בית פורומים כל העולם כולו

בעיסוואטער נייעס און בילדער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2007 21:17 לינק ישיר 
בעיסוואטער נייעס און בילדער

די פארטיגע פאנדעמענט און בימס פארן 10 פיסיגער טיפער בעיסמענט, וואו עס וועט זיין די מקוה און עלעגאנטער שמחה זאל. די ביעמס אין די הייעך זענען פאר די 2 העכערע שטאקן.







בליקפוןדיבעק.







בליקפוןדיזייט










תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 23/11/2007 16:44:55



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:20 לינק ישיר 

דער  בעיסמענט. (דאס איז זייער אגרויסער שטח, ס'כמעט אומעגליך צו אפכאפן די גאנצע אויפאמאל). וואו עס וועט זיין אן עלעגאנטער  צוגעגליכן זאל פאר שמחות.




נאך איינס.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:22 לינק ישיר 

די מקוה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:25 לינק ישיר 

גרויסער שטח, נעבן ביהמ"ד, וואס וועט אויסגעפלאסטערט ווערן פאר פארקינג. דער בנין איז דער פריפיזארישע מקוה. ביים עק זענען די עיר-קאנדישאן יוניטס, בנדבת B&H.








תוקן על ידי א_גוט_שבת ב- 22/11/2007 21:26:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:30 לינק ישיר 

פרישע הייזער לעבן די ביהמ"ד. וואס וועלן זיין פארטיג אויף פסח היי-יאר הבעל"ט.




בליק פון די גאס.




_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:35 לינק ישיר 

הייזער פון חרדישע אידן קעגן דעם נייעם שול, אויף הילי עוועניו גאס.



 

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:45 לינק ישיר 

די בעי-32 גאס וואו עס וואוינען פילע היימישע משפחות.


פריש געבויטע הייזער אויפן מארקעט גרייט צו פארקויפן. אויף בעי-פארק-פלעיס גאס.






 

די הערליכע נארטאן עוועניו הייזער קעגן איבערן וואסער. אין מיטן בויען.



 

איינע פון די פריש באוואוינטע הייזער פון אנ"ש, ביים וואסער.



איינע פון די אידישע גאסן, וועסטבארן עוועניו.






_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 21:48 לינק ישיר 

דאס איז עס אויף דערווייל, איך האף צו רעגלמעסיג ברענגן פרישע באריכטן און בילדער פון די פארשריט פון די בעיסוואטער ישוב.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 22:20 לינק ישיר 

בעסוואטער האט א פאטנטשואל צו וואקסען?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2007 22:26 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט אידישע אנשטאלטן, מקוה, חדר, שולע,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/11/2007 23:07 לינק ישיר 

wow wow wow

ס'איז מורא'דיג ווי די חברה וואקסן. איך ראט דער עולם זאל לויפן כאפן דירות. די פרייזן זענען ביליג, די געגנט איז הערליך און די הייזער זענען ריזיג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2007 04:30 לינק ישיר 

לשאלת הרבים, וואס קאסטן די הייזער? וויפיל איז עוועיליבל? וואס איז די פאטענשל מ'זאל זיך אויסשפרייטן? ווי ווייט איז עס פון וומ"ס/ב"פ? וכדומה.

איז אזוי:

בעיסוואטער איז די זעלבע וועג ווי צי JFK עירפארט, ס'דויערט בערך די זעלבע לאנג צו פארן אהין, דאס מיינט צווישן 30 און 40 מינוט, געוואנדן לויט די טרעפיק.

בעיסוואטער איז א חלק פון פאר-ראקעוועי, קווינס ניו יארק סיטי, ס'האט אלע מעס-טרענסיט פון די סיטי, באסעס מיט סאבוועי (A טרעין), אויך איז דא דארט די לאנג איילענד רעיל ראוד וואס פירט צו מיד-טאון מאנהעטן אין בערך 40 מינוט. אויסערדעם איז דא א היימישע אינגערמאן מיט א ווען, ר' שמואל אהרן שווארץ א יליד קרית יואל, וואס וואוינט דארט און האט א רעגלמעסיגע סקעדשול צו ברוקלין יעדן טאג.

די גאנצע בעיסוואטער געגנט ווי עס וואוינען צושפרייט אידן איז גענוג גרויס אז ס'האט די פאטענשל פאר 5 היימישע געגנטן בלי גוזמא, איך שאץ אז ס'האט אן ערך פון 20-30 גאסן.

אויב יעדער הויז וואס איז יעצט אויפן מארקעט און וועט זיין אויפן מארקעט די קומענדיגע יאר אין בעיסוואטער זאל אפגעקויפט ווערן פון א חסידישן איד, איז דער געגנט בלי ספק במלא הדרו, גענוג גרויס למחמירים שבמחמירים. מ'קען מאכן ברייט א חדר/סקול אלע עידשעס. כמעט יעדע גאס אין בעיסוואטער זענען דא הייזער מיט FOR SALE  סיינס.

לעת עתה וואוינען אריבער 40 חסידישע משפחות און בעיסוואטער. ס'געווען מער, און ס'געווען ווייניגער. וואו באקאנט, די לעצטע אנדערטהאלבן יאר וואקסט עס נאר, פרישע חסידישע משפחות קויפן הייזער, די קומענדיגע וואכן גייען 3 פרישע חסידישע משפחות קלאוזן. (איך וויל נישט שרייבן זייערע נעמען שלא ברשותם איר קענט מיר אנפרעגן פריוואט).

אויך וואוינען אין בעיסוואטער אן ערך פון בערך 500 פרומע חרדישע משפחות, דוקא נישט קיין גאר מאדערענע אמעריקאנער אידן, נאר מייסטנס זייער ערליכע ישיבה'שע אינגלייט, זייער בא'טעמ'טע צוגעלאזענע אידן. די חסידישע אידן דארט האבן א גאר נונטע קשר מיט די שכנים.

ס'דא דארט א ליטווישע ישיבה פון בערך 50 בחורי מצויינים, מיט גאר ערליכע און ווארעמע ראשי ישיבות תלמידי חכמים מופלגים וואס די חסידישע אינגלייט האבן מיט זיי א שטארקע ידידות.

אויך וואוינט דארט שוין פאר לאנגע יארן דער סאטמארע רביצין ע"ה'ס נעפיו, רב שפירא, ער האט דארט א ביהמ"ד און רעדט שטענדיג פונעם דברי יואל מיט זיינע תורות.

ס'דא א דארט א ליבאוויטשער שטיבל, א ספרד'ישע ביהמ"ד מיט א רב, מיט אירע אייגנארטיגע אור-אלטע ערליכע מנהגים ונסחאות, א יאנג איזרעיל, וואס האט לעטנעס אויפגענומען א גאר חושב'ער לעיקוואדער אינגערמאן, רב פייער פאר מרא דאתרא. נאכדעם איז דא נאך בערך 6 שולן, די גרעסטע איז די אגודה שול אויף בעיסוואטער עוועניו, דער רב איז רב פייפער, אויך זייער א ערליכער רב, מיט א גרויסע שטוב מיט קינדער קע"ה.

די חסידישע אינגעלייט דאווענען דערווייל אינעם ספינקא ביהמ"ד דער רב איז הרה"צ ר' ישראל חיים פרידמאן שליט"א, אויף בעי-32.

ס'דא דארט אסאך גאסן וואס זענען לויטער אידיש, למשל, וועסטבארן עוו., הארבער קארט, טריסט פלעיס, בעילי קארט, טייל גאסן אויף הילי, בעי-25, דיקינס, און נאך, די גויאישע איינוואינער דארט (טייל שווארצע), זענען זייער איינשטענדיגע ארענטליכע שטילע מענטשן, וואס געבן אפבאכט אויף זייער הייזער און גראז, מ'דארף זיך גריסן מיט זיי, די גאסן זענען דארט זייער שטיל און רואיג, מ'הערט כמעט קיינמאל קיין סיירין'ס אדער גערידערייען, וכדומה.

שבת זענען די גאסן אנמערקבאר מיט פיסגייערס (פעדעסטריענס בלע"ז) וואס איילן זיך און שול, נאכמיטאג זענען די פארקס (ס'דא 2) פול מיט אידישע קינדער.

די בעיסוואטער געגנט איז אויפן וואסער, אסאך גאסן פעיסן ממש די וואסער, אויך איז עס נונט צו א בארד-וואלק (נישט קיין ביטש).


די חסידישע משפחות וואוינען בעיקר אויף בעי-32 און הילי עוועניו, די איבעריגע חסידים זענען צוזייט בארבע כנפות בעיסוואטער.

די קינדער פארן יעדן טאג אין חדר/סקול קיין וומ"ס, עס נעמט בערך 40 מינוט, דאס איז ווייניגער ווי דער דורכשניטליכער קינד אין ברוקלין וואס קען זיצן אויפן געלן באס א שעה, (און וומ"ס זעצט מען ארויף די קינדער אויפן באס 8:00 און ס'הייבט זיך אן חדר בערך 9:00).

אי"ה די קומענדיגע יאר פלאנט מען פריש עפענען א חדר/סקול פאר די גאר פיצעלעך, אזוי ווי ס'שוין ב"ה ווידער דא גענוג קינדער, און בעזר השם, וועט עס נאר זיין מוסיף והולך.

די חסידישע אינגלייט זענען מייסטענס זייער באטעמ'טע טיכטיגע אינגעלייט, טייל זענען שיינע תלמידי חכמים, ערענסטע און יודע ספר'ס און מ'לעבט דארט מיט א זעלטענע ידידות.

איינע פון די גרעסטע מעלות פון בעיסוואטער איז די פאקט אז עס איז ארומגענומען מיט די באקאנטע גרויסע אידישע פאר ראקעוועי און פייוו-טאונס געגענט, וואו עס וואוינען טויזענטער חרדישע משפחות, רב בלומענקראנץ ז"ל האט דארט געהאט זיין שול (יעצט זיין זוהן), דער סוליצער רבי שליט"א, ועוד ועוד, צענדליגע קהילות קדושות ובתי מדרשים, הצלה, חברים, די מקוה טהרה איז דארט. די ווייט שול (ווייסע שול) אויף סעידש סט. האט מנינים שחרית ביז 11:00 אינדערפרי. ס'דארט צו אריבערוואקן קיין פאר-ראקעוועי פון בעיסוואטער בערך 25 מינוט. (מיט א קאר 5 מינוט).

אויך א דאנק דעם איז דא דארט אלע צוגעהערן פאר אידן אויפן גרעסטן פארנעם. עס איז דא א גרויסע סופערמארקעט אויף בוירנסייד עוועניו, "בראך'ס", אזוי גרויס ווי פעט-מארק, מיט אלע היימישע פראדוקטן, ס'האט אין זיך א בעקערי, בוטשער, פיש, טעיק-אוט. אביסל נענטער אויף קארנעגע עוועניו האט א סאטמארע אינגערמאן ר' זעליג גאלדשטיין א גרויסע גראסערי, לעבן דעם האט א חסידישע בעיסוואטער איינוואונער, ר' בן-ציון לעבאוויטש א פיש געשעפט. אויף די באקאנטע סענטראל עוועניו אין פייוו טאונס (די לי עוועניו) איז דא אלע סארט געשעפטן, מחוט ועד שרוך נעל. גראסעריס, רעסטוראנטן, ספרים געשעפטן, וויין געשעפטן, קליידער וועש, צייטונג געשעפטן, יא מ'קען דארט קויפן, דער איד, דער בלאט, דשאויש פרעסס, אלגעמיינער, פארווערטס, אלעס...וכו' וכו'

ליתר שאת, אויב ס'נישט גענוג, זענען דא דארט און די געגנט פיל מיט ריזיגע מאללס, מיט אלע דעפארטמענט סטארס, האום דיפא, מעיסיס, טארגעט, קאסקאו, קעי-מארט, וואל-מארט, סירס, וכו' וכו' וכו' וכו'.

יעצט צום עיקר, די הייזער אין בעיסוואטער.

אין בעיסוואטער עקזיסטירט כמעט נישט די מין מושג ווי א "דירה/אפארטמעט", ס'רוב זענען סינגל-פעמילי הייזער, נישט מחובר (עטעטשט בלע"ז), מיט גרויסע בעק יארדס, פראנט יארדס, גרויסע צימערן, בעיסמענט, גאראדש, וכדומה. א קליינע טייל זענען 2 פעמילי הייזער.

און אנהויב, בערך 8 יאר צוריק, ווען די ערשטע איינוואוינער האבן זיך דארט אריינגעצויגן האט מען דארט געקענט קויפן הערליכער ריזיגע הייזער פאר ממש בחנם, עס וואוינען היינט דארט אינגעלייט, וואס האבן דעמאלטס געקויפט זייער הייזער, פאר צווישן 150 און 250 טויזנט דאלאר און זענען היינט ווערד בערך 400- 600 טויזענט דאלאר, בלי גוזמא, ס'האט נאך קיינער נישט דערלייגט פון קויפן א הויז און בעיסוואטער, נאכמער, איך וועל זיין אנעסט, ס'זענען געווען אפאר אינגעלייט וואס האבן זיך צוריקגעצויגן קיין וומ"ס און געקויפט דירות דארט, וואס ווען נישט זיי שפרינגען ווען נישט אריין אין בעיסוואטער וואלטן זיי קיינמאל נישט געהאט די געלט צו קויפן א דירה אין וומ"ס.

פארשטייט זיך, היינט זענען שוין לאנג נישט דא די שפאט ביליגע פרייזן, ווייל מ'זוכט עס מער, רוב פרומע נישט-חסידישע איינוואוינער וואס וואוינען היינט אין בעיסוואטער האבן זיך אריינגעצויגן הערשט נאך די חסידים, ממילא איז דא מער א דימענד, זיי האלטן און איין קויפן הייזער.

מיט דעם אלעם זענען די רחבות'דיגע בעיסוואטער הייזער מיט גראז און ביימער, סאך ביליגער וואו די קליינע וומ"ס/ב"פ דירות. אין בעיסוואטער קען מען היינט קויפן א הויז פאר בערך 400 טויזנט דאלאר און ארויף. און וומ"ס באקומט מען פאר 400 טוינזט דאלאר א מילך קעסטל. פון א פינאנציעלע שטאנדפונקט, לוינט יעדע פעני צו קויפן דארט א הויז. ס'האט נאך דערווייל קיינער דערלייגט געלט פון קויפן דארט א הויז. און ציגאב איז די פראפערטי טעקס זייער ביליג, בערך 2,000 דאלאר א יאר.

און דער אמת איז אפי' אויב די הייזער וואלטן געווען די זעלבע פרייז, וואלט בעיסוואטער ווען זיכער געדארפט זיין דער מיליאן מאל בעסערע אויסוואל. ס'זענען דא הונדערטער חסידישע אינגלייט, וואס עגבערט זיי אלס און קאפ, למה נגרע? פארוואס מיר חסידישע אידן מוזן דוקא וואוינען און צאמגעקוועטשע דירות קעפ אויף קעפ, מיט געשוואלענע פרייזן, דאס מיינט מ'צרייסט זיך צו קויפן די דירות, און נאכאלעם איז דאס נישט ווייט פון וואס מ'וואלט באמת געוואלט.

דער תירוץ איז אלס געווען, אז נאכאלעם איז מען א חסידישע איד מ'מוז צוקומען צו אלע אקאמעדעישנס, און מ'האט נישט קיין ברירה. וואס איז הונדערט פראצענט א ריכטיגע טענה, מ'קען עס נישט איגנארירן. אבער דאס מיינט נישט אז ס'מוז אזוי זיין, ס'נישט קיין הלכה למ"מ, קיין שום מנהג, אז א חסידישע איד מוז וואוינען און א קליינע טייערע דירה אין רוישיגע גאסן.

די פרישע אינגעלייט וואס האבן לעצטנס אריינגעמופט, (פרעגטס ענק נאך ווער זיי זענען ס'נישט קיין סוד), די אינגעלייט זענען  זייער זייער צופרידן, זיי האבן א מערקבארע צופרידנקייט אויסגעגאסן אויף זייערע פנים'ער, זיי פרעגן זיך, פארוואס האב איך עס נישט געטאן פריער? פארוואס טוט עס נישט יעדער?

 דער סך הכל:

 1. בעיסוואטער איז נישט ערגעץ אין די הרי אררט, ס'איז אין ניו יארק סיטי.

 2. בעיסוואטער איז א פאקטישע אידישע געגנט מיט אלע אידישע צוגעהערן

 3. בעיסוואטער בויט יעצט א הערליכע חסידישע ביהמ"ד, מקוה און היכל התורה.

 4. די פרייזן פון הייזער אין בעיסוואטער זענען סך ביליגער ווי אין ברוקלין.

 5. די הייזער און בעיסוואטער זענען נישט צו פארגלייכן און רחבות צו די דירות אין ברוקלין.

 6. די שכנים און סביבה אין בעיסוואטער איז א גאר באטעמטער און באקוועמער.

 אויב האט איר סיי וועלכע פראגעס, ביטע זיך נישט צוריק האלטן און פרעגן, איר קענט מיר אויך פרעגן פערזענליך פאר מער אינפארמאציע און פארבינדונגען.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2007 05:05 לינק ישיר 

ווער פארקויפט די נייע דירות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2007 05:40 לינק ישיר 

ס'זענען דא פארשידענע עסקנים וואס זענען פארבינדן מיט די דעוועלאפערס פון די נייע הייזער וואס מ'בויט שטענדיג, און די בראקערס וואס פארקויפן די אלטע הייזער וואס זענען אויפן מארקעט, בעיקר טוען דערין, ר' חיים אלישע שטערן און ר' חיים שווארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2007 17:01 לינק ישיר 

צוליבן טויש פונעם קעפל זענען די ערשטע פאר בילדער נעלם געווארן. איך לייג עס ארויף נאכאמאל. (מיט אנטשולדיגונג)






די פרישע מאטריאל צו בויען די אויבירשטע צוויי שטאקן.












דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2007 18:30 לינק ישיר 

גיט שבת
א געוואלדין שכוח פאר ברעגען די פריידיגע נייעס און בילדער. ס'דערלייכט דאס הארץ, איך וויל נאר איין זאך זאגן, אז איך האף אז איר האט געטוישט די דרויסנדיגע אויסקוק פון די ביהמ"ד פון דעם וואס איז לכתחילה געווען געפלאנט ווייל איך האב געזען די ערשטע רענדערינג, און עס קוקט אויס עפעס ווי א פארצייטישע אמעריקנער סינאגאגע, איך האף אז איר מאכט אנשטאט דעם עפעס א שיינער חסידישער אויסקוק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעיסוואטער נייעס און בילדער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext