פיליבאסטער אין בית דין
פיליבאסטער אין בית דין
די עסקנים פון 48, איינזעהנדיג זייער קריטישע מצב ביים פארלירען די אויבערהאנט ביי די וואלן, און בפרט אז בי"ד האט אנגעהויבען ציילען די מסירת מודעות, און זיי האבן געמוזט צוריק צוען פון זייער תביעה, האבן זיי געמוזט נוצען די עצה פון די דעמאקראטען און די שוואכע צייטן אין קאנגרעס, צו מאכן נישט מער און נישט ווייניגער א פיליבאסטער אין בית דין,
קיינער האט נישט קיין הוה אמינא אז א יונגער שנוק ווי פרופסער ברוס וואקסמאן וואס האט נישט קיין שום degree אין געזעץ, זאל זיין דער וואס גייט איבערצייגען די דיינים מומחים די הלכות פון השגת גבול און די געזעצן פון trademark, די דיינים זיצען שוין ביי דין תורה'ס נאך פאר ער איז געבוירען געווארען, אין האבען צענדליגע יאהר און הונדרעטער קעיסעס מיט עקספיריענס, און דא וועט ברוס זיי איבערצייגען אנדערש? איז דען נישט דא א גוטע פרופסר פאר די נושא וואס קען מיט א געשליפען צינגעל צונעמען די זאך איינס צוויי, וואס דארף דער יונגערמאנטשוק אזוי פיל רעדן?
נאר וואס דען, דאס איז אלץ א חלק פון די פיליבאסטער פלאן, מען וועט רעדן און רעדן, און קיינעם נישט לאזען אריינרעדן, ביז.... זיי ווייסען אליין נישט, לאמיר קודם שלעפן און שלעפן און מען וועט שוין זען שפעטער.
די דיינים מומחים האבן גלייך געכאפט די מהלך, אבער היות און הלכות תובע ונתבע מוז מען לאזען די תובע רעדן ווי לאנג ער וויל (דא איז 48 די תובעים), זיצען די רבנים מיט א צינישע שמייכל, מען דרימעלט כסדר איין, וווען מען כאפט זיך אויף, געט מען א פרעג, ער רעדט נאך? און מען דרומעלט צוריק איין, פשוט עס ווערט זיי נמאס די שטותים וואס איין יונגער שנוק קען רעדן אזוי לאנג (פון א בוך ארויס), אינדרויסען פון בי"ד קען מען כסדר זעהן ווי די דיינים גייען ארויס כאפען א שפאציר יעדע פאר מינוט, סאיז זיי לאנגווייליג און נישט אינטערעסאנט אויסצוהערן דעם חכם קופץ בראש.
אפשר זאל מען דינגען די שלאפבעטן פון די דעמאקראטען און וואשינגטאן!
אבער נישט געזארגט 48, די פראבלעם ענקערע וועט נישט גרינגער ווערן מיט שלעפן מער צייט, דער זעץ וועט סייווי זיין sooner or later, אויב נישט היינט וועט עס זיין מארגען.
דער אמת: האט געזיגט, זיגט, און וועט זיגען!
תוקן על ידי צווייבאבוב ב- 23/11/2007 20:21:19
 |
|
|