| נשלח ב-28/11/2007 18:50 |
|
| |
בראדוועי בעקעריי - מצה גזולה?
זיצענדיג ביי א משפחה שמחה די וואך, הער איך ווי 2 פון מיינע קרובים וואס וואוינען אין לעיקוואד שמועסען איבער א גאנצע הלכה שאלה,
אינטערהערענדיג די געשפרעך הער איך ווי זיי רעדען פון די בראדוועי מצה בעקעריית צי ס'האט נישט קיין דין פון "מצה גזולה"
זיי האבען נאגעזאגט בשם איינע פון די ליטווישע גדולים פון לעיקוואד אז ער איז יעצט דן די נושא, אז היות די קאורט האט גע'פסק'ט אז זיי טארען זיך נישט מישען און סאטמאר האט נישט אויפגעגעבען זייערע רעכטען דערויף, ווערט עס אפשר (נאר "אפשר" ווייל אפשר זענען די זאלי'ס יא בעה"ב) גענוצט בגזילה,
אזוי ווי איך בין נישט קיין הלכה עקספערט וואלט איך געבעטען די וואס פארשטייען אביסעל צו הלכה אז מ'זאל דא דן זיין זי נושא.
איך וואלט געוואלט בעטן אז מ'זאל זיך האלטען צום הלכה חלק און נישט פארקריכען מיט פאליטיק
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 03:35 |
|
| |
די ספק פון גזילה קומט דא נישט אריין, וויבאלד זיי האבן זיך משתמט געווען פון קומען צו דין תורה, האבן זיי דעם דין פון "גזילה ממש".
למשל, די באבוב'ע קהילה, וועלכע האבן זיך געשטעלט לדין תורה כדת וכדין, האבן יעצט א הלכה פון "ספק גזילה", און ווילאנג די דיינים וועלן נישט ארויסטראגן קיין פסק הלכה, קען מען זיי נישט אסור'ן.
דא איז אבער אנדערש, ווייל זיי האבן בפירוש ארויסגעווארפען די ערוועלטע פירער, דורך מכלומרשטע בריוולעך פון מרן רביה"ק בעל בירך משה, וועלכער האט קלאר געזאגט אויפן טעיפ, אז ער האט ר' בערל פרידמאן קיינמאל נישט געווארפן, און איז כידוע געווען שטארק נישט בקו הבריאות, כידוע לכל
און וויבאלד זיי האבן זיך נישט געוואלט שטעלן צו דין תורה, זענען זיי גנבים, גזלנים וחמסנים, עפ"י דת תורתינו הקדושה, צי די לעפקאוויטש'ס און יאקאבאוויטש'לעך זענען מסכים אדער נישט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 15:55 |
|
| |
ווילסטו מיר יעצט זאגען אז די אלע אידען וואס עסן די מצות זענען נישט יוצא די איינציגסטע מצווה וואס איז פארבליבען פאר אונזער דור יתום???...
ס'איז דאך א הימל געשריי!!!!
און וואס טוט מען טאקע אין באבוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 17:47 |
|
| |
ס'קיין שום שאלה פון גניבה, ס'גוט פאר לצנות, ווייל אפי' לשיטתכם, איז נישט די מעהל נישט די וואסער נישט די האלץ געגאנבעט, די איינציגע זאך וואס איז מעגליך לשיטתכם אין א שאלה, איז דער בנין און די אויווענעס דאס האט גארנישט מיט די מצות. די מצות איז כשר לכל הדעות.
די סוכה איז אויך נישט קיין סוכה גזולה, ווייל די ברעטער אין די סכך איז נישט גזולה, נאר די ערד, אין קרקע אינה נגזלת.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 17:52 |
|
| |
אייציגסטע מצוה? אולי מיינסטו איינציגסטו אכילה?
עניוועי, אונז האמיר דאך די אריזאנא מצות, סאו ווי לאנג עס פאסירט נישט קיין גלאבעל ווארמונג מאכט נישט אויס.
_________________
הכל שריר וקיים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 17:56 |
|
| |
די חתם סופר זאגט אז מצה איז די איינציגע מצות אכילה בזה"ז וואס איז א דאורייתא. ס'דא גאנצע פשעטליך דערויף וואס מ'קען זיך דינגען, אבער עכ"פ דאס זאגט דער חת"ס.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 18:41 |
|
| |
איך מיין טאקע מצוות אכילה
און צו דיר סקאטמאלען
די אויווענעס איז גזילה און ס'ווערט געבאקען אין א תנור גזילה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 18:47 |
|
| |
נו, ר' משה זצ"ל פסק'נט דאך אז תנור גזול איז נישט קיין פראבלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:02 |
|
| |
סקאט,
ביסט זייער א גיטער און געניטער לויער,
און אין סעקיולאר געזעצן וואלט איך זיך מיט דיר נישט
מתווכח געווען, אבער להלכה ווייסטו נישט בחייכון
וביומיכון, אז איינער נעמט מצות פון די בראדוועי
בעקעריי און באצאלט פאר דוד ראזענבערג איז דאס גנבה
(אדער ווי מאנכע ווילן זאגן ספק גנבה) דא איז נישט די
שאלה וועגן תנור אדער עצים, פשוט אין גראד די געלט
גייט צום נישט ריכטיגן בעל הבית איז דאס מצה גנובה,
ס'ווערט א הייסע דעבאטע ביי רבנים, נעכטן נאכט ביי די
שבע ברכות פון הרב בראדי שליט"א האבן מאנכע רבנים
ארום גערעדט וועגן דעם פראבלעם און דעת רוב רבנים
איז געווען אז ס'איז ערענסטע שאלה, און פאר די ערשטע
נאכט פסח כזיתים איז זיכער ראוי לחוש,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:18 |
|
| |
די רעצט נארישקייטן, אין מציאות איז די מעהל, וואסער און האלץ, באצאלט געווארן דורך זלמן לייב'ס מענטשן און זיי פארקויפן עס. אויב וואלטן זיי גענומען די זעלבע מאטריאל און געמאכט די מצות אין אנאנדערע בעקעריי וואלסט דאך מודה געווען אז ס'כשר וישר, די איינציגע פראבלעם איז דער בנין און דער אויוון ווי ס'פראדוצירט געווארן, וואס אויף דעם זאגט ר' משה זצ"ל אז בתנור גזול אין לחוש.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:32 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, מצות איז דער פראבלעם. און אז די תפילות ווערן נישט נתקבל אין א געגאנוועטע שול און די תורה פון תשב"ר אין א געגאנוועטע בילדונג
דעריבער מיין איך אז עס איז דא אן עצה יעדער זאל בפה מלא זאגן, אז איך בין מוחל מיין חלק אין קהלישע נכסים כדי יודן תפילות און תורה און מצות זאל נתקבל ווערן!!!!
העכסטנעס קען מען ארויסזאגן צפעציפיש וועם מען איז נישט מוחל, ווייל ער איז א להכאיס ניק.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 19:57 |
|
| |
סקאט ביזט נישט גערכעט ווייל די געלטער וואס זלמן לייב באצאלט פאר די ווייץ אין אנדערס איז פון קהלה געלטער במילא געהער דאס פאר די ארונים,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 20:18 |
|
| |
סקאט,
אזעלעכע שטותים פאסט נישט פאר א קלוגען אדוואקאט,
זלמן לייב מעג באצאלען טויזענט מאל, (אפילו פון אייגן
און נישט קהלס געגנבעטע געלט) אויב ווערט די ווייץ אריין
געברענגט און "אונזער" בעקעריי און מען באקט די מצות
אין "אונזער" בעקעריי באלאנגט דאס פאר "אונז" און אויב
באצאלט מען נישט פאר "אונז" איז דאס מצה גזולה,
דאס איז זייער פשוט,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2007 22:33 |
|
| |
סעדער
ס'קען זיין אז די ביסט גערעכט מיט דעם אז זייערע תפילות ווערן נישט נתקבל אין א ג'גנב'טע שול,
איך ווייס נישט, איך קען נישט די הלכה,
אבער...
1 - דעיס איז נישט די נושא יעצט (עפן א אנדערע אשכול וועגן דעים)
2- נישט דעיס איז די סעלאשען, (זאלען זיי באצאלען דערפאר)
3- וזה העיקר- דאס דאווענען אין א ג'גנב'טע שול, און ווי אויך
דאס צינדען חנוכה ליכט אין א ג'גנב'טע מנורה,
דאס וואוינען אין א ג'גנב'טע דירה
דאס ליינען די מגילה אין א ג'גנב'טע מגילה,
וכו' וכו' וכו'
איז א עבירות יחיד/יחידים וואס ווייסען אז זיי זענען גנבים, נאר זיי האבען זיך שוין גע'גט פון תורה ומצוות יארען צוריק,
די פראבלעם מיט די מצות איז אבער א פראבלעם פון אומשולדיגע אידען וואס קויפן מצות ביי די בראדוועי בעקעריי מיינענדיג אז זיי זענען מקיים מצוות מצה כהלכתה, אבער ליידער ווערן זיי נכשול אין געוואלדיגע איסורים
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 19:29 |
|
| |
אין בלאט איז געווען א בריוו פון די ראשי קהלה ווי זיי שרייבען אז זיי זענען נישט מוותר אויף די בעקעריי,
מאכט דאס גרעסער די שאלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2007 21:35 |
|
| |
זיכער מאכט דאס גרעסער די שאלה... אינטערסאנט אז דער דיין ר' שלום האט נישט אונטערגע'חתמ'ט, נאר די ראה"ק וסגניו.
אגב, לויט דעים איז די ווייסע שול אין מונרו נישט גע'גנב'ט פון די וואס האבן געצאלט געלט דערפאר?
חוץ מזה פארשטיי איך נישט ווער האלט צוריק פון וועמען צו קויפען ווייטער מצות פון בראדוועי, אדער דאווענען ווייטער אין ראדני, אזוי ווי פילע ארונים דאווענען נאך היינט צוטאגס טאקע אין ראדני עכ"פ אינדערוואכען.
אגב, געהערט בשם ר' בערל פר"מ, אז אזוי ווי די זאלוינם האבן דאך נישט קיין מענטשען דארף מען אנזאגען אלע אונזערע חסידים נישט אריינצוטרעטן אין זייערע בתי מדרשים - וואס זענען דאך נאר פול פון אונז - אזוי וועט עס ליידיג ווערן, וועלן זיי עס מוזען בע"כ צושפארען, וועלן מיר עס איבערנעמן... ודפח"ח, פה מפיק אבנים מקורזלות...
|
|
|
|
|