרכם פון רבותינו הקדושים מסאטמאר זי"ע און אז דער
בן השלישי איז נישט מער ווי א פאלנער גנב, 

מיר וועלן ווייטער זיך מסתופף זיין בצילא דמהימנותא, מען וועט זיך ווייטער בויען און בעזרת השם
יתברך ווייטער מצליח זיין שלא כדרך הטבע, און דא איז דאס פלאץ זיך צו פארדאנקען פאר
הנהלת הקהלה ובראשם אונזער חשובן וויצע פרעזידענט דעם מקים עולה של תורה הרבני
החשוב רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, וואס טראץ די אלע פראבעס וואס מיר האבן כסדר פראבירט
צוריק צו באקומען די גגנבעטע נכסי הקהלה, האט ער זיכער געמאכט ווייטער צו בויען בנינים
פאר די מוסדות און בתי מדרשים, מיר זענען עהם און פאר די שאר חברי ההנהלה סיי פון די
קהלה און סיי פון די מוסדות שולדיג זייער אסאך, ישלם השם פעלם,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 20:49 לינק ישיר 

א קווינסער בחור זאגט מיר היינט צופרי, אז נעכטן צופרי בערך 9:20 האט רז"ל געהאלטן אינמיטן דאווענען, און דער בעל תפילה האט געהאלטן ביי די הויכע שמונה עשרה...

אינמיטן האט אים יודעלע וויינשטאק געברענגט א צעטל און עפעס אריינגערוימט אין אויער און איז אוועק.
ביי "מודים", ווען רז"ל האט זיך געדארפט ביקן, האט ער זיך אויסגעדרייט און אים צוריקגערופען און האט געמאכט מיט ביידע הענט ווי איינער זאגט... "גארנישט"...  - קאפוט... יעצט.... און האט זיך מיט אים געווינקען ביז נאך שמונה עשרה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2007 20:55 לינק ישיר 

יענקעלע


ערשטנס מוז איך דיר גראטולירן פאר'ן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ, און איך וויל דיר קלאר און דייטליך זאגן, אז מיר וועלן נישט פייטן אוועקצונעמען דיין רבי, ענק קענען אים האלטן ווילאנג ענק ווילן.

און יעצט וויל איך דיר נאר זאגן איין זאך: ביי מיר איז נישט קיין ספק אז דיין רבי'ס קאמף קעגן זיין הייליגן טאטן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל וועט אים נישט ברענגען קיין זיגן, נאר פארלוסטן! ער האט נאך א געלעגנהייט צו טאן וואס ר' יצחק לייב וויינגארטן האט געטאן ביים ציון הק' פון רבינו בעל ברך משה זצוק"ל. דיין רבי וווייסט נאכנישט וואס פר א כח זיין הייליגער טאטע האט בעלמא דקשוט!

איך מיין ער זאל אים נישט אויספרובירן.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 21:11 לינק ישיר 

1) די בית החיים האט קהילתינו הק' שוין פאריאר ווינטער פריש איבער געשריבען צו א נייע קאפערעשען, אז די זאליס ווילן מבטל זיין די נייע טרענספער דארפן זיי גיין פריש אין קארט דערקעגן.

2) אין די פסק שטייט נישט קיין איין ווארט, ווער עס איז יעצט בעל הבית אויף די נכסים אין ווילי, עס שטייט נישט אז עס בלייבט סטאוס קווא, עס שטייט 0 גארנישט, זיי זאגן און מיש מיר זיך נישט, און טוטס וואס עטץ ווילסט, דאס זעלבע איז געווען אין סקאליג, די געריכט האט געזאגט אונז קענען מיר זיך נישט אריינמישען, נאכן פסק האט מען זיך ארום געהרגט יעדער האט געכאפט וואס ער וויל, ארויסגעשלעפט געלט פון די בענק אקאנט, עס אזי געעוען כאאס, אבער דאס אזי געווען די פסק.

3) די בית החיים אין קרית יואל פירן די אהרונים און זיי זענען יעצט פולי בעל הבית דארט, ווייל די דיעד ליגט יעצט בלויז אויף זייער נאמען.

4) און אפילו נישט זענען די אהרונים אויך בעל הבית דארט, ווייל זיי זענען שטערקער דארט, מיט מכות געבן, און נישט אלס סטאטוס קווא און די שטותים, וואס די ריכטער שרייבען קיין ווארט דערוועגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2007 21:49 לינק ישיר 

איך האב עלעכע מאל איבערגעקיקט צו דאס שרייבט
אונזער שור שנגח אדער שור_שגנח,
וועגן בית החיים ווייס איך אז מיר האבן זיך פראטעקטעט ב"ה
און עס ווארט פאר די זאליס גרויסע סורפרייזעס,
איך האב דאס נאר נישט געוואלט שרייבן
אבער אז דו האסט געשריבן קען איך דאס נאר קאנפירמען
אבער ווען דו שרייבסט וועגן מכות פארשטיי איך נישט
ווער וועט טיילן די מכות, וועסטו דינגען אפאר זאליס?,
וועלן זיי גרייט זיין צו פארקויפן זייער באליבטן זאלי פאר א נזיד עדשים?
JUST WONDER



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פסק איז ארויס ! ! ! !
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 11 לדף הבא סך הכל 11 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.