...אונזער
צייטונג האט זיך ב"ה קונה שם געווען אלס דער סאמע בעסטער צייטונג וואס פון
אירע שפאלטנס נאשן פיל אנדערע צייטונגען און זשורנאלן און פרובירן איר נאכצומאכן
הן אין תוכן און אויך איר גראפישער אויסשטעל ווי אזוי צו מאכן קעפלעך פאר נייעס...
בערך די ווערטער האב איך אמאל געליינט
אין דער ארונישער צייטונג 'דער בלאט'. און איך האב געקלערט אז אפשר זענען זיי
גערעכט, און נישט אז עס איז א פעלער, ווייל אזוי גייט עס אין ביזנעס אז איין
קאמפאני מאכט נאך דעם צווייטן און יעדער סוחר פרובירט צו בעסערן זיין סחורה.
די לעצטע עטליכע וואכן איז מיר אבער
געווען מאדנע און אינטערעסאנט אז דער בלאט האט באשלאסן אז זיי גייען נאכמאכן
אנדערע - פארקערט ווי זיי שרייבן אז זיי זענען די וואס טרעטן אויס דעם וועג פאר
זייער קאנקורענץ - און האבן נאכגעמאכט דעם אזוי באליבטן און אומפארגעסליכן צייטונג
וואס האט אין זיין קורצער לעבן אויפגעשאקלט די רעדאקציעס פון אלע אנדערע
צייטונגען: 'דער שריפט'.
אריינגייענדיג מיטוואך צופרי אין די
געשעפטן האט מען גראד באמערקט די הערליך גראפירטע, שרייענדע קעפלעך וואס דער שריפט
האט אזוי קאלירפול געכאפט דעם אויג, און אין געציילטע ווערטער מיט בילדער דערציילט
וואס האט פאסירט דעם פארגאנגענעם וואך.
היינט האט מען אין 'דער בלאט' רעדאקציע
באשלאסן אז דער עולם האט שוין פארגעסן אז מיט א קנאפע האלב יאר צוריק איז
ארויסגעקומען א צייטונג מיט דעם אויסשטעל, און מען קען איר שוין אנהייבן נאכצוקאפירן.
זיי האבן אבער, ווי שטענדיג, אונטערגעשאצט דעם עולם, און איבעראל רעדט מען פון
דעם, אז דער בלאט האט אנגעהויבן נאכמאכן דעם שריפט, און עס דערקענט זיך די
בענקשאפט צום צייטונג וואס האט געהאט פיל מער צו פארקויפן ווי בלויז קאלירפולע
דעקלעך...
איך געדענק נאך ווי איך בין געווען פיל
מיט פרייד איבער די נייע ערשיינוג פונעם בלאט מיט א פאר יאר צוריק, און געהאפט אז
דורך איר וועט אויפשיינען א נייע ליכט אינעם אידישן ליטעראטור.
זיי האבן טאקע געמאכט א גאר גוטע ארבעט
אנפאנג, ווען זיי האבן געהאט די יונגע נייע שרייבער וואס צווישן אירע רייען האבן
זיך געציילט אזעלכע ריזן ווי ש. ראלניצקי, פ. גלויבער, ל.
ט"ב א.נ. אבער עס האט זייער שנעל אויסגעוועפט ווען מען האט זיי נישט גוט
באהאנדלט און זיי שוואך באצאלט און איינס ביי איינס האבן אלע ארויסגעבעקט און
אצינד זענען זיי ליידיג פון תוכן'דיגע און אינטערעסאנטע שרייבער.
איך מוז ארויסברענגען א יישר כוח פאר די
רעדאקציע פאר די טפשות פון לאזן אוועקגיין אזא שרייבער ווי ר' שמעון ראלניצקי וואס
אזוי האבן מיר נאך יעדן חודש הנאה פון זיין עהרנפולער 'שטערן' וואס אירע אומצאליגע
ליינער קענען קוים ווארטן און ערב ר"ח הערט מען אין די געשעפטן: 'די שטערן
איז שוין ארויסגעקומען?'.
פארט געב איך נישט אויף האפענונג אז עס איז בלויז דער אנהייב פון חידושים וואס זיי מאכן נאך אנדערע און אויך די מאמרים וועלן באקומען דעם ריכטיגן פנים אז עס זאל זיין ווערד צו נעמען אין די האנט אריין. איך בין זיכער אז עס וועט אויך לוינען פינאנציעל, ווען אדווערטייזער וועלן זוכן צו האבן זייער עד אין א רעספעקטפולער צייטונג.
און אז איך רעד שוין פון זשורנאליזם האב איך
באמערקט נאך א גאר מאדנע זאך.
עס האט זיך געקאכט וועגן די סקאנדאל איבער די סושי
רעסטאראנט אין מאנסי, וואו 'דער צייטשריפט' האט געמאכט א גוטן ארבעט און
איבעראל איז שוין די וואך געהאנגען די צעטלעך פון דעם בעל מכשיר דער גיסינגער ,
ווי ער נעמט אראפ זיין הכשר.
אבער איך קען נישט כאפן וואס עס גייט פאר מיט די
צייטונגען. צי שלאפן זיי אינגאנצן? מילא אנהויב ווען זיי האבן נישט גערעדט דערפון
האב איך געטראכט אז מסתמא ווילן זיי זיך נישט אריינלאזן אין א ספק, אפשר דאך איז דאס א
בלבול אדער האבן זיי פשוט נישט געהאט קיין אינפארמאציע דערוועגן. אבער יעצט, ווען
עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער הכשר איז אראפ, פארואוס רעדן זיי נישט קיין ווארט
דערפון? וויאזוי איז מעגליך אז יעדן נארישן עיקול פון א מחלוקת צווישן צוויי
פריוואטע מענטשן, דאס נעמען זיי אן, אבער א מודעה פון א רב וואס האט אראפגענומען
זיין הכשר , דאס האבן זיי נישט אינזין?
איז דא עפעס וואס דער עולם דארף וויסן? אדער איז
טאקע מער נישטא ווער עס באריכעטעט עפעס אויסער פאליטיק?