|
|
| נשלח ב-22/11/2007 17:00 |
|
| |
א רחמנות אויף מענטשען וואס זענען אזוי נישט ריאליסטיק, אין לאזען זיך אלעס פארקויפען.
א רחמנות אויף די עסקני 48, וואס זיי וועלען כאפען פין זייער אייגענע עולם נאך די פסק בי"ד.
דערווייל קען מען נאר שטיין אין די זייט אין שעפען נחת בבחינות מלאכתו נעשית ע"י אחרים.
סימר: 28 פראצענט איז א גרויסע נאמבער, די מיינסט אז עס זענען דא אזוי פיל? איך מיין די זאלסט ענדיש זאגען 23 פראצענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 19:11 |
|
| |
ווער לאט זיך אלעס פארקויפען?
דערווייל זיצן אינז אין ביהמ"ד אין אין אלע מוסדות שוין באלד 3 יאר
דערווייל האבן אינז געווינען אלע חלקי וזמני שלבים פין די ד"ת
דערווייל זענט עטץ שוין נע ונד באלד 3 יאר, אי"ה ביז 120
דערווייל אז א יוד וויל נישט טאנצען מיט'ן רמ"ד ווערן ענק משוגע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 19:44 |
|
| |
עטס זיצט אין א האלב ליידיגען ביהמ"ד אין דער עולם איז אינדרויסען! אל המנוחה ואל הנחלה.
נע ונד 3 יאר? מיט איבער 40 מיליאן דאלער ווערט בנינים און שטחים!
א זיידע וויל טאנצען און קינדער לאזן אים נישט און שטערן א אייגענע שמחה. און דעם הינזיכט פון אנמאכן עגמת נפש און וויי טוען בעלי שמחות זענט עטס די גרעסטע געווינער מיט די העכסטע פראצענטן.
און אז איינער האט געכאפט א בילד, ווי מען האלט אפ דעם זיידן פון טאנצען, זענען די קינדער געווארן אינגאנצען צוטומעלט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 20:26 |
|
| |
האלב ליידיג בית המדרש?
מסתמא ביסט דו אריינגעקומען 9 ביי נאכט ווען עס גייט א קול תורה ביי אונז וויא קיינמאל פריער.
קום שבת צום דאווענען אדער צום טיש וועסט די זעהן וויא א פול בית המדרש זעהט אויס
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 20:54 |
|
| |
קוק אויף ענקער נעילת החג בילדער (און ענקער סייט) און זעה ווי פיעל דאס בית המדרש איז,
די בערך 400 ביים טיש בליל שבת פילן נאך נישט אן דאס בית המדרש,
אין א נארמאלען ליל שבת צייל אפ ביים טיש וויפיעל עטס האטס מעהר ווי 400 וועסטו באקומען א דאללער פאר א יעדן מענטש מעהר, עס קען זיין עס זאל דיר געלונגענעם צו פארדינען א פופציגער, זכה לו
_________________
תוקן על ידי 48_רוסלאנד ב- 22/11/2007 20:56:40
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 22:25 |
|
| |
רוסלנד
אדער דארפסט דו נייע בריללען אדער לערנען וויא צו ציילען
איך ענטפער נאר ווייל דא דרייען זיך מענטשען וואס האבען נישט אליין געזעהן אונד קענען אפשר גלייבען די בבא מעשות וואס עטס שרייבטס. יעדער פרעמדער וואס קומט אויף בעזוך וועט נתפעל.
בבאבוב בליהט פון אונווייניג אונד מיר דארפען נישט פערקויפען פרופוגנדה אונד בילדער צו ווייזען אז מען איז נאך דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 22:49 |
|
| |
מענטשן וואס דרייען זיך דארט ביי די טישען פארקויפן דאס וואס איך האב געשריבען כנ"ל
דאס שרייבט איינער אין א אנדערן פארום.
דער רמ"ד האט ביי די טישן פון ארום 400/350 אידן און ביי רב"צ מבאבוב איז דא א ארום 100/75 מענטשען מעהר, עס ווענט זיך אויך ווי א שבת. איך האב שוין געציילט שבתים מעהר ביים רמ"ד ווי ביים רב"צ.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 23:07 |
|
| |
רבי חסידים
וואס איז די פלאן???
יעדער זעט דאך, אין דו ביסט עס שוין אויך האלב מודה, אז די האסט געשריבען שטותים אין חלומות ביז יעצט
בין ווען וועסטע אנגיין אינעם עולם הדימיון???
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 23:26 |
|
| |
רוסלאנד
איך שרייב וואס איך האב געזעהן, נישט וואס איך האב געהערט אדער געליינט. איך שרייב נישט וואס טוט זיך ביי ענק וייל עס איז נישט מיין געשעפט אונד איך האב נישט אויף וואס דארט צו גייען.
איך בין נאר מעיד אז ביי אונז איז געפאקט אונד דער רב שליט"א איז געוולדיג מצליח. לגבי קוויטלעך קען איך אויך מעיד זיין אז עס גייען אריין אסאך מענטשען אונד ווען איך דארף אריין גייען מוז איך אייביג ווארטען אויף אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2007 23:49 |
|
| |
אברם הערש
יישר כוח פארן הגדת עדות,
אבער דאך וויפיעל מענטשן זענען דא יעדע וואך ביים טיש?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 01:53 |
|
| |
רבי - הבאת לכאן כמה מפגרים אין כאן אפילו למי לענות,
לילה טוב
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 07:52 |
|
| |
איך בין היינט נאכט ליל שישי געשטאנען מיט א חברה אין בית המדרש 48 , און מען האט גערעדט ווי אזוי די וואך איז א דורך אין בית דין, מען האט געשמועסט אז דער ענין איז זייער אנגעצויגן, און מען ווייסט נישט וואס דער ענדע וועט זיין, האט זיך אנגערופן איינער פון די וויכטיגע עסקנים וואס האט אויך מיטגעשמועסט,"אז מיר האבן אונטערגעשאצט דעם רמ"ד"
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 09:36 |
|
| |
חדשות מבית הדין
כידוע אין בכוחי לייצר חדשות שלא היו, ואת זה אני משאיר לחברי הפורום הזה מעבר לירדן ברחוב 45 וחזקה על חברים שעושים את מלאכתם נאמנה ומחדשים בטובם בכל יום תמיד מעשיות חדשות גם ישנות שלא היו ולא יהיו ולא יעלו על לב עולם עד ביאת החלום.
השבוע עמדו העסקנים הח' מצד באבוב והרשימו מאד את הב"ד במהלך הגדת הטענות בנוגע לשם באבוב, נושא הבחירות עלה בתחילה כאשר לבית דין די ברורים התוצאות הנעות בין השבעים לשבעים וחמש לטובת באבוב. וכהבנת הדיינים זהו הישג ענק בלתי ניתן כלל לביטול עם חשיבות ממדרגה ראשונה בשיקול כלל העניינים לקראת הפסק הסופי. חברי הב"ד העלו שחוק מדברי קונט' "הכרנא" ותוצאות המפורסמות שם. וגם חברינו מצד 45 מודים בפה רך שזה רק פראפעגאנדע, והאמת רחוקה ממנו !
בנתיים אנחנו ממשיכים בתנופה של המשך בנית בית באבוב ברחבי העולם ובחצרות באבוב בניו יארק, ומוסיפים נדבך על גבי נדבך מבאר כרוה שרים רבוה"ק זי"ע,
פאפרקרן - אל תדאג כ"כ, אתה תמשיך להשאר לנצח בבית המדרש הגדול דבאבוב עם כל רשת המוסדות, וגם בנוגע לשם באבוב אין שום מקום לדאגה זה ישאר רק במקום אחד, ואתה יודע איפה זה יהיה, ואז נוכל להגיע לפיס אמת. א'גיטן שבת
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 13:51 |
|
| |
רוסלאנד.
האסט געשריבן: אין א נארמאלען ליל שבת צייל אפ ביים טיש וויפיעל עטס האטס מעהר ווי 400 וועסטו באקומען א דאללער פאר א יעדן מענטש מעהר, עס קען זיין עס זאל דיר געלונגענעם צו פארדינען א פופציגער, זכה לו
מיינסט אפשר א רובעל?
איך וועל דארפען זעיער א גרויסען זאק פאר אזוי פיל רובעלס
גיט שבת זיסע חלומות
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2007 18:34 |
|
| |
"והאמת והשלום אהבו"(זכריה ז,יט)
אז מען וועט גיין מיטן אמת וועט זיין שלום בעזהשי"ת
חברנו סימר, האסט געשריבען אז בי"ד האט באשטימט די נומבערס בין השבעים לשבעים וחמש לטובת באבוב.
איך האב מיך היינט נאכגפרעגט ביי די וואס וויייסען, זיי זאגן אז בי"ד האט גארנישט גערעדט פון די נומבערס, בי"ד האט גארנישט באשטימט, און קיינער ווייסט נישט וואס בי"ד טראכט וועגן די חתימות.
איז ע"כ פארוואס פעלט אויס סתם צו שרייבען זאכן וואס איז נישט געווען,דאס איז נישט באבוב זיך סתם צו רייצען מיט נישט אמתע אינפארמאציע, לא זו הדרך, מיר אלע דארפן זעהן אז אין באבוב וועט אי"ה הערשן שלום, אונטער אלע אומשטענדן.
ביי אונז איז דא רוב מענטשען וואס די גאנצע מחלוקת עסט זיי אויף, האבן צער און עגמת נפש פון די אלע רייצעצעך, מען האט משפחה, גוטע פריינט, דא און דארטן. מען וויל זיך שוין ארויס זעהן פון דעם ביטערן פעקל,
איך שעם מיך פון אידן פון די גאס, וואס שרייען הזאת נעמי? דאס איז באבוב? מען האט אונז אנדערש געלערנט!
לאמיר נישט זיין די יודע עתידות, לאמיר אויסווארטן! איך האף אז ביידע צדדים וועלן ארויס צופריעדן,
אל נא תהי מריבה ביני וביניך ובין רעי ובין רעיך כי אנשים אחים אנחנו..."
_________________
 |
|
|
|
|
|