קודם ווילן מיר זיך דא באדאנקען פאר ידידי (החדש) הר"ר גערשל פארן ארויפברענגען דעם נושא צום אויבערפלאך.
צווייטנס וואלן מיר געוואלט הערן אן אויפריכטיגן פלאן וויאזוי דאס קען צושטאנד קומען אזא טויש, וואס דאס איז נייטיג אין ביידע פראקציעס.
צו איז דא א מעגליכקייט אז אז דער אלגעמיינער עולם זאל ארויפצווינגן פרישע וואלען מיט אייגן באשטימטע קאנדידאטן אדער וועט דאס פריש איבערגיין אז נאר פון פאראויס באשטימטע קאנדידאטן קענען לויפען פאר די אמטען, וואס דאן איז ח וזר חלילה
נשלח ב-22/11/2007 06:51
ידידי הישן מאז ומקדם קליינקאפ.נ"י
חזק ואמץ ..כבר היה לעולמים. . דער עלצטער ברודער פון די קינדער פונעם בנין דוד. דער בעל מקוה מים ז"ל.. (דער בנין דוד אוהעלער רב נישט לשיטת סאטמאר) האט געהאט 4 קינדער דער מקוה מים. דער ווייצנער דיין רבי הערשעלע מייזליש. דער אוהעלער רב. דער סארוואשער רב. ז"ל. )
בקיצור דער מקוה מים אפילו ווען ער האט נאך געוואינט אין וויליאמסבורג איז ער קיינמאל נישט געקומען צו קיין אסיפה ביי די התאחדות הרבנים אפילו ווען רבה"ק מסאטמאר זי"ע האט דאס אנגעפירט. האט מען עהם איינמאל געפרעגט אין צאנזער קלויז(ער פלעגט דארטן דאווענען מנחה מעריב ווינטער) פארוואס גייסטו נישט זאגען דיין מיינונג ביי די מיטינג. האט ער גענטפערט. אז מען וועט דאך ממילא נאר טון וואס דער רבי זי"ע זאגט. איז "ודברת בם בשבתך בביתך" נאכצוזאגען באם באם!! קען מען זיצען ביי זיך אין שטוב.
יעדער ווייס דאך אז די בילדינג אויף 85 דיוויזשאן וואס האט אמאל געהערט פאר סאטמאר קהל האט איצא גליק צוגענומען און ער איז גענצליך בעה"ב אויפן זיגל פון די התאחדות. און אלע כשרות מיט אלע איסורים קונמות וחרמות. איז ער גענצליך בעה"ב. . כאמור
נאר אמאל ווען איינער האט אפילו דאס געזאגט. אז איצא איז בעה"ב. אדער אז איינער האט ח"ו נאכגעזאגט דאס ווארט פון בעל מקוה מים "ודברת בם" האט מען עהם געקענט צוברעכען דעם קאפ. ווער געדענקט דען נישט וויפיעל רדיפות רבינו בעל ברך משה האט געהאט פון די אינשי דלא מעלי פונעם רבה"ק הויז. וויא איך האב אליין געזעהן כמה פעמים. און אזוי וויא ער האט אליין דערציילט ברבים ו' אלול תשל"ט אין ביהמ"ד דראדני נאך די הסתלקות פונעם רבין זי"ע . מען קען עס הערן אויף די טעיפס.
יעדער נארמאלער טאטע דארף אויסלערנען זיינע קינדערלעך. אז אונדז גיי מיר אויף אונזער וועג וואס אונדז האבען מיר מקבל געווען פון אונזערע הייליגע רעביס עפ"י דרכו של רבה"ק בעל דברי יואל ויואל משה זי"ע.
און די אנדערע יודען. ליטווישע וכדומה גייען אויף זייערע וועגען פון רבי אהרן קאטלער. און רבי משה פיינשטיין. און די ארץ ישראלדיגע ליטוואקען גייען אויף דעם וועג פון הרב אלישיב און הרב שטיינמאן און הרב קניבסקי.
און די אנדערע חסידים יעדער פירט זיך לויט זיין רבינס דרך . צו דאס זאל זיין בעלז אדער סקווער אדער וויזניץ. . דעמאלס וועלן אי"ה די קינדער נישט אוועקפאלן.
ווייל טאמער מען וועט זיי פארקויפן נארישקייטן. אז ר"א איז א שייגעץ אדער פארקערט . און קינדער ווערן עלטער . וועלען זיי זעהן אז שקר נחלו לנו אבותינו . קענען זיי נאכדעם נישט מבחין זיין און זיי וועלן קלערען אז אלעס איז ח"ו שקר. אפילו די תורת אמת. .
על כן הנח להם לישראל..... פון תמימי לב קען נישט שטיין די דורות . עס איז גאנץ גוט אז עס איז דא תמימי לב. וואס רייסען ארויס אין אלע ספרים די נעמען פון ליובאוויטש אדער הרב אלישיב אדער הרב עובדי(חאטשיג היינט איז דאס שוין דא כמעט אין אלע ספרים . אנגעהויבן ביי די גמרות און אויסגעלאזט ביי אלע הלכה ספרים) . אבער למעשה ווערט די וועלט אויפגעקלערט און טאמער משיח וועט ח"ו נישט קומען אט אט. דארף מען זיין גרייט.
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע פלעגט זאגען אז ער וועט זעהן אז מען וועט פירען א "נאר" אין גן עדן. וועט ער נאכשרייען "נאר בלייבט נאר" .
מען פלעגט אייביג ארומשרייען קלאצענבורגער גלח ימ"ש . וכדומה. איך האב לעצטן שבת געהאט א קידוש אין קלויזענבורג . איך האב נאך אלץ מורא געהאט אריינצוגיין אין קלויזענבורג. עס האט זיך מיר געדאכט אז איך שפיר א מין טומאה רח"ל.
אבער ביי די דרויסענדיגע וועלט און בפרט אין ארץ ישראל איז דער קלויזענבורגער מקודש ונערץ. מען זעהט זיינע מוראדיגע חיבורים דברי יציב. מביני דבר זאגן אז עס איז געוואלדיג. ביי זיין לווי' האט זיך אויך משתתף געווען הגאב"ד ירושלים רבי משה ארי' זי"ע און אויך כ"ק אדמו"ר הגה"ק מתולדות אהרן זי"ע וואס איז געווען א תלמיד מובהק פונעם רבין זי"ע
היינט איז ביי מיר מער נישט קיין קשיא פארוואס מוהר"א שליט"א האט אויפגענומען דעם ערלויער רב וואס איז א מתנחל און אינגאנצען מיט די שיטה פון די ציונים. ווייל למעשה איז ער א שומר תורה ומצוות און א ערליכער יוד. מער וויא די פעיראלל וואס לאזן צו גניבה וגזילה אהנע דין תורה .
מילא דאס בית המדרש האט מען געגאננבעט. אבער דאס הויז און די שאר ירושה חפצים דאס איז דאך עכט גזילה לעיני השמש. ומדשתקי רבנן ש"מ דניחא להו. זאלן זיי נישט רעדן אויף אנדערע וואס קטנם עבה ממתניהם. .
אחר הדברים האלה
פיר איך אויס מיט דיין ברכה ברוך שהבדילנו.
נשלח ב-22/11/2007 06:55
קליינעקאפ זיי נישט אזוי קליינקעפיג... דו ביזט גערעכט מיט דיינע טענות ווייסט ווען? אויב אלעס בלייבט אזויווי עס איז, אויב מען טוישט נישט דעם סיסטעם. יעצט וואס ווילסטו טון, איינגעבן דיינע רעכטן'ס רעזיגנאציע פאפירן? ליבערשט ווילסטו געבן פינף טויזנט דאללאר פאר די נייע מוסדות און אין א צאל יארן פון יעצט וועט דער זאלי -פון וועם דו ביזט אוועקגעגאנגען- דארט לערנען? וואס וועסטו דעמאלטס טון, נאכאמאל קומען 'רעדן פון הארץ אויף הייד פארק'?
די אלע שוואכקייטן וואס דו רעכנסט אויס, דאס טאקע זאל מען טוישן און מאכן שטארק! ניין, וואלן זאלן נישט זיין קיין דריקערס צעטלעך. ניין, די קהילה זאל נישט זיין קיין לעדערהעד. און ניין, דעם רבינ'ס יוצאי משרתים זאלן נישט קענען טון וואס זיי ווילן.
קוק אהער, די קהילה האט דאך פאקטיש שטאטוטן אלץ געהאט, לדעתי איז דער גרויסער פראבלעם אבער אז מען האט זיך קיינמאל נישט געהאלטן דערצו, מ'האט זיך אייביג אנגעפיפן דערויף, יעצט האמיר אונז געוואלט קומען ווי חכמים און זיך פאררופן אויף די שטאטוטן, נו, ס'גייט נישט אזוי. איך האלט אז דאס האט אסאך אויסגעמאכט. ווייל אויב די קהילה פירט זיך אויף א שטרענגן סיסטעם איז אסאך אסאך שווערער פאר א יחיד צו קומען דרייען דערמיט.
תמימות? ס'איז נישט קיין שום תמימות זיך צו לאזן טרעטן, ס'איז טיפשות. איך פארשטיי דיך נישט, איך קען פערזענליך פילע פשוטע אידן, נישט קיין גבירים, וואס האבן שוין אינוועסטירט סך הכל אין 'אונזער' קהילה/מוסדות זייט תשנ"ט הכל בכל מכל אזא גוטע צען ביז צוואנציג טויזנט דאללאר! טראכט אריין, דו קענסט זיכער אויך אזוינע מענטשן, מיט אלע נדבות פאר יסוד איתן, כוללים, אדני קודש, וכו'. וויאזוי וועלן די אידן שפירן אויב ח"ו עס וועט פאסירן מיט די מוסדות/קהילה וואו עס ליגט 'זייער' געלט די זעלבע זאך וואס עס האט פאסירט יעצט?! ווייסט וויאזוי זיי וועלן שפירן? אזויווי דו שפירסט יעצט! און כ'גלייב אז ס'איז זייער זייער נישט געשמאק.
יעצט אבער איז די צייט צו טוישן, ווייל יעצט פארשטייט יעדער, בעסער געזאגט יעצט 'שפירט' יעדער אז דער סיסטעם איז ביטער, יעצט 'שפירט' יעדער אז דער סיסטעם איז קארופאטירט, יעצט קען מען פארלאנגען א טויש.
איך גלייב אז אפילו די עקזיסטירנדע ראשי קהילה, די עקזיסטירנדע שיסל זיצערס, די עקזיסטירנדע עומדים בראש, זיי פארשטייען אויך אז דער סיסטעם איז פארפוילט און מען דארף מאכן א טויש, אבער זיי פארשטייען דאס מן הסתם נאר ביי 'יענעם', ביים אנדערן ראש הקהל, ביים אנדערן מנהל המוסד, דארט דארף מען טוישן. און דעריבער איז טאקע נישט צו ערווארטן אז די יעצטיגע שפיץ קעפ זאלן עפעס וועלן טוישן מרצונם הטוב, ווייל זיי ווייסן אז דאס מיינט זיי אויך.
אבער 'אונז', די מעמבערס, די טאטעס פון קינדער אין די מוסדות, די געלט געבערס, די טישן זיצערס, מיר קענען דאס יא פארלאנגען, און אז דער קול פון פארלאנג וועט זיין גענוג שטארק און פאראייניגט איז עס אויסדריקליך מעגליך דורכצופירן! ווייל ווי אויבן געזאגט זעמיר 'אונז' די וואס געבן דאס געלט, אן 'אונז' איז נישטא קיין קהילה, אן 'אונז' איז נישטא קיין מוסדות.
_________________
נשלח ב-22/11/2007 07:00
איך האלט אז מ'דארף יא עטוואס טוישן דעם סיסטעם.
כאטש וואס יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז די שטאטוטען זאגן קלאר אז דער רבי האט בעלות נאר איבער רוחניות - דאך וויבאלד עס איז למעשה פאלש אויסגעטייטשט געווארן - איז לדעתי מען מחויב דאס צו פאררעכטן און קלארשטעלן.
3) איך קריג שטארק מיט קלייניקאפ. איך האלט דווקא פאר א גרויסע מעלה אז דער שלייער פון די סדומ'ער פעיראלל פורים בית דין איז גאר שטארק מבוזה ומשוקץ - אפילו ביי זיי אליינס.
אדרבה, איך האלט אז מיר האבן אפשר נישט יוצא געווען דעם חוב פון "ליצוניתא דע"ז, און אראפגרייסן נאך מער די השחתה פון די עושי מעשי זמרי. אנגעהויבן פון רז"ל, ר' מנשה פר"מ, קיטשי זאלי, און וויינבערגער מיט דיין קעצל.
זיי זעענען שוחד נעמער, און זייער דעת תורה איז דארט ווי עס איז קוק'ס.
מ'וועט אויסרייסן די תורה הקדושה פאר זייער פארטיי. זיי וועלן אראפגיין לחרפה ולדראון עולם.
איך מיז געבען א קאמפלימענט פאר די שרייבערס כל אחד בשמו יבורך דא אויף די טעמע זענען אין א זייער א שיינע שפראך אין מלא טעם אין איך זעה נישט פארוואס די זארגסט דיך אז דער מנהל וועט דאס אויסמעקען
פאר עבד עברי מיז איך זאגען אז די גייסט אין דעם זעלבען גאנג ווי ר נחום רזב' אין זיין האט ליין וואס באלאנגט נישט צי קיין איין פארטיי נאר זאגט אפען ארויס עוולות וואס ער זעהט ביי ביידע צי איך האלט מיט עיהם אדער נישט פערצופאל יעצט זעהט ער ריכטיג אז ר אהרן זייט ער האט זיך אפגעריסען פין דער מחרחר ריב משה פרידמאן וואס ער אליין איז געווען אריין געכאפט אין זיין נעץ האט ער א גאנצע צייט געפיערט זיינע חסידים אויף א וועג פין דרכיה דרכי נועם אינקלאדינג צי אנדערע חסידות אפילו וואס זענען געווען נישט סאטמערע פריינט
דאס קען א יעדער נארמאלער מענטש זעהן אין די מהות פין א טיפיקעל גיטסקייט פין א אהרוני אין די פארביסינקייט פין א זלמוני
קליינקאפ איך האב מיך צילאכט וויאזוי די לייגסט אראפ וויאזוי די זאלונים טיען זייער רשעות אין דערנאך געבען זיי צדקה
איך וואלט געוואלט בעטען יאנקעלע אז ער זאל אביסעלע אינז ביילייכטען מיט זיין שכל הישר אין שיינע פענע אויף דעם גאר חשובע טעמע
איך ברענג דא א חלק פין א ארטיקעל אין דעם JERUSALEM POST וואס ציטירט פין דעם גרויסען וואשינגטאן לאיער NATHEN LEVINE אז טאמער מען וועט זיך יעצט נישט אראפ זעצען צי דין תורה וועט זיין גרויסע צרות
One of the potential benefits of a court's refusal to "get involved," is that it can "drive parties to try to come up with a religious solution," said Lewin. He pointed to other examples of leadership disputes, such as the current dispute in the Bobov dynasty, in which a secular court forced the parties to bring their dispute before a religious court.
In this case, the secular court did not force the Satmar faction to turn to a religious court, but Lewin said they might end up there.
"If they don't," Lewin said, "they are left with very serious difficulties."
נשלח ב-22/11/2007 07:56
בנוגע אפטע וואלען האלט איך אז דאס איז א שטעקען מיט צוויי עקען
עס איז ריכטיג אז דאס האלט די ערוועלטע עהרליך אין פלייסיג דאס ברענגט אדער ארויס אסאך אינערליכע מחלוקת וואס יצא שכרו בהפסדו
אויך געט דאס נישט קיין קאנפידענס פאר ארענטליכע אין מענטשליכע עסקנים צי וועלען לויפען ווען ער וועט וויסען אז אין צוויי יאר ארום וועט ער זיין אויסצישטיין א עלעקשאן קאמפעין וואס איז נישט לכבודו אין במילא וועט נישט זיין קיין וואלאנטיערס פין די העכסטע קוואליטעט
ביטע יעדער זאל געבען זיינע קאמענטארען אפשר וועט מען דאס ליינען ווען מען וועט ציזאם שטעלען די פארבעסערטע שטאטאטען
נשלח ב-22/11/2007 09:35
נאך איין ענין וויל איך מוסיף זיין לגבי דעם ענין וואס מען פארהאנדעלט דא אין דעם שיינעם אשכול.
אז די שרייבערס גערשל און רבי יונה זענען געוואלדיג ממש פערל ווערטער קולעין אל השערה אמתדיגע רייד. אבער ואת עלית על כולנה דער 13 הופער איז עולה על כולם. ער איז א פיקח עצום זיינע ווערטער זענען מוראדיג זאכליך. מכותלי מכתבו זעהט מען אויך אז ער איז זייער אפיינער מענטש השי"ת יאריך לו ולכולם ימיהם ושנותיהם ויתברכו בכל טוב לנצח.
איך מיש מיך נישט אריין אין דעם ענין בל"נ.
ווייל אז איינער האט געקענט דא מכחיש זיין את הידוע . אז דער יענקעלע וואס איז געווען משב"ק אין קראון הייטס און האט בפירוש צוגענומען דאס בית המדרש און מקוה אויף 711 איסטערן פארקוועי און ער האט געווינען אין קאורט . האיך החי יכול להכחיש את החי.? מען קען דאך פרעגען הגה"צ רבי ישעי' גרויס קערעסטירער רבי שליט"א וואס וואינט אין וויליאמסבורג וואס ער האט פרובירט מציל צו זיין בערכאות זיין פארמעגען און זיין טאטענס פארמעגען ולא עלתה בידו
א גוטע נאכט לכולכם ושלום וברכה והצלחה
נשלח ב-22/11/2007 21:38
עבד עברי
עם כל הכבוד מאכסטו דאס מאל א טעות. נישט עק וועלט.
איך האב געקענט יאנקל נאך ווען מען האט אים ארויסגעווארפן פון קערעסטיר אין זיך געצויגען קיין בארא פארק נע ונד, ער האט אפילו געגעסן ביי מיר אפאר מאל
איך האב אפילו געזען א קליפ אויף יו טוב ווי ער זיצט ביי איינעם אין שטוב אין בארא פארק ( א קערעסטירער אייניקל}
נשלח ב-22/11/2007 21:46
ס'איז נישט אזוי פשוט,
רבות מחשבות בלב איש ועצת השם הוא תקום,
לדעתי איז נישט אזוי פשוט זיך צו אינגאנצן פראטעקטן,
פון רמאים איז זיך זייער שווער צו פראטעקטן ווייל זיי וועלן
אלץ טרעפן א וועג דיך אפ צו שווינדלען,
עס דערמאנט מיך וואס איינער פון אונזערע ראשי הקהלה האט מיר פארציילט,
כידוע איז דער שיכון קרית יואל אין בני ברק געווען איינגעשריבן אויפן פריוואטן
נאמען פון דעם הייליגן בעל דברי יואל זי"ע, לאחר פטירתו איז געקומען א בריעוו
פון רבי בנציון יאקאבאוויטש שליט"א (דער געוועזענער מנהל המוסדות אין
בני ברק) צו רבינו בעל ברך משה זי"ע, און דארט שרייבט ער אז ער האט באקומען
א טעלעפאן קאל פון א באקאנטן זיינער א גרויסער לויער אין תל אביב ווי ער זאגט
אז ער האט אצינד דא געהאט ביי עהם א איד פון ניו יארק מיטן נאמען מאיר שפיטץ
און ער איז געקומען בשליחות פון די רעבעצין אלטע פייגא טייטלבוים איבער צו
שרייבן דעם גאנצן שטעטל מיט די מוסדות אויף איר נאמען, ווייל אזוי ווי לויט די חוקי
המדינה איז זי דער יורש וויל זי דאס האבן, און אלץ ידיד פאר רבי בנציון האט ער
געפילט א פליכט עהם לאזן וויסן אז מען זאל זיך פראטעקטן מען זאל נישט פארלירן
די נכסי הקהלה, דער ברך משה וואס איז דאן געווען סאטמאר-סיגוטער רב האט
באלד אריבער גערופן די הנהלה הקהלה פון מוסדות יטב לב בארה"ק וואס איז באשטאנען
פון ר' עזריאל גליק, ולהבחל"ח ר' אהרן טייטלבוים ר' משה ארי' גליק,
ר' אברהם ווערצבערגער און נאך איינער אדער צוויי, און זיי געוויזן דעם בריעוו
און מטכס עצה געווען כדת מה לעשות וואס מען זאל טוהן, מען האט מחליט
געווען צו רופן א לויער און אנגרייטן פאפירן אז די רעבעצן שרייבט איבער די אלע נכסים
אויף די הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ב, און כך הווא מען איז אריין צו די רעבעצן
מיט די אלע פאפירן און זי האט נישט געהאט קיין ברירה און האט דאס אינטערגעשריבן,
און אזוי האט מען געראטעוועט די מוסדות בני ברק,
על כל פנים אזוי האט מען געמיינט, ביז דער לאנגער שד משה גבאי מיט זיין שותף
לעיזער קעסטענבוים האבן זיך אריין געשריבן אלץ חברי הנהלת מוסדות יטב לב
און זיי האבן צוגעלייגט (זיכער בפקודת אדמו"ר שליט"א...) נאך אפאר פון זייערע גנבים
און היינט ליידט מען פון דעם צרות צרורות, משה גבאי וכת דילי זענען עמטליך די
בעלי בתים אויף אלע נכסים אין בני ברק און מען שלאגט זיך דערויף אין די קארטס,
סא, ווען דו מיינסט אז דו האסט דיך פראטעקטעט ווערסטו געוואר אז אדרבה דו האסט
נאר ערגער געמאכט, לאמיר זעהן, ווער מיינט איר דארף זיין דער פיינעל ווארט אין די קהלה,
דער רבי?, דער פרעזידענט?, רוב חברי הנהלת הקהלה?, רוב מעמבערס? אויף יעדע
אפציע איז דא פיל פראגעס, און ס'איז נישטא איין גראדער ענטפער, האט דער רבי א רעכט
צו שטעלן זיין זוהן אלץ רב אין א בית המדרש?, די אהרונים וועלן ענטפערן אז יא,
ווייל אין קרית יואל האט דער רבי געשטעלט זיין זוהן אלץ רב בניגוד דעת רוב
חברי הנהלת הקהלה בשעתו, נו, האט משה גבאי אויסגענוצט דעם פאקט
און געמאכט דעם רבין וואס איז שוין ליידער געווען קפצה עליו זיקנה, זאל קרוינען זלמן לייב אלץ
רב אין וויליאמסבורג, איי מיר אלע ווייסן אז באמת איז דאס נישט געווען זיין רצון נאר ער האט
ליידער בעוונותינו הרבים נישט צופיל געוויסט וואס ער טיט, זיי האבן עם יעדן טאג געשלעפט
קיין קווינס אין זייער ישיבה און דער האט געזאגט פאר מיין שווער (באזני שמעתי) אז
ער איז יעדן טאג אין קרית יואל'ער ישיבה, נו, אויף דעם איז די סעלאשאן פשוט,
דער רבי האט א רעכט צו שטעלן זיין זוהן פאר רב, אבער ער האט נישט קיין רעכט צו וועפן...,
סא, האבן מיר שוין א פראבלעם מיטן מאכט פון די הנהלת הקהלה, און אויך פונעם רבי,
יעצט זיך אינגאנצן פארלאזן נאר אויף חברי הקהלה איז זייער שעדליך פאר אידישקייט,
נאך אביסל אריין טראכטן וועט יעדער מודה זיין אז עס דארף צו זיין א ערליכע רבנישע
אויבערהאנט, און דאס האט טאקע רבינו הקדוש זי"ע פראבירט צו פראטעקטן מיט די
ביי-לאס פון די קהלה אבער יעדער ווייסט היינט אז דאס האט אונז נישט צופיל געהאלפן,
אלזא לדעתי קען מען נישט פאראויס זעהן אלע היכי תמצי'ס זיך צו פראטעקטן,
אבער מיר האבן דזשאסט געלערנט אין מסכת גיטין לא חיישינן לרמאים, עם כל זה האלט
איך אן אז מען זאל צוזאם שטעלן א וועד פון צוויי לויערס, צוויי רבנים, צוויי קלוגע ביזנעס
לייט, און אלע זאלן צוזאם שטעלן א פראפאזעל פאר צופיקסן די עקזיסטיגע ביי-לאס,
און דערנאך זאל א ערוועלטע קאמיטע צוזאמען שמעלצן אלעס זאל זיין אויסגעהאלטן
על פי תורה ולהבדיל על פי חוקי המדינה, ולהשם הישועה,
איין זאך איז מיר זייער געפאלן וואס איינער האט געשריבן, און ס'איז זייער וויכטיג, אז מען זאל
וועהלן א טראסטבארע קאמיטע וואס אלע קאמיאניקאציעס פונעם רבין צו קהל,
ווי אויך צו די מנהלי המוסדות זאל דארפן גיין דורך זיי, דאס וואלט געווען א געוואלדיגע אויפטוה,
דער גבאי דארף נישט זיין דעם רבינס מיניסטער, ער זאל זיכער מאכן אז דער רבי האט זיין
קאווע אינדערפרי, און אז די קאר זאל זיין גרייט ווען דער רבי דארף עס, און דעטס איט.
הא? WISHFULL THINKING נישט אזוי?
נשלח ב-23/11/2007 02:20
הארעי יענקעלע קלאר מיינע ווערטער
וואס אגב האט מען ווייטער געמעקט
נשלח ב-23/11/2007 02:24
ר גערשעל איך האב בכלל נישט געשריבען וועגען ארבייטען פאר די עלעקשינס שווער
איך האב געזאגט אז טאמער א איידעלער עהרליכער עסקן וועט מיזען זיין אויסגעשטעלט
צי וואלען א יעדע 2 יאר וועט ער בכלל נישט לויפען מעיקרא
איך האב נישט געזאגט אז מען זאל ארויפצווינגען די גבאים אויף דעם רבי נאר אז ער זאל אליין זיי אויפנעמען אין לדעתי זאל ער זיך אדורך רעדען מיט די ראשי הקהלה וועגען זיין געפלאנטע אויפנאמע אפשר ווייסען זיי עפעס וואס ער ווייסט נישט (אוי ווען דער רבי זי"ע וואלט דאס נאר געטאהן)
ר יאנקעלע (פין בפ נישט פין קראן הייטס) א גבאי איז דווקא יא געמאכט צי זיין דער פערזענליכער סעקרעטאר פין א רבי
סיי מיט ערלעדיגען זיינע אפאינטמענטס
ברענגען עיהם אינפארמאציע פין וואס עס טיט זיך אין דער גאס אויך אין עולם החסידות
אויפנעמען טעלעפאנען מזכיר זיין אין שרייבען קוויטליך
מיט גיין מיט עיהם אויף אלע פונקציעס
אין איבערגעבען זיין מיינונג צי יחודים אדער נישט צי די ראשי הקהלות והמוסדות וואס דאס וועט מיזען דער רבי אליין רעדען מיט זיי, אזוי ווי דער באשעפער האט געזאגט אנכי ולא יהי אליין אין נישט דורך א שליח
אויב עס וועט זיין צוויי גבאים וועט דאס א ביסעלע רעדוצירען די מעגליכקייט פין קאראפציע
אין רודף שלמונים רייך ווערען אויף דעם חשבון פין דעם שווערער פארדינער מיט זיינע קינדער וואס ווילען באלאנגען צי זיין חסידות
דער רבי וועט מוזען שרייבען א צוואה וואס ער וועט מעגען טוישען לויט דעם מצב כרצונו
אין וועט דאס מוזען פערזענליך איינלייגען ביי דריי פין די טובים פארמאכטערהייט דאטירט
אין אינטערגעשריבען ביי זיי אז זיי האבען דאס באקימען פינעם רבין פערזענליך ביום פלוני ופלוני
ווען דער רבי ווערט 80 יאר אלט מיז ער ברבים אויפנעמען א רב הצעיר וואס ער וועט עיהם ציהעלפען צי פארגרינגערען דער עול
נשלח ב-23/11/2007 04:30
קליינע קאפ.
דו קענסט דא געהעריג שרייבן, אין דעם פארום זענען דא זייער קלארע פרינציפן און דער שפיץ פון זיי איז פרייהייט פון ווארט. אבער מיר זענען אויך זייער שטרענג קעגן פאלשקייט. יעדער מעג שרייבן וואס ער וויל אבער נישט שפילן אז ער געהער צו די אנדערע זייט פון וואו ער געהער באמת.
איך האף אז איך וועל נישט דארפן נאכאמאל אריינקומען אין די סארט דעבאטעס.
מיט דאנק און שעצונג בשמחה תמיד
נשלח ב-23/11/2007 20:37
קריטיק אויף די הנהלה געהער אין אישית. איך האב דיר דארט געענטפערט.
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 23/11/2007 21:47:30
_________________
נשלח ב-26/11/2007 17:26
זאלונים,
איר דארפט שוין נישט גיין פאר קיין קלאריפיקעשאן,
אונזער חשובער פריינט עבד עברי שליט"א האט שוין קלעריפייד
אז יאנקל כהנא איז לעגאל פרעזידענט פון קהל יטב לב דסאטמאר,
איי דער קארט האט דאס קיינמאל נישט באשטעטיגט,
אבער לפי דעת עבד עברי איז ער לעגאל דער פרעזידענט,
קראתי ושניתי וחזרתי וקראתי איך האב איבערגעליינט די פסקים
פון באראש, אפעלעט און קארט אף אפיעלס, און עס שטייט אינעגעץ נישט
אז יאנקל כהנא איז פרעזידענט, אמת לדעתי איז ער אויפן שוועל פון
ווערן ערקלערט פרעזידענט, און מעגליך אז להבא וועט ער דאס באקומען,
אבער לעת עתה איז ער שוין עטליכע יאר אויפן שוועל, און ווען איך שרייב
אויפן שוועל מיין איך טאקע פון אינדרויסן, און נאר א דאנק די אהרונים
וואס פראבירן צו שפילן מיסטער "נייס גיי" פירט ער זיך מעשה פרעזידענט,
מיילא ביז היינט פארשטיי איך אז די אהרונים האבן גארנישט געוואלט
טוהן ווייל זיי האבן מורא געהאט אז דאס וועט משפיע זיין לרעה ביי די ריכטער,
אבער אצינד וואס האבן זיי מורא?, וואס וואלט געווען ווען די אהרונים לערנען
פשט אין באראש'ס פסק פונקט ווי ראזענוואסער האט פארשטאנען,
און הייבן אן צו עקטן ווי פרעזידענט, סיי מיט די בענק, סיי מיט פארלאנגען
פערמיטס אויפן נייעם בית המדרש, און אויב די שטאט נעמט דאס נישט אן
זאל מען קלאגן די שטאט, איך מיין אז ס'איז דא א טשענס זיי אנצומאכן
פלענטי קאפ ווייטאג, די שטאט זאל זיך נישט קענען קיין עצה געבן,
אמת ס'איז דט א שטיקל טשענס אז דער קארט וועט דאס זיי יא געבן,
נו, ס'לוינט זיך צו נעמען דעם טשענס, ווייל זיי וועלן דארפן מסביר זיין
פארוואס יעצט מעגן זיי זיך יא מישן, און אויב פארלירן מיר וועט נישט זיין מער ווי
כאשר אבדתי אבדתי, ווייל אויב טוהן מיר גארנישט האבן מיר דאך
במילא שוין פארלוירן,
וואס וואלט געווען אויב די אהרונים פארופן וואלן, בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א
מיט די גוטהייסונג פון די דיינים, וואס וועלן זיי זאגן אז זלמן איז רבי?
דאס איז זיכער א קלארע רעליגיעזע אישוי אין וואס זיי קענען זיך זיכער נישט מישן,
קען זיין אז איך בין זייער נאאיוו, אבער איך וואלט פארקריפעלט דעם סיסטעם
מיט צענדליגע לא סאטס, זאלן זיי ברעכן קאפ אין מסביר זיין פארוואס ביי אונזערע
לא סאטס מעג מען זיך מישן און בעפאר נישט, די אלע קשיות וואס די ריכטער
האבן געפרעגט ביי די אראל ארגימענטס דארף מען ברענגען צו ריאליטי,
אלע הייפעטעטיקל פראגעס וואס ריכטער סמיט האט געברענגט
דארף מען פארווירקליכן, און דאפלען און טריפלען עשרת מונים,
ביז אולי ואולי וועט מען לייגן אזוי פיל פרעשער אז מען וועט זיין
געצווינגען זיך אדער אדורך קומען אדער גיין צו דין תורה,
אדרבה לאמיך הערן דעם מיינונג פון די חברי היידפארק,
בין איך סתם נאאיוו, אבער יש דברים בגו, און ס'לוינט זיך
צו נעמען א טשענס,